Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די תּורה ווי אַ געטלעכע פֿרויThe Torah as a divine woman

אין קבלה און ייִדישן פֿאָלקלאָר ווערט די תּורה געשילדערט ווי אַ קאָסמישע קראַפֿט, וואָס באַווײַזט זיך אין דער פֿאָרעם פֿון אַ פֿרוי.

ווען מיר זאָגן „שׂמחת חתן וכּלה‟, מיינען מיר די שׂימחה, וואָס אַ חתן פּראַוועט מיט זײַן כּלה; די תּורה ווערט אויך באַטראַכט ווי אונדזער כּלה, און שׂימחת־תּורה – ווי דער יום־טובֿ, ווען מיר טאַנצן מיט איר און זענען זי משׂמח.

אַזאַ סימבאָליזם איז, אַוודאי, פֿון קדמונים אָן באַקאַנט אין דער ייִדישער טראַדיציע. אינעם באַקאַנטן פּסוק פֿונעם חומש־דבֿרים שטייט געשריבן, אַז די תּורה הייסט „מורשה קהילת יעקבֿ‟ – די ירושה פֿון יעקבֿ אָבֿינוס פֿאָלק. טײַטשן עס אָפּ מעטאַפֿאָריש די חז״ל אין דער גמרא „ברכות‟ ווי „מאורסה‟ (פֿאַרקנסטע) – די כּלה און דאָס ווײַב פֿון ייִדן. אין דער זעלבער צײַט, ווערט די כּנסת־ישׂראל, די קאָלעקטיווע נשמה פֿון ייִדן, באַטראַכט ווי די כּלה פֿונעם אייבערשטן. באַקומט זיך, אַז ייִדן קאָנען אויספֿירן סײַ אַ ווײַבלעכע, סײַ אַ מענערלעכע ראָלע אין זייערע באַציִונגען מיט דער תּורה און מיטן רבונו־של־עולם. אינעם הײַנטיקן דור דינט די דאָזיקע טעמע ווי אַ יסוד פֿון אָנגייענדיקע מינים־לימודים (gender studies, בלע״ז).

אין דער אמתן, איז דער באַטײַט פֿונעם ענין כּנסת־ישׂראל אַ סך טיפֿער און ברייטער – צו ברייט פֿאַרן דאָזיקן אַרטיקל. איצט וועל איך דערציילן וועגן אַן אַנדער ענין: די פּערסאָניפֿיקאַציע פֿון דער תּורה אין ייִדישקייט. די תּורה ווערט באַטראַכט ווי אַ כּלה נישט בלויז אין אַ ריין מעטאַפֿאָרישן זין; אָפֿט מאָל ווערט זי געשילדערט, בפֿרט אין קבלה, ווי אויך אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, ווי אַ קאָנקרעטע קאָסמישע קראַפֿט, וואָס קאָן זיך אַפֿילו באַווײַזן אין דער פֿאָרעם פֿון אַ פֿרוי.

זײַענדיק אידענטיפֿיצירט ווי דעם אייבערשטנס חכמה, פֿיגורירט די תּורה ווי אַ מין קאָסמישע פֿרוי אין דער פֿילאָסאָפֿיע פֿון פֿילאָן – דעם באַרימטן ייִדישן פֿילאָסאָף, וואָס האָט געוווינט אין אַלעקסאַנדריע מיט 2,000 יאָר צוריק און איז באַקאַנט אין דער ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע ווי ידידיה. במשך פֿון דורות איז פֿילאָן, זײַענדיק אַ פּראָמינענטער העלעניסטישער דענקער־פּלאַטאָניקער, געבליבן מער באַקאַנט דעם ניט־ייִדישן לייענער; ערשט אינעם 20סטן יאָרהונדערט זענען זײַנע ווערק איבערגעזעצט געוואָרן פֿון גריכיש אויף לשון־קודש. פֿון דעסט וועגן, באַווײַזט זיך די טעמע פֿון דער חכמה ווי אַ קאָסמישע פֿרוי נישט זעלטן אין די ווערק פֿון באַוווּסטע מיטל־עלטערלעכע ייִדישע פֿילאָסאָפֿן: למשל, בײַ רבי שם־טובֿ אבן־פֿלקירה (שפּאַניע, 13 י״ה).

ס׳רובֿ ייִדן ווייסן ווייניק וועגן הויכע פֿילאָסאָפֿישע חכמות. מע דאַרף נישט אָבער פֿאַרקריכן אַזוי ווײַט. די תּורה דערציילט אונדז, אַז איידער דער רבונו־של־עולם האָט באַשאַפֿן אָדם־הראשון, האָט ער געזאָגט אין מערצאָל: לאָמיר מאַכן דעם מענטש אין אונדזער געשטאַלט. רש״י און אַנדערע מפֿרשים דערקלערן, אַז דער באַשעפֿער האָט זיך קודם באַראַטן מיט די מלאָכים. אין אַ באַקאַנטן מדרש שטייט אָבער געשריבן, אַז ער האָט זיך באַראַטן מיט דער תּורה. פֿאַרשטייט זיך, קאָן מען עס ווידער אָפּטײַטשן ווי אַן אַלעגאָריע, אָבער אין קבלה און חסידישע ספֿרים ווערט דערקלערט, אַז דאָ גייט אַ רייד וועגן אַ געוויסן אַספּעקט פֿון דער הייליקער שכינה.

רבי יוסף קאַרו, דער מחבר פֿונעם שולחן־ערוך, איז געווען אַ גרויסער מקובל. זײַן ספֿר, „מגיד מישרים‟, האָט ער אָנגעשריבן אונטער דער השפּעה פֿון אַ געוויסן מלאך – אָדער גיכער אַ מלאכטע. ער שרײַבט, אַז די משנה אַליין פֿלעגט קומען צו אים בײַנאַכט און לערנען מיט אים סודות־התּורה! אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר טרעפֿן זיך מעשׂיות, ווען אַ געוויסע מסכתּא האָט זיך צו עמעצן אַנטפּלעקט – צומאָל אויסזעענדיק ווי אַ גשמיותדיקע פֿרוי.

רבי אַבֿרהם אבן־עזרא, דער קלאַסישער תּורה־קאָמענטאַטאָר און פּראָמינענטער מיסטיש־געשטימטער דענקער, האָט אָנגעשריבן דעם מיסטעריעזן ספֿר, „אגרת השבת‟, וווּ ער דערציילט אַ וווּנדערלעכע מעשׂה. אַמאָל, פֿרײַטיק צו נאַכטס – ער גיט איבער אַ קאָנקרעטע דאַטע – האָט זיך צו אים אין חלום געיאַוועט אַ שליח פֿון שבת המלכּה מיט אַ געגראַמטן בריוו קעגן געוויסע אַפּיקורסים, וועלכע האָבן געהאַלטן, אַז שבת הייבט זיך אָן, כּלומרשט, אין דער פֿרי. אויפֿן צווייטן טאָג, מוציא־שבת, האָט אבן־עזרא פֿאַרשריבן די הימלישע גראַמען און שפּעטער געווידמעט זיי אַ גאַנצן ספֿר.

זײַענדיק אַ באַגאַבטער פּאָעט מיט אַ גרויסן כּוח־הדמיון, האָט אבן־עזרא זיכער געקאָנט אויסטראַכטן די גאַנצע מעשׂה, כּדי איבערצוצײַגן די אַפּיקורסים אָנצוהייבן היטן שבת פֿון פֿרײַטיק אָן. אינעם פֿאָלקלאָר איז אָבער די געשיכטע פֿאַרבליבן באַקאַנט ווי אַן אמתדיקע; כ׳האָב עס צום ערשטן מאָל געהערט ווי אַן ערנסטע מעשׂה פֿון אַ חשובֿן רבֿ אין ישיבֿה. הגם דאָ גייט אַ רייד וועגן דער פּערסאָניפֿיקאַציע פֿונעם שבת – וואָס ווערט באַגריסט אינעם פּיוט „לך דודי‟ ווי אַ כּלה און אַ מלכּה – האָט זי זיך פֿאָרגעשטעלט אין אבן־עזראס חלום ווי אַ מין רעפּרעזענטאַציע פֿון הלכות־שבת, פֿון אַ געוויסן תּורה־אַספּעקט.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.