Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַכציק יאָר זינט דער שחיטה אין באַבי יאַר: ווי איציק קיפּניס האָט עס באַשריבן80 years since the slaughter in Babi Yar: How the writer Itsik Kipnis described it

דעם 29סטן און 30סטן סעפּטעמבער 1941 האָט מען דערשאָסן אַרום 34,000 ייִדן אין באַבי יאַר, לעבן קיִעוו.

[דאָס איז דער ערשטער טייל פֿון אַן אַרטיקל אָפּמערקנדיק 80 יאָר זינט דעם מאַסנמאָרד. לייענט דעם צווייטן טייל דאָ.]

ס׳האָבן זיך שוין פֿאַרענדיקט די פֿאָרכטיקע יום־טובֿים, װען דער בית־דין של מעלה האָט אָפּגעמישפּט די װעלט. לױט אַ ייִדישן מינהג איז דער יום־הדין אײנער פֿון די טעג אינעם לוח, װען מע דערמאָנט די נשמות פֿון די געשטאָרבענע. מע זאָגט יזכּור נאָך קרובֿים און פֿרײַנד און מע מאַכט אַן אל־מלא־רחמים אין אָנדענק פֿון די 6 מיליאָן קדושים, די אומגעקומענע אינעם דריטן חורבן. לאָמיר דעריבער דאָ מזכּיר זײַן אַ קהילה װאָס איז פֿאַרשניטן און פֿאַרלענדט געװאָרן מיט פּונקט 80 יאָר צוריק.

סוף־סעפּטעמבער 1941 האָבן די נאַציס דערהרגעט טױזנטער קיִעווער ייִדישע משפּחות אין באַבי יאַר. אין אײנער פֿון די גרעסטע שחיטות אױף ייִדן בעת דער מלחמה האָבן די רוצחים דערשאָסן אַרום 34 טױזנט ייִדן. פֿונעם דאָזיקן מאַסנמאָרד האָט זיך מיט דער צײַט באַקומען אַ מין סימבאָל פֿאַרן ייִדישן חורבן אינעם אָקופּירטן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד בכלל.

בעת דער דײַטשישער און רומענישער אָקופּאַציע פֿון אוקראַיִנע, אַרײַננעמענדיק מערבֿ־אוקראַיִנע, זײַנען אומגעקומען אַן ערך אָנדערהאַלבן מיליִאָן ייִדן. אין שפּעטן זומער 1941 האָבן די עס־עס און אַנדערע דײַטשישע דיװיזיעס גענומען עוקר מן השורש צו זײַן גאַנצע ייִדישע קהילות, פֿון יונג ביז אַלט, קלײנע קינדער און װײַבער – צוערשט אין קאַמענעץ פּאָדאָלסק, װוּ מע האָט אומגעבראַכט העכער 20 טױזנט ייִדן און אין בערדיטשעװ – אַרום 12 טױזנט. װײַטער האָט אַ געװיסע „זאָנדער־קאָמאַנדע” זיך פֿאַרנומען מיטן מאָרדן ייִדן אין זשיטאָמיר, װיניצע – און סוף־כּל־סוף, קיִעװ. די לעצטע גרױסע הריגה האָט די דאָזיקע קאָמאַנדע אָפּגעטאָן אָנהײב 1942, אין כאַרקאָװ.

אין נירנבערג האָט מען פֿאַרמישפּט דעם אָנפֿירער פֿון דער אָ קאָמאַנדע אױף טױטשטראָף און אים טאַקע מקײם פּסק געװען אין 1951. די איבעריקע רוצחים אָבער, די „מיטאַרבעטער” פֿון קאָמאַנדע, װאָס האָבן זיך באַטײליקט אין יענע פֿאַרברעכנס, האָט מען לרובֿ געלאָזט צו רו.

אין די װײַטערדיקע שורות גיבן מיר איבער די קללות, מיט װעלכע איציק קיפּניס האָט מכבד געװען די פֿאַרפֿאָלגער און מערדער פֿון ייִדישן פֿאָלק. קיפּניס, אַ קיִעװער ייִד (כאָטש אַ געבױרענער אין װאָלינער שטעטל סלאָװעשנע) און אַ סאָװעטישער שרײַבער, האָט אין 1944סטן יאָר אָנגעשריבן אַ קאָרעספּאָנדענץ פֿאַר דער סאָװעטישער צײַטונג „אײניקײט”, װאָס הײבט זיך אָן בזה הלשון:

„29סטער סענטיאַבער. אַ פֿאָרכטיקע דאַטע. אױף פּראָסט ייִדיש – אַ יאָרצײַט. דער דריטער יאָרצײַט פֿון באַבי יאַר. אױף אַ יאָרצײַט פֿלעג מען אַמאָל צינדן ליכט, זאָגן קדיש. נאָר ס׳נאָך ניט אױסגעבױט געװאָרן די שול, דער ריזיקער טעמפּל, װאָס זאָל קענען אַרײַננעמען אין זיך אַזױ פֿיל פֿײַערן, אַזאַ צאָל אָנגעצונדענע ליכט אױף צו באַלײַכטן יעדן נאָמען באַזונדער, יעדן זון און טאָכטער פֿון אָט דער גרױסער שטאָט מיט אױסגעשאָכטענע ייִדן. אמת, ס׳רוקט זיך אונטער אַ זײַטיקער געדאַנק, װאָס רױמט טרײסטנדיק אײַן:

„– סע ברענען פֿײַערן אױף גרױסע שטחן און אױף װײַטע שטרעקעס. ס׳ברענען ליכטיק און פּעכיק, סע פֿלאַמען און סע פֿלאַקערן דעם שׂונאס אױסגעפּוצטע שטעט! פֿאַררעכן עס! נעם עס אָן אױפֿן חשבון פֿונעם גרױסן הײליקן יאָרצײַט! הער זיך אײַן, אפֿשר הױלן עס דאָרטן דײַטשקעס, אפֿשר פּינען דאָרטן שרצימלעך – דאָס געדעכעניש פֿון די עס־עס, די גזע פֿון דײַנע פֿאַרטיליקער… די ברײט באַקאַנטע גרעטע האָט דאָך אײדל געגעבן אָנצוהערן איר ‚באַהאַרצטן’ האַנסן, ער זאָל זיך ניט מצער זײַן, אױך די העמדעלעך און די גאַרניטערלעך, װאָס ער װעט שיקן אַהײם, װעלן זײַן אײַנגעריכט אין בלוט. זי איז אַ געזונטע, אַן אײַזערנע באַלעבאָסטע, אַ מיזאַמע פֿרױ, זי װעט זיך גרינג אַן עצה געבן מיט אַזעלכע זאַכן. און דערום גלוסט זיך נישט, אַז גרעטע זאָל מיטאַמאָל געהרגעט װערן פֿון אַ באָמבע. זאָל זי װױען מיט אַן איבערגעבראָכענעם רוקן און בעת־מעשׂה צוזען, װי ס׳דריגען אין גסיסה־אַנגסטן אירע צעטראָטענע און דערדישעטע שלענגלעך. אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחֵז וְנִפֵּץ אֶת־עֹלָלַיִך אֶל־הַסָּלַע!

„ס׳איז הײַנט דער 29סטער סענטיאַבער.”

קיפּניסעס לכתּחילהדיקער נוסח װערט דאָ געדרוקט בפֿרהסיא צום ערשטן מאָל – װאָרט בײַ װאָרט אַזױ װי ער האָט עס אָנגעשריבן פֿאַר דער „אײניקײט” אין 1944, לױט אַ קאָפּיע, װאָס האָט איבערגעלעבט אין אַרכיװ פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. (פּינקטלעכער געזאָגט געװאָרן, אינעם אַרכיװ, װאָס מע האָט צונױפֿגעקליבן בשעתן פּראָצעס קעגן דעם קאָמיטעט. ס׳קומט אַ דאַנק פּראָפ׳ מיכאַיִל קרוטיקאָװן און אַ יישר־כּוח דעם אַמעריקאַנער „מוזײ צום אָנדענק פֿונעם חורבן” פֿאַרן געבן אונדז צוטריט צום דאָזיקן אַרכיװ.)

דער רעדאַקטאָר פֿון „אײניקײט” האָט געװאָלט אױסמעקן כּמעט דעם גאַנצן ציטירטן פּאַראַגראַף. אױף װיפֿל מיר װײסן, האָט מען יעמאָלט בכלל ניט געדרוקט די קאָרעספּאָנדענץ. ערשט אין אַפּריל 1960 איז זי דערשינען אינעם ניו־יאָרקער לינקן חודש־זשורנאַל, „ייִדישע קולטור”. אינעם זעלבן יאָר האָט מען איבערגעדרוקט דעם טעקסט אין „אונטערװעגנס און אַנדערע דערצײלונגען”, קיפּניסעס אַ בוך, װאָס ס׳האָט אַרױסגעגעבן נחמן מײַזיל בײַם ניו־יאָרקער איקוף־פֿאַרלאַג. אָבער אַפֿילו דאָרטן האָט מען ניט געדרוקט די סאַמע גרױזאַמסטע װערטער װעגן די שלענגלעך, װאָס „דריגען אין גסיסה־אַנגסטן” (אָדער װאָס „ס׳צאַפּלען זיך אונטער די חורבֿות”, װי ס׳האָט געשריבן קיפּניס אין אַ פֿריִערדיקן נוסח). און אַ פּסוק תּהילים האָט מען שױן אַװדאי און אַװדאי ניט געװאָלט אָפּדרוקן. חוץ דעם איז די ריזיקע „שול” מגולגל געװאָרן אין אַ „זאַל”. צי דאָס איז געװען דער רעדאַקציעס אַן אױספֿיר בײַ דער צײַטשריפֿט „ייִדישע קולטור”, צי ס׳איז שױן געװען געביטן אינעם מאַנוסקריפּט, װאָס איז אָנגעקומען אין דער רעדאַקציע, װײסן מיר לײדער ניט. אינעם באַנד דערצײלונגען, „צום לעבן”, װאָס איז אַרױס אין מאָסקװע אין 1969 זײַנען ענדלעך גרעטע און האַנס פֿון דער „גזע פֿאַרטיליקער” אין גאַנצן נעלם געװאָרן.

טאָמער קענט איר ניט דעם שרײַבער, איציק קיפּניס (1896–1974), דעם ערשטן פּראָזאַיִקער פֿונעם יונגן דור ייִדישע דיכטער נאָך דער רוסלענדישער רעװאָלוציע, נאַט אײַך עטלעכע װערטער װעגן דעם אױטאָרס אױפֿקום, אָנגעשריבענע פֿונעם פֿאָרשער און קריטיקער, נחמן מײַזיל:

„איציק קיפּניס איז אַרײַנגעפֿאַלן פֿון זײַן קלײן שטעטל קײן קיִעװ אין דער סאַמע הײסער צײַט בעת דעם האַסטיקן פֿונאַנדערװוּקס פֿון דער יונגער דיכטונג, און באַזאַכט און באַדאַכט און בהדרגה האָט ער אַרײַנגעדרונגען אין דער שרײַבער־משפּחה װי אַ דערצײלער. […] ערשט זײַן פּראָזע־בוך „חדשים און טעג”, װאָס איז דערשינען אין קיִעװ, אינעם פֿאַרלאַג „קולטור־ליגע”, אין יאָר 1926, האָט געצױגן די אױפֿמערקזאַמקײט פֿון די לײענער און קריטיקער […]. דאָס בוך „חדשים און טעג” איז געװען אַ נײַס אין דער דעמאָלסדיקער סאָװעטיש־ייִדישער ליטעראַטור. […] מען איז דאַן נישט געװױנט געװען צו דער שפּראַך, צו דער פּשטות און תּמימות, אין װעלכער דער יונגער שרײַבער גיט איבער װעגן די גרױליקע פּאַסירונגען. […] אױך זלמן רײזען שטעלט זיך אָפּ אױף דער זעלטענער אײגנשאַפֿט פֿון קיפּניסעס פּשטות בײַם דערצײלן: ‚אין סטיל פֿון פּרימיטיװ, פֿון אידיליע שילדערט קיפּניס דאָס ייִדיש־אוקראַיִנישע שטעטל, די מלחמה, די װײַטע רעװאָלוציע, די שרעקלעכע פּאָגראָמען. דער טאָן װאַקלט זיך צװישן כראָניק און ליריק, אָבער דער לירישער עלעמענט װעגט איבער.’”

אין דער צײַטונגס־קאָרעספּאָדענץ זײַנער װעגן באַבי יאַר שרײַבט קיפּניס אַמאָל עפּעס רעדעװדיק, מליצהדיק און מיט פּאַטאָס. צוריקגערעדט, אין זײַן טאָגבוך, האָט ער פֿאַרצײכנט די ביטערע געפֿילן, װען ער האָט זיך דערװוּסט װעגן זײַן פֿאָטערס אומקום, מיט גאַנץ רירנדיקע, פּראָסטע און פּערזענלעכע װערטער. פֿון דעסטװעגן הײבט ער װידער אַ מאָל אָן מיט אַ שטאַרקן פּאָעטישן אימאַזש; ענדיקן ענדיקט ער אָבער – גלײַך װי אָפּגענומען דאָס לשון:

„ס׳איז אַ טרונק פֿונעם כּוס, װאָס היטלער, ימח שמו, האָט דערלאַנגט צו די סאַמע ליפּן אױך מיר, אַ טרונק, פֿון װעלכן דאָס האַרץ װערט פֿאַרלאָפֿן מיט בלוט און דער מוח װערט פּריטשמעליעט. […] די אױגן זענען נישט נאַס און נישט טרוקן. די צונג דאַרף עפּעס זאָגן, נאָר באַװעגט זיך שװער. זיך אַנידערלײגן אױפֿן בעטל, אײַנגראָבן דעם קאָפּ אין קישן.” (קיפּניס, „טאָג און טאָג”)

די טרױעריקע ידיעה װעגן דעם טאַטנס טױט בעתן חורבן איז, אַגבֿ, דערגאַנגען צו קיפּניסן, אַז ער האָט זיך שױן געגרײט צוריקצופֿאָרן אין זײַן פֿריִערדיקע הײמשטאָט, קיִעװ.

קיִעװ איז באַפֿרײַט געװאָרן דעם 6טן נאָװעמבער 1943. שױן אין די ערשטע חדשים פֿון 1944סטן יאָר האָבן עטלעכע ייִדישע שרײַבער באַװיזן זיך אומצוקערן קײן קיִעװ, צװישן זײ — דוד האָפֿשטײן און איציק קיפּניס, ניט געקוקט אױף דעם, װאָס די אוקראַיִנישע מאַכטאָרגאַנען האָבן געשטעלט מניעות פֿאַר ייִדן, װאָס האָבן געװאָלט צוריקפֿאָרן אין דער באַפֿרײַטער שטאָט. קיפּניסעס טאָכטער בײלקען, למשל, האָט מען ניט דערלױבט צוריקצוקומען איבער דעם, װאָס זי „האָט אַ שטיקל חסרון: זי איז פֿון ייִדישער אָפּשטאַמונג…” (קיפּניס, „טאָג און טאָג”) קיפּניסן אַלײן און זײַן װײַב דבֿורהן האָט זיך פֿונדעסטװעגן אײַנגעגעבן זיך אומצוקערן קײן קיִעװ.

אין יענע טעג, האַרט נאָך דער באַפֿרײַונג, איז קיִעװ צום גרעסטן טייל געװען אַ צעשטערטע שטאָט. לױטן היסטאָריקער מרדכי אַלטשולער האָט דעמאָלט געהערשט אין שטאָט אַ סכּנהדיקער אַנטיסעמיטיזם. ס׳האָט זיך װען־ניט־װען פֿונאַנדערגעפֿלאַמט די שׂינאה צו ייִדן אַזױ שטאַרק, אַז מ׳איז אָנגעפֿאַלן אױף זײ מיט גװאַלד און רציחה.

װען די ייִדישע שרײַבער האָבן געפּרוּװט אָרגאַניזירן אַן עפֿנטלעכע פֿאַרזאַמלונג כּדי אָפּצומערקן דעם דריטן יאָרטאָג פֿונעם גרױסן בראָך אין באַבי יאַר, האָבן די אָרגאַנען עס פֿאַרװערט. ס׳האָבן זיך אָבער פֿאָרט צונױפֿגעקליבן אַ סך ייִדן און זײַנען געגאַנגען אַהין צום ראָװ, צו דער גרוב, װוּ מע האָט אויסגעהרגעט צענדליקער טױזנטער ייִדן. אָט אָ דעם דאָזיקן מאַרש און די אַ צונױפֿקומעניש האָט פֿאַרצײכנט קיפּניס אין זײַן קאָרעספּאָנדענץ און אַזױ אַרום אונדז איבערגעלאָזט אַ גבֿית־עדות און אַ שפּור פֿון יענע טעג אין יענע מקומות.

די דעמאָלט צונױפֿגעקומענע האָבן זיך אין דער אמתן ניט גענײטיקט אין קײן שום דערמאָנונג, נאָר מיר דאַרפֿן זיך יאָ דערמאָנען, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין באַבי יאַר. דעם 29סטן און 30סטן סעפּטעמבער 1941 (ערבֿ יום־כּיפּור תּש״ב), ד״ה במשך פֿון קאַרגע צװײ טעג, האָבן די דײַטשן און זײערע קאָלאַבאָראַטאָרן דערשאָסן בערך 33,770 ייִדן אין באַבי יאַר. װײַטער גיבן מיר איבער, װי אַזױ קיפּניס האָט באַשריבן דעם װעג, װאָס ס׳זײַנען געגאַנגען די קיִעװער ייִדן יענעם טאָג:

„די גאַסן, װאָס זײַנען װי די ברײטע מולטערס טײג געװען פֿאַרראָשטשינעט און פֿול איבער די ברעגן מיט די נאָך לעבעדיקע לײַבער פֿון אונדזערע ברידער. זײ זײַנען געפֿאַנגען פֿון פּאָדאָל און פֿון דעמיִעװקע, פֿון קורעניאָװקע און פֿון שוליאַװקע. די הױפֿן פֿון גרױס־ און קלײן־װאַסילקאָװער האָבן פֿאַררעטעריש אַרױסגעלאָזן גאַנצע און האַלבע משפּחות. פּונקט אין טאָג פֿון יום־כּיפּור, נאָר ניט אין קײן שול אַרײַן. נישט אױף אַװעקגײן גאַנצפֿרי און אין אָװנט זיך אומקערן פֿאַרגרינגערטע צוריק. יונגע און באַיאָרטע, קלײנע קינדער און אַלטע לײַט. אױף דער לװאָװסקע האָבן זײ זיך צונױפֿגעגאָסן װי קלײנע ריטשקעלעך אין אַ טײַך פֿון פֿאַרשנײַדונג און פֿון אומקום.”

אױך די דאָזיקע שורות האָט מען צענזורירט – סײַ אין ניו־יאָרק, סײַ אין מאָסקװע. בדרך־כּלל באַקומט זיך, אַז די לינק געשטימטע רעדאַקטאָרן האָבן געהאַט טענות צום מחבר װעגן אַלצדינג, װאָס האָט געשמעקט מיט רעליגיע, צי מיט קלאָמפּערשדיקן נאַציאָנאַליזם.

אינעם המשך פֿון אונדזער אַרטיקל װעלן מיר, אם־ירצה־השם, ערשטנס, ווײַטער שילדערן די ערשטע אָנדענק־פֿאַרזאַמלונג לכּבֿוד די קדושים פֿון באַבי יאַר, און צװײטנס, זיך אָפּשטעלן אױף די אונטערשײדן צװישן די גילגולים, װאָס ס׳האָט דורכגעמאַכט קיפּניסעס באַריכט.

(המשך קומט)

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.