Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

1944: ייִדן פֿאַרזאַמלען זיך אין באַבי יאַר צו באַוויינען די קרבנות1944: Jews come to Babi Yar to mourn the victims of the slaughter

ס׳איז 80 יאָר זינט דעם מאַסנמאָרד. לייענט ווי איציק קיפּניס באַשרײַבט די װײַבער „װאָס האָבן זיך אָנגעװײנט און אָנגעשריגן װיפֿל ס׳איז אין זײ אַרײַן.”

[דאָס איז דער צווייטער טייל פֿון אַן אַרטיקל אָפּמערקנדיק 80 יאָר זינט דעם מאַסנמאָרד. לייענט דעם ערשטן טייל דאָ.]

„אױסגעװאָרצלט בײמער, שטאַמען, / אױסגעפֿליקט משפּחות, נעמען, / אָפּגעמעקט געדעכענישן, / פֿאַרמינערט דאָס געזאַנג פֿון דער װעלט.”

מיט אָט אָ די פֿערזן האָט דער פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטײן אַרױסגעבראַכט דעם תּמצית פֿון גענאָציד, פֿונעם חורבן. דאָ האָבן מיר געצױגן דעם אױפֿמערק אויף דער „אױסװאָרצעלונג” פֿון קיִעװער ייִדן, אױפֿן מאַסנמאָרד אין באַבי יאַר. דעם 29סטן און 30סטן סעפּטעמבער 1941 זײַנען דאָרט אַכזריותדיק אױסגעמאָרדעט געװאָרן אַן ערך 34 טױזנט מענטשן, כּמעט אַלע פֿון זײ – ייִדן.

ניט לאַנג נאָך דעם, װי קיִעװ איז באַפֿרײַט געװאָרן פֿון די דײַטשן, האָבן אײניקע ייִדישע שרײַבער באַװיזן צוריקצופֿאָרן אַהין, צװישן זײ — אױך איציק קיפּניס. ווי אַ באַקאַנטער סאָוועטיש־ייִדישער פּראָזאַיִקער, האָט ער אָנגעשריבן אַ באַריכט, װאָס שילדערט, װי אַזױ קיִעװער ייִדן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט בכדי צו געדענקען זײער פֿאַרשניטענע ברידער און שװעסטער אין באַבי יאַר. דאָס איז פֿאָרגעקומען אין 1944, דרײַ יאָר נאָכן גרױסן אומגליק.

געדרוקט האָט מען אָבער קיפּניסעס פֿאַרצײכענישן ערשט אין 1960סטן יאָר אין ניו־יאָרק און אין 1969סטן אין מאָסקװע. און אַפֿילו אַז מע האָט שױן יאָ מיטגעטײלט דעם באַריכט פֿאַר דער עפֿנטלעכקײט, האָט מען פֿאָרט ניט געװאָלט דרוקן דעם ערשטן נוסח און מען האָט אָפּגעמעקט כּמעט אַלצדינג, װאָס האָט געשמעקט מיט רעליגיע, צי מיט כּלומרשטיקן נאַציאָנאַליזם — ווי למשל דאָ, ווען קיפּניס שרײַבט װעגן די ייִדן װאָס זײַנען געקומען אין באַבי יאַר צו באַצײכענען דעם אָנדענק פֿון די דערמאָרדעטע:

„די זאַמדיקע אָפּריסן שיטן זיך פֿון אונטער אונדזערע פֿיס און רײַסן אונדז מיט אַראָפּ, אַראָפּ. די פֿריִער געקומענע זעען אױס פֿון דער װײַטן, װי מע װאָלט זיך אױסגעשאָטן צו תּשליך. נאָר דאָ זאָגט מען ניט קײן גוט יום־טובֿ ניט. און װען אײנער גיט אָפּ אומגערן זײַנע באַקאַנטע אַ גוט מאָרגן, קריגט ער ניט קײן ענטפֿער.”

דאָס גלײַכן האָט מען אױסגעמעקט די װײַטערדיקע װערטער, מיט װעלכע קיפּניס באַשרײַבט אַן אַלט היטל, װאָס ליגט דאָרטן אין דער גרוב:

„דער ייִד, װאָס האָט דאָס היטל געטראָגן, איז געװען געניט אין ש״ס און אין פּוסקים, ער איז געװען רײַך אין לערנען, כאָטש אין שטוב האָט ער קױם געגעבן צו זאַט…”

(די סאַמע לעצטע װערטער װעגן דעם, װאָס דער ייִד איז ניט געװען בכּוח מפֿרנס צו זײַן די משפּחה, האָט מסתּמא קיפּניס אַלײן אױסגעשטראָכן.)

די פֿאָלגנדיקע שורות זײַנען אויך ניט געדרוקט געװאָרן אין די בײדע ביכער, ווײַל זיי האָבן, אַ פּנים, געקלונגען איבעריקס „נאַציאָנאַליסטיש”:

„אָט דאָס אָ בלאָנדע רוסיש װײַבל, װאָס שטײט צװישן עולם אַ פֿאַרװײנטע, איז נישט קײן ליבהאָבערין אָדער גלאַט אַ ייִדן־פֿרײַנט. זי האָט דאָ אירס אַ פּעקל, װעגן װעלכן ס׳איז אַ סך צו דערצײלן. װי אַזױ זי איז ניצול געװאָרן, געדענקט זי אַלײן ניט אַקוראַט, נאָר מיט דעם דאָזיקן אָרט איז זי צונױפֿגעװאַקסן אױף אײביק.”

קיפּניסעס קיִעװער באַריכט פֿון 1944סטן יאָר, אױפֿן לכתּחילהדיקן נאָמען „צװישן ייִדן”, פֿאַרענדיקט זיך מיט אַן עפּעס מער פּאָזיטיװ געשטימטן אױפֿרוף צום פֿאָלק. לײענענדיק דעם מאָסקװער נוסח פֿון 1969, װאָלט מען אפֿשר געקענט מײנען, אַז ער װענדט זיך סתּם צום „סאָװעטישן פֿאָלק”, דהײַנו חבֿרים פֿון כּל־המיני פֿעלקער און סאָװעטישע בירגער בכלל. נאָר פֿונעם נוסח, װאָס אין אַרכיװ פֿון ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, דערזעט מען באַשײַמפּערלעך, אַז ער רעדט דװקא צום ייִדישן פֿאָלק. דאָ ברענגען מיר אַ פּאַראַגראַף, װאָס דער רעדאַקטאָר פֿון „אײניקײט” האָט אױסגעמעקט און װאָס איז אױך אין די שפּעטערדיקע פּובליקאַציעס אַרײַן נאָר טײלװײַז:

„אַ מענטש, בײַ װעמען עס האָט אָפּגעריסן אַ האַנט אָדער אַ פֿוס און אַפֿילו אַ פֿינגער אײנעם – װערט מיט עפּעס געמינערט און װינציקער װי ער איז געװען. נאָר אַ פֿאָלק … אַ פֿאָלק, װען ס׳רײַסט זיך אױס אױף אים אַ קלאָג אַזאַ װי ס׳איז אונדז פֿאַרגאַנגען, אַ פֿאָלק, אַז סע פֿאַרטיליקט אים אױף האַלב און דרײַ פֿערטל, איז װי אַ טראָפּן װאַסער, װי אַ קײַלעכל קװעקזילבער. דו טשיפּעסט אָפּ פֿון אים אַ העלפֿט, נאָר די צװײטע העלפֿט פֿאַרקײַלעכיקט זיך, פֿולט זיך אױס און װערט צוריק גאַנץ. נאָך מער – די אָפּגעשפּליטערטע זעמדעלעך לױפֿן זיך צונױף, גיסן זיך צוזאַמען, װערן צונױפֿגעפּאָרט און באַהעפֿט.”

אָט אָ די דאָזיקע „נאַציאָנאַליסטישע” װערטער זײַנען דעם מאָסקװער רעדאַקטאָר ניט געפֿעלן געװאָרן צוליב פֿאַרשטענדלעכע סיבות. ועל כּולם האָט ער ניט געקענט דערלאָזן אַן אױסרוף, װאָס דער מחבר האָט אַרײַנגעשריבן מיט דער האַנט אין דער מיט מאַשינקע געשריבענער קאָפּיע אַרײַן: „עם ישׂראל חי!”

אַ בולט בילד פֿונעם לעבעדיקן פֿאָלק שפּיגלען אָפּ די ייִדן, װאָס זײַנען געקומען אין באַבי יאַר אױף צו געדענקען די פֿאַרפּײַניקטע ברידער און שװעסטער זײערע און גײען אַװעק פֿון דאַנען, „קײן עין־הרע, געזונט און גאַנץ”. אין סאַמע סוף פֿונעם באַריכט ציט קיפּניס דעם אױפֿמערק –אױף אַ לאַגער געפֿאַנגענע „מפּלה־דײַטשן”, װאָס האַרט לעבן דעם מאַסן־קבֿר אין באַבי יאַר. װידער אַ מאָל האָבן די רעדאַקטאָרן ניט מסכּים געװען צו דרוקן קיפּניסעס האַרבע זידלערײַען אױפֿן שׂונא:

„געפֿאַנגענע מפּלה־דײַטשן פּאָרקען זיך אין זײערע געשװירן, באַטאַפּן זײערע מכּות און שעלטן זײער גאָט. מיר זעען אין זײ מיסט, פֿון װעלכן סע שטינקט און סע עיפּושט, װעלכן מע װאָלט דאַרפֿן װאָס גיכער פֿאַרשאַרן אין דער ערד, און בײַ זײ קריכן די אױגן אַרױס קוקנדיק אױף אונדז דורך די דראָטן. זײ זעען, אָט אַזױ גײען און אָט אַזױ לעבן מענטשן.”

אַחוץ די דאָזיקע מינים ענדערונגען, װאָס האָבן אַ שײַכות צו דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע, האָט דער רעדאַקטאָר פֿון „אײניקײט” (אפֿשר שכנא עפּשטײן אַלײן) זיך אױך געטשעפּעט צו אַרױסזאָגונגען, װאָס װאָלטן לױט אים געקענט אָנװאַרפֿן אַ מרה־שחורה אױפֿן לײענער.

די „אײניקײט” האָט, בדרך־כּלל, איבערגעגעבן בלויז דערמוטיקנדיקע נײַעס מכּוח ייִדן רױט־אַרמײערס און זײער גבֿורהשאַפֿט. אַפֿילו אין די פֿילצאָליקע קאָרעספּאָנדענצן מיט אַ שײַכות צו „די פֿאַשיסטישע אַכזריותן קעגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג” האָט מען געלייגט דעם טראָפּ אױף דער העלדישקײט פֿון די קרבנות, און אױסגעמיטן שרײַבן װעגן טרױער און אומעט, װעגן דעפּרעסיע און אַפּאַטיע. צוליב דער דאָזיקער נטיה האָט מען, צום בײַשפּיל, אױסגעשטראָכן דעם פֿאָלגנדיקן פּאַראַגראַף פֿון קיפּניסעס קאָרעספּאָדענץ, װאָס איז אַפֿילו שפּעטער ניט אַרײַן אין די ביכער:

„אַרום און אַרום […] דעם האַרץ פֿון באַבי יאַר, זיצן װײַבער, װאָס האָבן זיך אָנגעװײנט און אָנגעשריגן װיפֿל ס׳איז אין זײ אַרײַן. ס׳שטײען און בלאָנקען שטיל אַרום מאַנצבילן, קינדער. אײניקע זײַנען אַפֿילו אין זײער מיליטערישן אָנטאָן אַהער געקומען. טרערן לאָזן זיך לאַנג ניט בעטן, זײ װײַזן זיך אױף יעדן אױג. זײ רעכענען זיך נישט, טאָמער איז דאָס האַרץ דײַנס אַפֿילו שטאַרק און פֿאַרהאַרטעװעט.”

אָט אַזױ אָ האָט באַשריבן איציק קיפּניס די דאָזיקע גרױסע צונױפֿקומעניש אין אָקערשט באַפֿרײַטן קיִעװ, מיט װעלכן מע האָט אָפּגעריכט אַ מין ערשטע אַזכּרה נאָך די ייִדן, װאָס זײַנען אומגעבראַכט געװאָרן אין באַבי יאַר.

װי ס׳האָט אָנגעװיזן דער היסטאָריקער גענאַדי עסטרײַך, האָט מען געקענט רעדן און שרײַבן װעגן דעם חורבן אױף אַזאַ מין אופֿן גיכער אין פּױלן װי אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. איבער דער דאָזיקער סיבה האָבן איציק קיפּניס און נאָך געצײלטע סאָװעטישע שרײַבער פֿאַרעפֿנטלעכט זײערע זאַכן טאַקע אין דער לאָדזשער און װאַרשעװער ייִדישער פּרעסע און ניט אין מאָסקװע.

בײַם הײַנטיקן טאָג זײַנען, צום באַדױערן, שױן ניטאָ קײן ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן, ניט אין מאָסקװע, ניט אין װאַרשע, אָבער לכל־הפּחות קען מען, דאַנקען גאָט, שױן יאָ דרוקן איציק קיפּניסעס װערטער אות באות.

איז לאָמיר אָפּמערקן דעם אַכציקסטן יאָרצײַט פֿון „אָט דער גרױסער שטאָט מיט אױסגעשאָכטענע ייִדן”, איבערלײענענדיק דעם שריפֿטשטעלערס װערטער:

„אפֿשר קענט איר עמעצער די שװעסטער דאַלין? אַלטע אַלטע קיִעװער אײַנװױנערינס זײַנען די דאָזיקע באַיאָרטע צװײ פֿרױען עמע מאַרקאָװנע און יעװע מאַרקאָװנע. זײ קומען אַרױס פֿון אַ שײנער משפּחה, האָבן קײנמאָל בײַ קײנעם גאָרניט ניט פֿאַרנומען. געלעבט פֿון אײגענער האָרעװאַניע. נאָר היטלערס װױלע יונגען פֿרײלעכע און דערקװיקטע האָבן געהאַט אױף זײ אַ האַרץ, נאָך אײדער זײ האָבן זײ געזען אין די אױגן. אַזױ, אַז די בײדע אַלטע שװעסטער װערן אױך געפֿירט נישט װי נײַ באַקאַנטע, נאָר װי אַלטע בעלי־חובֿות נאָך אַ לאַנגער לאָדעניש.

„דערשראָקן און פֿאַרװוּנדערט קוקן זײ זיך אָן אײנע די צװײטע… אפֿשר איז עס נאָך גאָרניט? אפֿשר װעט דער אומגליק פֿון בלײַבן אָן אַ הײם, אָן דעם אײַנגעזעסענעם װינקל אױפֿן פֿערטן שטאָק, װוּ יעדעס שטיק מעבל האָט דערצײלט דעם אױג פֿון יעדן אַרײַנגײער, אַז דאָ װױנען עלטערע צװײ פֿרױען, פֿון לאַנג פֿון לאַנג װױנען זײ שױן דאָ, אפֿשר װעט דער דאָזיקער אומרעכט דערגײן ביז די װײַטסטע ברעגן, נאָר כאָטש מיטן לעבן. והראיה – ס׳װערן דאָך געפֿירט אַזױ פֿיל מענטשן, אַזאַ עם־רבֿ! צי דען װאָלטן אַלע געגאַנגען און געשװיגן? דער נײַשטאָטישער רבֿ גײט דאָך אױך אָן אָ אין יענעם װינקל און מע װאָלט מעגן שװערן, אַז די אַלטע װאַרשאַװשטשיכע גײט אױך אָן אָ פֿון אונטן. יאָ, ס׳זײַנען דאָ חשובֿע מענטשן אַ סך און אַלערלײ. אָט גײט דאָך דער דאָקטער ריבאַקאָװ אַלײן! װײ צו די יאָרן, אַװדאי!

„עמע מאַרקאָװנע און יעװע מאַרקאָװנע האָבן קײן גרױסע פּעק נישט געקענט פֿאַרנעמען מיט זיך. שװאַכע עלטערע פֿרױען. װײכע קלומקעס האָבן זײ פֿאַרװיקלט צװײ. דעם אַלבאָם מיט קאַרטעס ניט פֿאַרגעסן אַרײַנלײגן אַהין און אױך די בעכערלעך. די געלע פֿאַרעלטערטע ירושה־בעכערלעך. די לײַכטער זײַנען טאַקע אַזױ געבליבן פֿאַראומערט שטײן אױפֿן פֿענצטער אונטערן פֿאָרהאַנג, דער מאַמעס באַגילדטע לײַכטער, װאָס האָט מען דען געקענט מיט זײ טאָן? סײַדן אַרײַנשטעלן אין שאַפֿע טיף אין װינקל, אָדער איבערגעבן אַ שכנה צום איבערבאַהאַלטן?

„און דאָ איז אין דער זעלבער שורה נאָך געגאַנגען די קלײנע צװעלפֿיאָריקע פּערעלע פֿון פֿינפֿטן שטאָק. אַ גוט מײדעלע, דאָס בעסטע קינד אין שול. נאָר זי האָט זיך צעטוליעט און געהאַלטן אין אײַן צופֿאַלן צו דער מאַמעס פיס און זײַטן װי קײנמאָל און שטאַרק געשטערט מיט דעם דעם גאַנג, אַזױ שטאַרק געשטערט, אַז כאָטש נעם און שרײַ אױף איר אָן. און די מוטער פּערעלעס, װאָס איז פֿון אַלע יאָרן אַ שעמעװדיקע און אַ שטילע, איז גאָר געװען פּריטשמעליעט, פֿון דעם, װאָס זי איז אין דער סאַמע מיט צװישן אַזױ פֿיל מענטשן. מיט איר נאַטור האָט זי זיך שטענדיק געהאַלטן אָן אַ זײַט אַפֿילו אין שטוב בײַ זיך.

„טאָ װוּ זשע זײַנען געװען אײַערע הערצער אין דער שעה, שװעסטער מײַנע אין די טױזנטער, קינדער מײַנע, די כּפּרה זאָל איך זײַן פֿאַר אײַך.”

עד כּאן דעם קיִעװער קאָרעספּאָנדענטנס באַריכט פֿון 1944.

װי ס׳רובֿ ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט קיפּניס „נישט אױסגעמיטן אין די גרױליקע יאָרן זײַט 1948 דעם ביטערן גורל און גזר־דין. ער איז […] אַרעסטירט געװאָרן, פֿאַרשיקט געװען אין װײַטע מקומות, אָפּגעזעסן עטלעכע יאָר אין תּפֿיסות און לאַגערן”, לױט נחמן מײַזילס סך‏־הכּל. ניט געקוקט אױף דעם, װאָס יענע צײַט פֿון אָפּקומעניש האָט בײַ קיפּניסן אַװעקגעפּטרט אַ טײַער שטיק ימים־ושנים, איז ער, דאַנקען גאָט, אַרױס מיטן לעבן. נאָך דערלעבט דעם טאָג, װען ס׳איז דערשינען אין דרוק ניט נאָר דער באַריכט װעגן באַבי יאַר, נאָר אױך נאָך אַ צאָל שפּעטערדיקע שאַפֿונגען זײַנע.

לאָמיר, אין אײנעם מיט איציק קיפּניסן, דערמאָנען די אומגעקומענע אין באַבי יאַר און אָפּגעבן כּבֿוד זײער אָנדענק, זאָלן זײערע נשמות אײַנגעבונדן זײַן אין בינטל פֿון לעבן.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.