אַנימאַציע: הומאָריסטיש ליד וועגן אַ יונגן טאַטן וואָס באַקלאָגט זיך צו דער מאַמעןAnimation: Humorous song about a young father complaining to his mother
כאָטש די רעקאָרדירונג, „אוי וויי, מאַמעלע‟, איז טייל פֿונעם פּראָיעקט, „וואַרשעווער קאַבערעט‟, איז דער איראָנישער טאָן ענלעכער צו אָדעס
אין דעם ווידעאָ, באַגלייט מיט אַ הומאָריסטישער אַנימאַציע, זינגט דזשיין פּעפּלערס גרופּע, „מאַפּאַמונדי‟, אַ טשיקאַווע ליד — „אוי, וויי, מאַמעלע‟ — וועגן אַ געוועזענעם בחור וואָס באַקלאָגט זיך צו זײַן מאַמען, אַז טאָג און נאַכט מוז ער איצט אויפֿהאָדעווען אַ קינד — אַ קלאָרער סימן אַז זײַנע הולטײַסקע טעג זענען שוין אַריבער.
דאָס ליד געפֿינט זיך אין זייער אַלבאָם „אין אָדעס‟ — און איז אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט „וואַרשעווער קאַבאַרעט‟.
ווי אַזוי קומט אָבער די אוקראַיִנישע שטאָט אָדעס קיין וואַרשע? אין דער אמתן, ווי פּעפּלער האָט מיטגעטיילט דעם פֿאָרווערטס, טראָגט דער אַלבאָם אַזאַ נאָמען נאָר צוליב דעם וואַריאַנט פֿון איין באַקאַנט ליד, וואָס הייסט טאַקע „אין אָדעס‟. פֿון דעסט וועגן, מיין איך, אַז דער איראָנישער טאָן פֿונעם ליד שטימט מיטן אַזוי־גערופֿענעם אָדעסער סטיל.
דזשיין פּעפּלער איז סײַ אַ באַקאַנטע זינגערין, סײַ אַן ענטוזיאַסטישע פֿאָרשערין פֿון אַלטע ייִדישע לידער. אַ באַזונדערן טראָפּ שטעלט זי אויף ווייניק באַקאַנטע ווערק מיט אַ הומאָריסטישן אָדער סאַטירישן טאָן.
אין די 1930ער יאָרן האָט איציק זשעלאָנעק, אַ בעל־הבית פֿון אַ קראָם אין וואַרשע, וווּ מע האָט פֿאַרקויפֿט מוזיק־רעקאָרדירונגען, אַרויסגעגעבן אַ סעריע זאַמלונגען ייִדישע לידער, וואָס זענען דעמאָלט געווען פּאָפּולער בײַ פּוילישע ייִדן. צום באַדויערן, זענען זײַנע ביכלעך נישט געווען באַגלייט מיט מעלאָדיעס; נאָך יאָרן זוכענישן האָט זיך פּעפּלערן אײַנגעגעבן צו אַנטדעקן די נאָטן. אין 2014 האָט זי פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך מיט 126 לידער פֿון זשעלאָנעקס קאָלעקציע; בלויז בײַ 25 פֿון זיי ווייסט מען נאָך אַלץ נישט די מעלאָדיעס.
וואָס שייך אָדעס, איז עס אַ קאָסמאָפּאָליטישע, מולטיקולטורעלע שטאָט מיט אַ רײַכער מוזיקאַלישער און טעאַטראַלישער קולטור. געגרינדעט אין 1794 ווי אַ פּאָרט אויפֿן שוואַרצן ים (אַ קליינער ייִשובֿ איז אויפֿן דאָזיקן אָרט געשטאַנען נאָך מיט 2,500 יאָר צוריק), האָט זי צוגעצויגן סוחרים מכּל־המינים.
אין 1817 האָט די רוסלענדישע רעגירונג דערקלערט, אַז די שטאָט ווערט אַ פֿרײַע האַנדל־זאָנע – מיט גרויסע שטײַער־הנחות.
דער פֿרײַער האַנדל און דער גרויסער פּראָצענט אויסלענדער האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף דער אַטמאָספֿער פֿון דער שטאָט. צווישן ייִדן, גריכן, פֿראַנצויזן, ציגײַנער און, פֿאַרשטייט זיך, רוסן, האָט געהערשט אַ שאַרפֿע קאָנקורענץ.
ממילא, האָט דער רעפּערטואַר פֿונעם אָדעסער ייִדישן קאַבאַרעט אָפֿט געהאַט אַ „לעבעדיקן‟ טעם. ייִדישע לידער פֿון אָדעס האָט מען עקספּאָרטירט סײַ אין אַנדערע גרויסע וועלט־מעטראָפּאָליעס, סײַ קיין אַמעריקע; צום בײַשפּיל, דער אָדעסער ציגײַנערישער מוזיקער מישקאַ ציגאַנאָוו, נישט זײַענדיק אַליין קיין ייִד, פֿלעגט שפּילן און זינגען אויף ייִדיש אין זײַן אייגענעם ניו־יאָרקער רעסטאָראַן. דער „אָדעסער סטיל‟, לאַוו־דווקא ממש פֿאַרבונדן מיט דער דרום־אוקראַיִנישער פּאָרטשטאָט, מיינט שפּילעוודיקייט, איראָניע און הומאָר. אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע ווערן די אָדעסער תּושבֿים נאָך אַלץ באַקאַנט ווי אײַנגעבוירענע פּאַיאַצן.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor