Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מײַק בורשטיין רעקאָרדירט 15 לידער פֿון מאַרק וואַרשאַווסקי, מחבר פֿון „אויפֿן פּריפּעטשיק‟Mike Burstyn Records 15 songs by “Oyfn Pripetshik” author, Mark Warshawsky

דער אַלבאָם נעמט אַרײַן סײַ וואַרשאַווסקיס שלאַגערס, סײַ ווייניק באַקאַנטע לידער זײַנע ווי „שׂרה און רבֿקה‟, „נעבן קלייזל‟ און „ציון‟.

נישט לאַנג צוריק האָט דער אַקטיאָר און מוזיקער מײַק בורשטין אַרויסגעלאָזט צוויי נײַע אַלבאָמען: איינער אויף ייִדיש, וואָס באַשטייט פֿון מאַרק וואַרשאַווסקיס ווערק, און דער צווייטער – בורשטינס אָריגינעלע לידער אויף ענגליש, מיטן נאָמען The Colors Of My Life („די פֿאַרבן פֿון מײַן לעבן‟). 15 לידער אינעם ייִדישן אַלבאָם האָט בורשטין רעקאָרדירט צום סאַמע ערשטן מאָל און נעמען אַרײַן נישט בלויז די שלאַגערס ווי „אויפֿן פּריפּעטשיק‟, נאָר אויך ווייניק באַקאַנטע לידער ווי „שׂרה און רבֿקה‟, „נעבן קלייזל‟ און „ציון‟.

ביידע אַלבאָמען קאָן מען הערן דאָ.

אינעם ווידעאָ זינגט בורשטין וואַרשאַווסקיס באַוווּסט ליד וועגן דעם נאָר־וואָס פֿאַרגאַנגענעם יום־טובֿ – שׂימחת־תּורה. מע קאָן זאָגן, אַז דאָס ליד געהערט צו דער זעלבער חדר־קאַטעגאָריע, ווי „אויפֿן פּריפּעטשיק‟. דער מחבר שילדערט שׂימחת־תּורה ווי אַ קינדערטאָג, ווען ייִנגלעך פֿרייען זיך מיט דער תּורה, „די בעסטע סחורה, אַזוי האָט דער רבי מיט אונדז געקנעלט‟. אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿונעם ליד קען מען געפֿינען דאָ.

דעם באַוווּסטן דערוואַקסענעם אַספּעקט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יום־טובֿ – דהײַנו, דעם פֿאַרשפּרייטן מיזרח־אייראָפּעיִשן מינהג צו מאַכן אַ היפּשן לחיים – דערמאָנט וואַרשאַווסקי אויך: „דבֿורה, גיב זשע נאָך אַ גלעזל‟.

ס׳וואָלט געווען אינטערעסאַנט אויסצופֿאָרשן די געשיכטע פֿונעם דאָזיקן לידל. וואַרשאַווסקי זאָגט: „רענדלעך פֿאַלן פֿון אַלע זעק‟, זיכער מיינענדיק געלט, ווי מע זעט ווײַטער פֿונעם קאָנטעקסט. עס גייט אָבער די רייד וועגן אַ יום־טובֿ, ווען על־פּי הלכה טאָר מען נישט געבן קיין צדקה. וואָס האָט דער פּאָעט געמיינט? אפֿשר, סימבאָלישע מטבעות – אַזוי ווי דאָס חנוכּה־געלט, וואָס אין אַ סך קהילות מאַכט מען למעשׂה פֿון שאָקאָלאַד. בײַ אַ טייל ייִדן איז טאַקע אָנגענומען דער מינהג צו באַוואַרפֿן קליינע קינדער מיט קאָנפֿעקטלעך, ווען מע גיט זיי אַלע צוזאַמען אַן עליה; ס׳איז דאָך דאָס איינציקע מאָל אינעם גאַנצן יאָר, ווען אַ ייִנגעלע, נאָך פֿאַר זײַן בר־מיצווה, באַטייליקט זיך אין דער קריאת־התּורה, כּמעט ווי אַ דערוואַקסענער: טאַקע אַ גרויסע קינדער־שׂימחה!

נאָך אַ פּרט: מאַרק וואַרשאַווסקי (1848 – 1907) איז געווען אַ ייִד פֿון אָדעס – אַ וואַרעמע דרום־אוקראַיִנישע פּאָרטשטאָט בײַם שוואַרצן ים, וווּ ווײַן איז אַלעמאָל געווען בנימצא. ממילא טרינקט מען אינעם ליד דווקא דעם ספּעציעלן יום־טובֿדיקן ווײַן – להיפּוך צו די צפֿונדיקע ליטוואַקעס, וואָס טרינקען שׂימחת־תּורה בראָנפֿן און בײַ דער עליה מאַכן אַ קידוש אויף אַ פֿולן כּוס משקה. דער כּשרער ווײַן איז אין ליטע און רײַסן אַמאָל געווען אַ זעלטן לוקסוס־געטראַנק.

צי דערמאָנט וואַרשאַווסקי סתּם אַזוי אַ פֿרוי מיטן נאָמען דבֿורה? צום באַדויערן, האָט זיך מיר נישט אײַנגעגעבן אויסצוגעפֿינען, ווי זײַן ווײַב האָט געהייסן. מע ווייסט יאָ, אַז ער איז געווען שלום־עליכמס אַ ידיד, און שלום־עליכמס פֿרוי איז טאַקע געווען דבֿורה.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.