ווידעאָ: אַקטיאָר יעקבֿ לעווין באַשרײַבט ייִדיש קולטור־לעבן אין לאָדזשער געטאָVIDEO: Actor Jacob Lewin describes Yiddish cultural life in the Lodz ghetto
לעווין דערציילט אויך וועגן זײַן טרעפֿן זײַנע חבֿרים פֿון די קינדעריאָרן נאָך דער מלחמה אין מעלבורן.
ס’איז שווער צו גלייבן, אַז ביז לעצטנס האָט מען נאָך געקענט טרעפֿן מענטשן, וואָס געדענקען דאָס ייִדישע לעבן אין די 1930ער יאָרן, וואָס האָבן איבערגעלעבט אוישוויץ און קענען אונדז אַלץ דערציילן אויף אַ הויך־ליטעראַרישן ייִדיש. אַזאַ מענטש איז דער אַקטיאָר און פּאָעט, יעקבֿ לעווין.
לעווין, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין לאָדזש אין 1927, וווינט אין לאָס־אַנדזשעלעס.
כאָטש הײַנט איז ער, צום באַדויערן, מער נישט אין קיין מצבֿ צו קענען רעדן וועגן דעם — ווי עס האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס מרים קאָראַל, די דירעקטאָרין פֿונעם קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור און שפּראַך — האָט ער לאַנגע יאָרן געהאַט זייער אַ גוטן זכּרון. אין 1995, צום 50סטן יוביליי זינט אוישוויץ איז באַפֿרײַט געוואָרן, האָט ער במשך פֿון דרײַ שעה געגעבן גבֿית־עדות. מיט צוויי יאָר צוריק האָט די „חורבן־פֿונדאַציע בײַם אוניווערסיטעט פֿון דרום־קאַליפֿאָרניע” אַרויסגעשטעלט יענע רעדע אויף דער אינטערנעץ.
דעם אינטערוויו אויף ייִדיש מיט מרים קאָראַל האָט לעווין געגעבן אין 2004. אין 2017 האָט מען אַרויסגעשטעלט געקליבענע אויסצוגן דערפֿון אויף „יוטוב‟.
לעווין דערציילט וועגן דער בילדונג־סיסטעם, וואָס דער ייִדישער אַרבעטער בונד האָט אַמאָל געשאַפֿן אין לאָדזש, און וועגן דער ייִדיש־טעטיקייט אין דער לאָדזשער געטאָ. אין דער געטאָ האָט נאָך אַלץ געבליט, אויף וויפֿל ס׳איז געווען מעגלעך, אַ רײַך קולטורעל לעבן. „ייִדיש האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין געטאָ,‟ האָט ער געזאָגט. חוה ראָזענפֿאַרב, שׂימחה־בונעם שאַיעוויטש און אַ צאָל אַנדערע פּאָעטן האָבן געשריבן לידער; די גאַסן־זינגער האָבן זיך מיט אייגענע ווערטער באַקלאָגט וועגן די ייִדישע צרות; עס האָבן נאָך אַלץ פֿונקציאָנירט עטלעכע קולטור־אָרגאַניזאַציעס און די ייִדיש־לערער האָבן געפּרוּווט אָנצוהאַלטן אַ הויכן ניוואָ אין די קלאַסן.
אינטערעסאַנט און אַפֿילו שאָקירנדיק איז ווי ער דערציילט, אַז ווען די סאָוועטישע אַרמיי האָט באַפֿרײַט דעם שוידערלעכן אומברענג־לאַגער, איז ער געבליבן אין אוישוויץ ביז מאַרץ. „ווײַל איך האָב געהאַט דאָרט אַ בעט, געהאַט וואָס צו עסן, האָב איך נישט געדאַרפֿט דאָרט זאָרגן‟. הגם די נאַציס האָט מען אין יאַנואַר 1945 טאַקע ווײַט פֿאַרטריבן, האָט בלויז זייער אַ בראַווער אָפּטימיסט געקאָנט זאָגן, אַז אין אַזאַ פֿינצטער אָרט איז מער נישט געווען „וואָס צו זאָרגן‟.
נאָך דער מלחמה האָט יעקבֿ לעווין במשך פֿון אַ סך יאָר געוווינט אין אויסטראַליע און געשפּילט אינעם אָרטיקן ייִדישן טעאַטער און דערנאָך האָט ער זיך איבערגעפּעקלט קיין לאָס־אַנדזשעלעס, וווּ ער האָט ווײַטער געשפּילט ווי אַן אַקטיאָר. במשך פֿון אַ סך יאָרן, פֿלעגט ער אויך פֿאָרלייענען זײַנע אייגענע ייִדישע לידער אינעם לאָס־אַנדזשעלעסער חורבן־מוזיי און אַנדערע ערטער.
אַ לענגערן אינטערוויו אויף ייִדיש מיט אים האָט מיט אים געפֿירט קריסטאַ וויטני פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער אין 2013, וואָס איר קענט זען דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor