אָנלײַן־קאָנצערט פֿון אַלכּסנדר קריינס ייִדישע לידערOnline concert of Alexander Krein’s Yiddish songs
אַלכּסנדר קריין האָט געשעפּט סײַ פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער, סײַ פֿון אַלעקסאַנדער סקריאַבינס מוזיק.

Image by YIVO
דעם 9טן נאָוועמבער וועט אין ייִוואָ פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון צען ייִדישע לידער פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר, אַלכּסנדר קריין, געזונגען פֿון לוסי פֿיץ גיבאָן, באַגלייט אויף דער פּיאַנע פֿון רײַען מאַק׳עוווי מאַק׳קאָלאָ.
קריין איז געבוירן געוואָרן אין 1883, אין ניזשני־נאָווגאָראָד – אַ גרויסע שטאָט אינעם צענטראַלן טייל פֿון רוסלאַנד. זײַן טאַטע, אַבֿרהם קריין — אַ ייִד פֿונעם שטעטעלע, וועגער, אויף דער גרענעץ צווישן ליטע און לעטלאַנד (אויף ליטוויש – Vegeriai), איז געווען אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פֿידלער און אַ זאַמלער פֿון ייִדישער פֿאָלק־מוזיק און חזנישער נגינה, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט אַן אייגענער כּלי־זמר־קאַפּעליע.
די שטאָט ניזשני־נאָווגאָראָד, וווּ אַלכּנסדר קריין איז דערצויגן געוואָרן, געפֿינט זיך ווײַט פֿונעם תּחום־המושבֿ. אין אַ גרויסער מאָס איז די אָרטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג באַשטאַנען פֿון געוועזענע מיליטער־לײַט, גרויסע סוחרים, דאָקטוירים, אינזשענירן און אַנדערע געבילדעטע מענטשן, אָפֿט אַסימילירטע.
פֿון זײַן טאַטן האָט דער צוקונפֿטיקער קאָמפּאָזיטאָר געירשנט די ליבשאַפֿט צו דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער מוזיק. בײַ 13 יאָר האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אין דער מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע. שפּעטער איז ער געוואָרן אַן אַקטיווער מיטגליד אין דער רוסלענדישער געזעלשאַפֿט פֿון ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק.
אין קריינס אייגענע ווערק שפּירן זיך סײַ אַלטע ייִדישע טענער, סײַ נאָוואַטאָרישע און מאָדערניסטישע. באַזונדערס האָט אויף אים משפּיע געווען דער רוסישער קאָמפּאָזיטאָר אַלעקסאַנדר סקריאַבין, זײַנער אַ מיטצײַטלער, ווי אויך די קונסט־פּערספּעקטיוו פֿון פֿראַנצייזישע אימפּרעסיאָניסטן.
אָנהייבנדיק פֿון 1909 האָט קריין געשאַפֿן אַ גאַנצע ריי מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס אויף ייִדישע טעמעס. מיט זײַן מוזיק האָט מען באַגלייט פֿאָרשטעלונגען בײַ די טעאַטערס „הבימה‟ און „גאָסעט‟, ווי למשל – י. ל. פּרצס „בײַנאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק‟ און שלום אַשס „שבתי צבֿי‟.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע באַרימטע ייִדישע מוזיקער, וואָס זענען אַוועק פֿון רוסלאַנד, האָט קריין אויפֿגענומען די רעוואָלוציע מיט ענטוזיאַזם און דווקא געשריבן מוזיק מיט אַ קאָמוניסטישן טעם, פּריידיקנדיק די נײַע רעוואָלוציאָנערע אַרבעטער־קולטור. זײַנע „צען ייִדישע לידער פֿאַר שטימע און פּיאַנאָ‟ האָט ער געשאַפֿן אין 1937; די נאָטן זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין מאָסקווע, אינעם יאָר 1940, באַגלייט מיטן אָריגינעלן ייִדישן טעקסט און דער רוסישער איבערזעצונג פֿונעם פּאָעט און דראַמאַטורג, יאַראָסלאַוו ראָדיאָנאָוו.
צווישן 1944 און 1946 האָט קריין געאַרבעט איבער אַ גרויסער סימפֿאָניע, געווידמעט דער ייִדישער געשיכטע פֿון אוראַלטע צײַטן ביזן חורבן. אין 1951 איז ער ניפֿטר געוואָרן אינעם דאָרף, אַלטע רוזע, לעבן מאָסקווע.
די אַמעריקאַנער זינגערין, לוסי פֿיץ גיבאָן, טרעט אָפֿט אויף מיט איר מאַן, רײַען מאַק׳עוווי מאַק׳קאָלאָ, אין קאָנצערטן וואָס האָט באַקומען גוטע רעצענזיעס אינעם „וואָל־סטריט זשורנאַל‟ און אַנדערע חשובֿע אויסגאַבעס. אין נאָוועמבער 2020, נישט געקוקט אויף דער אָנגעשטרענגטער אַטמאָספֿער פֿון דער מגפֿה, האָט דאָס פּאָרפֿאָלק שוין געגעבן קאָנצערטן פֿון ייִדישע לידער אין ייִוואָ: משה מילנערס וואָקאַל־סויִטע אויף פּרצס „צען קינדער־לידער‟ און יואל ענגעלס „ייִדישע פֿאָלקס־לידער‟. די קומענדיקע ייִוואָ־אונטערנעמונג איז אַ טייל פֿון די „קאָנצערט־סעריעס פֿון יונגע קונסט־שאַפֿער אויפֿן נאָמען פֿון סידני קראָם‟. פֿאַרשרײַבן זיך אויפֿן אומזיסטן קאָנצערט קאָנט איר אָט דאָ.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
