ווידעאָ: שאולי גראָסמאַנס נײַ ליד רעדט וועגן משפּחות אויף צרותVIDEO: Shauly Grossman’s new song focuses on struggling Hasidic families
גראָסמאַן קריטיקירט די וואָס זאָגן: אַבי מע האָט בטחון, ווען דאָס אַליין וועט נישט לייזן אַ חסידס ערנסטע פֿינאַנציעלע צרות.
שאולי גראָסמאַן, אַ באַקאַנטער זינגער און דיכטער פֿון די חסידישע קרײַזן, האָט אַרויסגעשטעלט אויף יוטוב אַ נײַ־געשאַפֿן איראָניש ליד וועגן דעם שווערן פֿינאַנציעלן מצבֿ פֿון אַ טיפּישער פֿרומער משפּחה. ווען אַ חסיד גלייבט אינעם רבין, דאַכט זיך אים, אַז קיין פּראָבלעמען זענען אין דער וועלט נישטאָ.
גראָסמאַנס ליד געפֿעלט מיר ווי אַן אויטענטישער אויסדרוק פֿונעם חסידישן ייִדיש. נישט געקוקט אויפֿן כּמו־משׂכּילישן סאַטירישן טעם, ווײַזט עס פֿאָרט מיטגעפֿיל פֿאַר דער חסידישער וועלט. אמת, געוויסע חסידים מאַכן צומאָל דורך אַ שווער לעבן (אויפֿן ווידעאָ זעט מען אַ היימלאָזן), אָבער אַנשטאָט יאָגענישן נאָך געלט און קאַריערע הערשט בײַ די חסידים אַ שטאַרקע אמונה און בטחון. אויפֿן הינטערגרונט פֿונעם ווידעאָ זעט מען אַ וואַנט מיט צענדליקער חסידישע פּאַשקעווילן, אַזוי אַז ס׳איז קלאָר אַז דאָס ליד איז טאַקע אַ חוזק, נאָר מיט אַ היימיש־חסידישן קאָלאָריט.
דער טעקסט איז געשאַפֿן אויפֿן הײַנטיקן „היימישן‟ ייִדיש, וווּ דער גראַמאַטישער מין וואַקלט זיך אויף יעדן שריט און טריט. אַפֿילו דעם טיטל האָט גראָסמאַן צו ערשט אָנגעשריבן „אַ שיינע איד‟ אָבער ווען די צוקוקער האָבן אים געזאָגט אַז ס׳איז פֿאַרגרײַזט, האָט ער דאָס געביטן. וואָס קען מען טאָן, אַזוי אַנטוויקלט זיך הײַנט דער גערעדטער אונגעריש־גאַליציאַנער דיאַלעקט. זײַענדיק אַ ייִדישיסט, האָב איך אַליין אָפּגעוווינט אַ סך יאָרן אין די ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע סבֿיבֿות; דאָ בין איך נישט אויסן צו שפּילן די ראָלע פֿון דער „גראַמאַטיק־פּאָליציי‟. בײַ אַ הײַנטצײַטיקן חסידישן ייִדיש־רעדער קלינגען גראָסמאַנס ווערטער דווקא אויטענטיש און עכט פֿאָלקיש. למשל, ער גראַמט „בטחון‟ מיט „אַ קאָזנס שכן‟. אַוודאי, איז אַ שוועסטערקינד בײַ די אַמעריקאַנער חסידים דווקא אַ „קאָזן‟; „קוזין‟ קלינגט בײַ זיי אַלטמאָדיש.
ווען איך האָב געוווינט אין מאָנסי האָט שאולי גראָסמאַנס ליד „איך וויל זײַן אַ רבי‟ מיט אַ טוץ יאָר צוריק אויסגענומען אַפֿילו צווישן די פֿרימסטע סאַטמאַרער. די סאַטמאַרער אַליין גלייבן באמונה־שלמה אין זייער אַלטן רבין, רב יואל טייטלבוים זצ״ל, אָבער פֿון די הײַנטיקע סיכסוכים צווישן פֿאַרשיידענע סאַטמאַרער פֿראַקציעס מיט זייערע מנהיגים מאַכן זיי חוזק.
דעמאָלט האָט דער חסידישער עולם נישט געוווּסט, ווער ס׳האָט געשאַפֿן דאָס ליד. מיט אַ ווייכן חוזק־טאָן, האָט גראָסמאַן, דעמאָלט אַ יונגער 21־יאָריקער צאַנזער חסיד, אויך אַ תּושבֿ פֿון מאָנסי, אויסגעלאַכט דעם רבישן לוקסוס־לעבן. די מעלאָדיע, וואָס ער האָט אויסגענוצט, שטאַמט פֿון דער קאַנאַדער גרופּע Nickelback, און דעם טעקסט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פּאַראָדיע אויפֿן ענגלישן אָריגינאַל, וואָס לאַכט אויס דעם רײַכן לעבנס־שטייגער פֿון וועלט־באַרימטע מוזיקאַלישע „שטערן‟. .
אין 2014 האָט דזשאָרדין קוציק אינטערוויוירט שאולי גראָסמאַנען. דער מוזיקער איז שוין דעמאָלט געווען ווײַט פֿון דער חסידישער וועלט. מע האָט אים אַפֿילו געזען אויף דער טעלעוויזיע, אין אַ שמועס מיט „ד״ר פֿיל‟, קריטיקירנדיק די חסרונות פֿון דער פֿאַרמאַכטער פֿרומער געזעלשאַפֿט. זינט ער האָט פֿאַרלאָזט יענע סבֿיבֿה, איז ער געוואָרן אַ פּראָמינענטע פֿיגור בײַ די „אָפּגעפֿאָרענע‟, וואָס האַלטן זיך אָפֿט נאָך אַלץ פֿאַר וועלטלעכע חסידים. להיפּוך צו אַנדערע וואָס באַציִען זיך שטאַרק נעגאַטיוו צום חסידישן לעבן־שטייגער, האָט ער ליב ייִדיש און שרײַבט כּסדר לידער אויף מאַמע־לשון. צו די חסידים באַציט ער זיך מיט אַ פֿרײַנדלעכן הומאָר.
מע קאָן זאָגן, אַז גראָסמאַנס נײַ ליד, ווי אַ מין המשך פֿון „איך וויל זײַן אַ רבי‟, איז מער „היימיש‟, ווי דאָס פֿריִערדיקע, וואָס איז געווען אָנגעשטאָפּט מיט ענגלישע ווערטער. אינעם ליד „אַ שיינער ייִד‟ זענען אַרײַנגעמישט בלויז אַ פּאָר ווערטער אויף ענגליש – און טאַקע צו דער זאַך, געבנדיק אַ טעם פֿונעם חסידישן לעבן אין אַמעריקע.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor