ווידעאָ: אַ ייִד וואָס בעט אַ ברכה בײַם רבין פֿרייט זיך מיט זײַן ייִדיש־רעדןVideo: Man seeking blessing from the Rebbe enjoys his speaking Yiddish
דער ליובאַוויטשער רבי האָט געגלייבט אַז ווען מע זאָגט דבֿרי־קדושה אויף ייִדיש, ווערט זי במילא אַ הייליקע שפּראַך.
אויף דעם ווידעאָ, רעקאָרדירט אינעם יאָר 1988, באַקומט אַ רײַסישער ייִד פֿון גראָדנע, שלמה־מרדכי סאָבאָל, אַ ברכה פֿונעם ליובאַוויטשער רבין און זאָגט, אַז ער האָט הנאָה פֿונעם רבינס רעדן אויף ייִדיש.
דער רבי דערקלערט אים, אַז געוויינטלעך רעדט ער אויף ענגליש, נאָר יענעם טאָג האָט ער געביטן זײַן שטייגער און זיך געווענדט צום עולם דווקא אויף ייִדיש. „ייִדיש איז בעסער אַפֿילו פֿון מײַן פּידזשין־ענגליש‟, האָט צוגעגעבן דער גרויסער חסידישער מנהיג.
דעם אויבן־דערמאָנטן ציטאַט האָב איך, אין דער אמתן, אַליין אַ ביסל פֿאַרייִדישט. דער רבי באַנוצט זיך דאָ מיט די איבעריקע ענגלישע ווערטער change און even. באַקומט זיך, אַז אין זײַן ייִדיש האָט ער אויך צוגעגעבן אַ שטיקל „פּידזשין‟, דאָס הייסט —אַ שפּראַכן־געמיש.
ווײַזט אויס, אַז דער רבי האָט בכּיוון גענוצט ענגלישע ווערטער, כּדי אַרויסצורופֿן בײַם עולם אַ שמייכל. עטלעכע מענטשן, וואָס זענען דאָרט בײַגעווען, האָבן זיך טאַקע צעלאַכט.
פֿון דער צווייטער זײַט, האָט דער רבי דעמאָלט זיך שוין געהאַט צוגעוווינט צו רעדן אויף ענגליש. אַפֿילו אין די פֿאַלן, ווען מע האָט זיך געקאָנט באַגיין אָן קיין פֿרעמדע ווערטער אויף ייִדיש, האָט ער נאַטירלעך אַרײַנגעשטעלט אַן ענגליש וואָרט. אַזוי צי אַנדערש, זיכער האָט ער זיך תּמיד באַצויגן צו דער ייִדישער שפּראַך מיט אַ גרויסער וואַרעמקייט – און איבערגעגעבן אַזאַ געפֿיל זײַנע חסידים. ער האָט בכלל געהאַט אַ כּמו־ייִדישטיסטישע שיטה, וואָס שטאַמט נאָך פֿונעם ערשטן חב״ד־רבין, שניאור־זלמן פֿון ליאַדי.
דער „בעל־התּניא‟, ווי מע האָט גערופֿן רבי שניאור־זלמן, האָט באַטאָנט אין זײַנע ווערק, אַז אַ בנין קאָן מען אויפֿשטעלן פֿון שטיינער אָדער פֿון ציגל. אַ ציגל איז פֿאַקטיש אַ קינסטלעכער שטיין. די תּורה איז אַראָפּ פֿונעם באַרג סיני, פֿונעם אייבערשטן אַליין; אירע ווערטער זענען געטלעכע „שטיינער‟. די חז״ל האָבן געדרשנט אויף אַראַמיש, וואָס האָט געדינט אין זייער תּקופֿה ווי אַ מין ייִדיש, און געשאַפֿן אייגענע ווערטער־ציגל פֿאַר נײַע שטאָקן פֿונעם גרויסן תּורה־בנין. פּונקט אַזוי איז ייִדיש: ווען מע רעדט אויף אים דבֿרי־קדושה, ווערט ער אַ הייליקע שפּראַך.
דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי האָט ווײַטער אַנטוויקלט אָט־דעם געדאַנק. ווען ייִדיש ווערט באַצייכנט אין די ספֿרים מיט די ראשי־תּיבֿות ל״א, טײַטשט מען עס, געוויינטלעך אויס ווי „לשון־אַשכּנז‟. דער רבי האָט אָבער גערופֿן זי אָפּצוטײַטשן ווי „לשון אידיש”, ווײַל ווען מע זאָגט דבֿרי־תּורה אויף ייִדיש ווערט זי במילא אַ הייליקע און ייִדישלעכע שפּראַך.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO