Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ריזיקער ווידעאָ־אַרכיוו פֿון געבוירענע ייִדיש־רעדער איצט אָנלײַןHuge video archive of native Yiddish speakers now online

די בערך 400 אינטערוויוען וואָס דער פֿאָרשער דוד כּ״ץ האָט אַרויפֿגעשטעלט זענען בלויז דער אָנהייב, זאָגט ער.

ווילט איר זיך צוהערן צו אָן אַ שיעור מוסטערן פֿונעם עכטן ליטווישן ייִדיש? אויב יאָ דאַרפֿט איר אַרײַנקוקן אינעם ריזיקן ווידעאָ־ און אוידיאָ־אַרכיוו, וואָס ד״ר הירשע־דוד כּ״ץ האָט לעצטנס אַרויסגעשטעלט אין יוטוב.

אין אַן עקסקלוסיוון אינטערוויו האָט דער באַקאַנטער ייִדיש־פֿאָרשער איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז דערווײַל זענען אין זײַן אינטערנעץ־אַרכיוו אַרײַן בערך 400 מאַטעריאַלן; בסך־הכּל קלײַבט ער זיך צוגעבן נאָך טויזנטער רעקאָרדירונגען.

נאָך אין די 1970ער און 1980ער יאָרן, זײַענדיק אַ סטודענט אין ניו־יאָרק, האָט כּ״ץ אָנגעהויבן רעקאָרדירן זײַנע שמועסן מיט עלטערע ליטוואַקעס. דעמאָלט האָט ער זיך באַנוצט מיט פּשוטער ביליקער אוידיאָ־אויסשטאַטונג. אין 1990 האָט ער צום ערשטן מאָל באַזוכט ליטע און ווײַסרוסלאַנד; האָט ער אַנטדעקט,אַז אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד קען מען נאָך טרעפֿן אַ סך ייִדן, וואָס קאָנען דערציילן אוניקאַלע מעשׂיות וועגן זייער שפּראַך, קולטור און פֿאָלקלאָר. אַחוץ אויספֿרעגן ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אַנדערע מערבֿדיקע לענדער, האָט ער געהאַלטן, אַז ס׳איז אויך וויכטיק אויסצוהערן די אינפֿאָרמאַנטן, וואָס לעבן נאָך אינעם היסטאָרישן ייִדישלאַנד.

ווי אַ סטודענט פֿון ייִדישער לינגוויסטיק בײַם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, האָט כּ״ץ זיך גענומען פֿאָרשן דעם קורלענדישן מערבֿ־ייִדיש – גאָר אַ זעלטענעם דיאַלעקט, וואָס איז, צום באַדויערן, שוין דעמאָלט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. בײַם אָנהייב האָט ער נישט געקאָנט געפֿינען קיין איין ייִד, וואָס קען אַזאַ לשון. סוף־כּל־סוף, האָט זיך אים אָבער אײַנגעגעבן צו געפֿינען אינפֿאָרמאַנטן אַזוינע.

ווען איך האָב זיך אין די 1990ער יאָרן געלערנט אין ישיבֿה, האָב איך זיך אַליין באַקענט מיט איינעם אַ בחור פֿון ליבאַווע, לעטלאַנד, וואָס האָט מיר דערציילט, אַז די ייִדישע משפּחות אין אָט־דעם שטעטל זענען געווען פֿון צוויי באַזונדערע מינים: די געוויינטלעכע ליטוואַקעס, וואָס האָבן פֿאַר דער מלחמה געהאַט אַ רבֿ, און די קורלענדער מיט זייער „אָבער־ראַבינער‟ (הויפּט־רבֿ אויף דײַטשיש). יענער בחור האָט אָבער קוים פֿאַרשטאַנען ייִדיש און נישט געוווּסט, צי יענע ייִדן רעדן אויף אַ באַזונדערן סאָרט ייִדיש, אָדער אויף דײַטשיש.

כּ״ץ האָט מיטגעטיילט, אַז ער האָט אַליין געטראָפֿן דײַטשיש־שפּראַכיקע קורלענדער ייִדן, נאָר ער האָט אויך אויסגעזוכט יחידים, וואָס האָבן דעמאָלט נאָך גערעדט אויף זייער אייגענעם ייִדיש־דיאַלעקט. די מעשׂה וועגן דעם „אָבער־ראַבינער‟ האָט ער באַשטעטיקט; בײַ די קורלענדער ייִדן איז געווען אַן אייגענער „דײַטשישער‟ נוסח ייִדישקייט. אין דעם ווידעאָ קענט איר הערן כּ״צעס שמועס מיט אַ ייִדענע פֿון ליבאַווע, ביילע באָגדאַנאָוואַ, וואָס זאָגט אָפֿט „איך וואַר‟ אַנשטאָט „איך בין געוועזן‟. אין דער זעלבער צײַט רעדט זי אַרויס געוויסע ווערטער, וואָס שטאַמען פֿון לשון־קודש, מיט אַ טיפּישן ליטווישן אַקצענט, אויסמישנדיק „ש‟ מיט „ס‟ ווי, למשל, „בעשמעדרעש‟ (בית־מדרש).

כּמעט אַלע אַנדערע ייִדן אין די רעקאָרדירונגען רעדן אויף פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿונעם געוויינטלעכן ליטווישן ייִדיש. אַ טייל אינפֿאָרמאַנטן זענען פֿון מיזרח־אוקראַיִנע, וווּ עס האָבן זיך, אָנהייבנדיק פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, באַזעצט אַ סך ליטוואַקעס. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז בײַ כּ״צעס אינפֿאָראַמנטן האָט זיך דער ליטווישער היים־דיאַלעקט במשך פֿון עטלעכע דורות נישט אויסגעמישט מיטן אוקראַיִנישן דרום־ייִדיש. ווי ער דערקלערט, איז אין מיזרח־אוקראַיִנע געווען אַ קלאָרע גרענעץ צווישן די דיאַלעקטן.

בעת זײַנע נסיעות איבער די שטעטלעך האָט כּ״צן זיך אײַנגעגעבן צו געפֿינען דעם קבֿר פֿון זײַן אייגענער עלטער־באָבע, מוינע. זײַן טאַטן, דעם ייִדישן פּאָעט מיינקע כּ״ץ, האָבן די טאַטע־מאַמע געגעבן דעם נאָמען נאָך איר. (אין דער געגנט לעבן ווילנע, וווּ כּצעס טאַטע איז געבוירן געוואָרן, איז מיינע געווען אַ פֿאַרשפּרייטער מענערישער נאָמען.) ווען כּ״ץ איז אָנגעקומען קיין סוויר, וווּ זײַן עלטער־באָבע ליגט באַערדיקט, האָט ער געמיינט אַז ס׳וועט דויערן לאַנג צו געפֿינען איר מצבֿה, און ספּעציעל געפֿאָרן אַהין אויף אַ חודש צו אַרבעטן אויפֿן אָרטיקן בית־עולם. „איז וואָס האָט גאָט געטאָן? האָבן מיר געפֿונען דער באָבע מוינעס מצבֿה אין איין שעה!‟ – האָט כּ״ץ געזאָגט.

הירשע־דוד כּ״ץ רעדט אַליין, פּרינציפּיעל, אַן עכטן ליטווישן ייִדיש און איז פֿאַרטאָן אין כּלערליי זאַכן, וואָס האָבן צו טאָן מיט די ליטוואַקעס. זײַן ריזיקער ווידעאָ־ און אוידיאָ־אַרכיוו איז נאָר איין טייל דערפֿון – הגם, מסתּמא דער גרעסטער – פֿון זײַנע גרויס־מאַסשטאַביקע פּראָיעקטן. ער אַרבעט איבערן גרויסן אַטלאַס פֿונעם צפֿון־מיזרחדיקן, ליטוויש־רײַסישן ייִדיש; אויפן אייגענעם ענגליש־ייִדישן ווערטערבוך, וווּ ער שטעלט דעם טראָפּ אויפֿן ווילנער ייִדיש; אויפֿן לעקסיקאָן פֿונעם אַשכּנזישן לשון־קודש און לשון־תּרגום (אַראַמיש). זײַן ווערטערבוך איז אַן אָפֿענער פּראָיעקט; ער בעט די לייענער אַרײַנצושיקן די ווערטער, וואָס פֿעלן דאָרט, און פֿאָרצולייגן מעגלעכע תּיקונים.

כּ״ץ האָפֿט, אַז צווישן אַ טייל פֿרומע ירושלימער ייִדן, ווי אויך בײַ געוויסע פֿרומע קרײַזן אין אַמעריקע, האָט דער ליטווישער ייִדיש אַ שאַנס זיך אויסצוהאַלטן. די צוקונפֿטיקע „כּלל־שפּראַך‟, דאָס גערעדטע שמועס־לשון, איז אָבער פֿאַר אים דער פּויליש־אונגערישער חסידישער ייִדיש. אינעם אינטערוויו האָט ער באַטאָנט, אַז די ייִדישיסטן דאַרפֿן זײַן „אויפֿן זיבעטן הימל‟ צוליב דעם, וואָס הונדערטער טויזנטער חרדים היטן אָפּ די שפּראַך.

אײַ, די חרדים מישן אַרײַן אַ סך ענגלישע ווערטער און פֿאַרפּלאָנטערן דעם גראַמאַטישן מין? מאַכט נישט אויס, באַטאָנט דער פֿאָרשער. אַדרבה, כּ״ץ לויבט דעם „אידיש ווערטער אוצר‟, וואָס די חרדישע פֿרוי ביילע ראָט האָט אַרויסגעגעבן מיט עטלעכע יאָר צוריק. ער האַלט, אַז דאָס איז אַן ערשט־קלאַסיק ווערטערבוך, וואָס ווײַזט, אַז דער לעבעדיקער חרדישער ייִדיש האָט זײַנע אייגענע פֿאָרשער און מומחים. וואָס שייך דעם ליטווישן ייִדיש, וויל דער שאַפֿער פֿונעם אַרכיוו פֿאַרזיכערן, אַז כאָטש אין דער אינטערנעץ זאָל ער פֿאַראייביקט ווערן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.