Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ביראָבידזשאַנער כאָר זינגט אַ פּאָפּולער רוסיש ליד אויף ייִדישBirobidzhan chorus sings a popular Russian song in Yiddish

דאָס ליד איז איבערגעזעצט פֿון אַ פּאָפּולער רוסיש ליד, „האָפֿענונג‟, געשאַפֿן אין 1971 אָבער וואָס מע שפּילט נאָך אָפֿט אויף דער רוסישער ראַדיאָ.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז איבער גאַנץ רוסלאַנד דורכגעפֿירט געוואָרן אַ זינגערײַ־אַקציע לכּבֿוד דעם 50סטן יוביליי פֿונעם פּאָפּולערן ליד, Надежда („האָפֿענונג‟). דער ביראָבידזשאַנער קינדערכאָר „אילנות‟ איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ ייִדישער איבערזעצונג פֿונעם דאָזיקן ליד, דורכגעפֿירט פֿונעם מחבר פֿון די שורות. צוזאַמען מיט אַנדערע אויפֿטריטן, פּלאַנירט מען צו ווײַזן די ייִדישע ווערסיע אויף דער טעלעוויזיע. דערווײַל קען מען זען דעם ווידעאָ אויף יוטוב.

דאָס ליד איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1971 דורך אַ מוזיקאַלישן פּאָרפֿאָלק באַרימט אינעם גאַנצן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד: אַלעקסאַנדראַ פּאַכמוטאָוואַ, וואָס האָט קאָמפּאָנירט די מעלאָדיע און ניקאָלײַ דאָבראָנראַוואָוו וואָס האָט געשריבן דעם טעקסט. ביידע זענען הײַנט 92 יאָר. מיט אַ יאָר צוריק זענען זיי געווען קראַנק מיטן קאָראָנאַ־ווירוס אָבער, דאַנקען גאָט, געזונט געוואָרן.

צווישן הונדערטער לידער, וואָס פּאַכמוטאָוואַ מיט דאָבראָנראַוואָוו האָבן געשאַפֿן, בלײַבט „האָפֿענונג‟ צווישן די פּאָפּולערסטע. מען שפּילט עס נאָך אַלץ אָפֿט אין רוסלאַנד אויף דער ראַדיאָ. אין מײַנע קינדער־יאָרן איז געווען פֿאַרשפּרייט דער מינהג צו זינגען עס מיט אַ גיטאַר בײַ אַ געבוירן־טאָג און אַנדערע משפּחה־שׂימחות.

אינעם ליד גייט אַ רייד וועגן פֿאַרליבטע, וואָס זענען צעשיידט געוואָרן צוליב אַ ווײַטער לאַנגער נסיעה. דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער בין איך געזעסן אין דער טיפֿער נאַכט אויף איינעם פֿון די מאָסקווער וואָקזאַלן און געטראַכט פֿון נסיעות; דעמאָלט איז מיר געקומען אויפֿן געדאַנק איבערצוזעצן דאָס באַרימטע ליד – און האָב אָנגעהויבן דאָס טאָן גלײַך אויפֿן וואָקזאַל. כּדי אָפּצוהיטן דעם אָריגינעלן ריטעם, האָב איך עס אָנגערופֿן „צו האָפֿן‟, נישט „האָפֿענונג‟. דעמאָלט האָט איך נישט געטראַכט, אַז פֿון מײַן איבערזעצונג וועט אַרויסקומען וועלכער־ניט־איז פּראַקטישער באַנוץ.

דער כאָר זינגט נאָר צוויי דריטל פֿונעם ליד אויף ייִדיש. דערנאָך, כּדי צוצוציִען אויך די, וואָס ווילן הערן דעם באַקאַנטן אָריגינאַל, גייען זיי אַריבער אויף רוסיש. הגם „אילנות‟, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1999, טראָגט אַ העברעיִשן נאָמען, וואָס מיינט „ביימער‟, שטעלט ער לעצטנס דעם טראָפּ אויף ייִדיש. די יונגע זינגער זענען לאַוו־דווקא ייִדן, אָבער באַציִען זיך צו ייִדיש מיט ענטוזיאַזם, ווי צו אַ וויכטיקן ירושה־טייל פֿון דער געגנט.

מענטשן וואָס זוכן אַ בוכשטעבליקע ענגלישע איבערזעצונג פֿונעם רוסישן אָריגינאַל קענען עס געפֿינען אָט דאָ.

עס וועט זײַן אינטערעסאַנט, ווען מע וועט פֿאַרסך־הכּלען, אויף וועלכע אַנדערע שפּראַכן עס האָבן געזונגען די אַנדערע אָנטיילנעמער פֿון דער כאָר־אַקציע. צום ווייניקסטן, האָבן זיך די וואָך באַוויזן אויף יוטוב וואַריאַנטן אויף טאָטעריש און יאַקוטיש. אויף יאַקוטיש רעדן בערך 450 טויזנט מענטשן, כּמעט דורכויס רק אין רוסלאַנד, און אויף טאָטעטיש – כּמעט 5.5 מיליאָן. לויט דער אַלגעמיינער צאָל פֿון די רעדער, געפֿינט זיך ייִדיש ערגעץ צווישן אָט־די לשונות, הגם אין ביראָבידזשאַן גופֿא קענען ייִדיש צום מערסטן 100 תּושבֿים.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.