אַ קאָמעדיע וועגן סתּם ישׂראלים — אָן פּאָליטיק, אָן שווערע רעליגיעזע קשיותA sitcom about everyday Israelis – no politics, no heavy religious issues
די פּראָגראַם, „טשעקאַוט‟, וואָס איז ערשט געקומען קיין אַמעריקע, סאַטיריזיט דאָס טאָגטעגלעכע לעבן פֿון פּשוטע ישׂראלים.
בײַ די אַמעריקאַנער זעט מען לעצטנס אַ געוויסע אָבסעסיע איבער טעלעוויזיע־פּראָגראַמען וועגן פֿרומע ייִדן, צי עס רעדט זיך וועגן „שטיסל‟, „נישט־אָרטאָדאָקסיש‟ אָדער „מײַן אַפּיקורסיש לעבן‟. די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט איז אויך שטאַרק צוגעצויגן צו ישׂראלדיקע פּראָגראַמען ווי „פֿאַודאַ‟, וואָס שילדערט די בלוט־פֿאַרגיסונג און דראַמע פֿונעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, באַפֿעפֿערט מיט מעשׂיות וועגן מוסד־שפּיאָנען און כאַמאַס־באָמבעס.
שטעלט זיך די פֿראַגע: וועלן די אַמעריקאַנער אַרויסווײַזן דעם זעלבן אינטערעס צו אַ פּראָגראַם וועגן טאָג־טעגלעכע ישׂראלים? „חי־פֿליקס‟, אַ דירעקטע טראַנסמיסיע־פּלאַטפֿאָרם פֿון ייִדישע און ישׂראלדיקע פּראָגראַמען, האַלט אַז דער ענטפֿער איז „יאָ‟. דאָנערשטיק, דעם 18טן נאָוועמבער, האָט „חי־פֿליקס‟ אַרויסגעלאָזט דרײַ סעזאָנען פֿון דער ישׂראלדיקער קאָמעדיע, „טשעקאַוט‟ (Checkout — „אויף דער באַצאָל־ריי‟), מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך. די פּראָגראַם, געשאַפֿן פֿון נדבֿ פֿרישמאַן און יניבֿ זוהר, האַלט בײַם ווערן דער גרעסטער שלאַגער אויפֿן קאַנאַל, „כּאן 11‟, זינט דער גרינדונג פֿון דער סטאַנציע.
די פּראָגראַם האָט אויך באַקומען אַ ישׂראלדיקן „אָסקאַר‟ אין 2020 ווי די בעסטע קאָמעדיע פֿון יאָר.
„טשעקאַוט‟ איז זייער ענלעך אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־פּראָגראַם, „סופּערסטאָר‟, וואָס שילדערט די טאָג־טעגלעכע איבערלעבונגען פֿון אַ גרופּע אַרבעטער אין אַ פֿיקטיוון ריזיקן כּל־בו־געשעפֿט ווי וואָלמאַרט.
אין ישׂראל זענען נישטאָ אַזוי פֿיל ריזיקע כּל־בו־געשעפֿטן. „טשעקאַוט‟ אַ גרופּע אַרבעטער און טשודאַקישע קונים בײַ אַ קליינער פֿיקטיווער שפּײַזקראָם, „ישׂשׂכרס שפֿע‟, וואָס געפֿינט זיך אין יוונה, אַ שטעטל דרום פֿון תּל־אָבֿיבֿ. פֿון צײַט צו צײַט באַווײַזט זיך טאַקע אַ תּל־אָבֿיבֿער טיפּ אָבער די היימישע אַטמאָספֿער אין געשעפֿט איז ווײַט פֿונעם קאָסמאָפּאָליטישן תּל־אָבֿיבֿ. אַלע קענען זיך; מע וויצלט זיך, מע רייצט זיך און מע גייט איינער דעם צווייטן אויף די נערוון; בקיצור, ס׳איז לעבעדיק.
די קאַסירערין, כּוכבֿה שבֿיט (קרן מור), האָט, למשל, ליב חוזק צו מאַכן פֿונעם שלימזלדיקן קונה, אַמנון טיטינסקי (דבֿ נבון), און די פֿאַרוואַלטערין, שירה שטיינבוך (נועה קולר), פּרוּווט אָנהאַלטן שלום־בית צווישן די אַרבעטער, כּדי קיין דרויסנדיקע זאָלן נישט וויסן ווי דיספֿונקציאָנעל עס איז דאָס גאַנצע געשעפֿט. די ליבהאָבער פֿון ייִדישן טעאַטער וועלן זיכער דערקענען דעם אַקטיאָר יעקבֿ בודו אין דער ראָלע פֿונעם קליינטשיקן וועכטער וואָס האַלט זיך פֿאַר אַ גיבור.
די פּראָגראַם שילדערט אַן אַספּעקט פֿון ישׂראל וואָס איז בײַ ס׳רובֿ אַמעריקאַנער, אַפֿילו אַמעריקאַנער ייִדן, אומבאַקאַנט. ס׳איז נישט דאָס ישׂראל וואָס מע זעט אויף די „געבורטרעכט־נסיעות‟, וווּ מע גייט אויף בעדויִנער אַוואַנטורעס און אינעם רעשיקן שוק אין ירושלים אָדער תּל־אָבֿיבֿ. ס׳איז אויך נישט דאָס ישׂראל פֿון דער טוריזם־אינדוסטריע, וואָס גיט איבער די געשיכטע און הייליקייט פֿון ארץ־ישׂראל, אָדער דעם בליִענדיקן טעכנאָלאָגיע־סעקטאָר. דאָ געפֿינט מען נישט קיין שטאַרק פֿרומע העלדן. קיין פּאָליטישע אַקטיוויסטן אויך נישט.
פֿאַקטיש באַרירט די פּראָגראַם בכלל נישט יענע זאַכן וואָס דעפֿינירן ישׂראל אין די אויגן פֿון די אַנדערע לענדער פֿון דער וועלט. פֿון צײַט צו צײַט אַנטפּלעקט זיך אַ ייִדישער עלעמענט אינעם סיפּור־המעשׂה ווי, למשל, ווען עמעצער דערזעט אין אַ שטיק פֿלייש דאָס פּנים פֿון אַ באַרימטן צדיק. אַ מאָל באַווײַזט זיך אַ פּאָליטישער רמז, אַזוי ווי אינעם קאַפּיטל ווען אַ טעראָריסט־אַטאַק רופֿט אַרויס אַ חשד בײַ אַלעמען אַז דער גוטמוטיקער אַראַבישער אַרבעטער אין געשעפֿט איז אפֿשר אַ טעראָריסט. אָבער בדרך־כּלל באַהאַנדלט מען דאָ אוניווערסאַלע טעמעס: קונים באַקלאָגן זיך וועגן די אַזוי־גערופֿענע מציאות; די פֿאַרוואַלטערין פֿון געשעפֿט, שירה, פּרוּווט צו דיסציפּלינירן די אַרבעטער וואָס פּרוּוון זיך אַרויסדרייען פֿון אַרבעטן.
פֿון דעסט וועגן איז „טשעקאַוט‟ פֿאָרט נישט קיין אוניווערסאַלע פּראָגראַם. פֿאַרקערט, זי טראָגט אַ בפֿירושן ישׂראלדיקן כאַראַקטער, וואָס אַנטפּלעקט זיך דורך דער חוצפּהדיקייט און די משוגעתן פֿון די באַזונדערע פּערסאָנאַזשן. אינעם ערשטן קאַפּיטל, למשל, אַמפּערט זיך שירה מיט צוויי אַרבעטער וועגן די לאַנגע הפֿסקות וואָס זיי נעמען כּדי צו גיין דאַוונען מינחה מיט אַ מנין. ווען זיי באַשולדיקן זי אין עובֿר זײַן אויף זייערע רעליגיעזע רעכט לייגט זי זיי פֿאָר צו דאַווענען אין איר ביוראָ. זיי זענען מסכּים און באַלד טוט זיך אויף טיש און אויף בענק.
דערצו זעט מען ווי קאַסירערס שליסן פּלוצלינג די קאַסע, סתּם ווײַל אַ קונה גייט זיי אויף די נערוון. אָדער זיי גנבֿענען זיך אַרײַן אינעם ריזיקן אײַזקאַסטן צו רייכערן אַ פּאַפּיראָס כּדי נישט צו דאַרפֿן אַרויסגיין אויף דער הייסער גאַס.
אַ סך פֿון די אינטריגעס אין געשעפֿט האָבן אַן אַבסורדישן עלעמענט, און דערפֿירן צו עקסטרעמע רעזולטאַטן. פֿון דער אַנדערער זײַט, קען מען אין ישׂראל טאַקע זען ווי אַ קאַסירער וועט מיט אַ מאָל שליסן די קאַסע, אָן אַ וואָרענונג, נישט געקוקט אויף דעם וואָס עס שטייט דאָרט אַ לאַנגע ריי קונים. אָדער מע שטייט אין שוק, און פּלוצלינג צעשרײַט זיך אַן עלטערע ייִדענע אויפֿן מאַסלינע־פֿאַרקויפֿער.
„טשעקאַוט‟ איז טאַקע קאָמיש, אָבער צווישן די אַבסורדע סצענעס און דעם סלאַפּסטיק, באַווײַזן זיך רמזים פֿון שאַרפֿזיניקער סאָציאַלער קריטיק, וואָס אַנטפּלעקט די געמיינע רעאַליטעט פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. שטעלט זיך די פֿראַגע: צי זענען די אַמעריקאַנער פֿאַראינטערעסירט אין זיך דערוויסן עפּעס וועגן די הײַנטיקע אײַנוווינער פֿון דער ייִדישער מדינה? אָדער ווילן זיי גיכער ווײַטער זען ישׂראל ווי אַן אומפֿאַרשטענדלעך לאַנד פֿון כּסדרדיקע קאָנפֿליקטן און בלוט־פֿאַרגיסונג, אָדער ווי אַ טיף הייליק אָרט?
„טשעקאַוט‟ איז נישט אַזוי עקזאָטיש ווי „שטיסל‟ אָדער קאָנטראָווערסאַל ווי „פֿאַודאַ‟. ער שטעלט נישט קיין שווערע קשיאות וועגן אמונה און פֿרומקייט אָדער וועגן עטיק און פּאָליטיק ווײַל, ווי אין ס׳רובֿ לענדער איבער דער וועלט, איז דאָס געוויינטלעכע לעבן גאַנץ באַנאַל. און אפֿשר איז דאָס אַ זאַך וואָס אַמעריקע דאַרף טאַקע זען: דאָס פּשוטע, טאָגטעגלעכע לעבן פֿון סתּם ישׂראלים.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO