נײַסטער נומער פֿון צוויישפּראַכיקן ביראָבידזשאַנער זשורנאַל איז שוין אַרויסNewest issue of bi-lingual Birobidzhan magazine is out
להיפּוך צום פּראָפּאַגאַנדיסטישן נוסח פֿון די 1940ער, איז דער נײַער גילגול פֿונעם ביראָבידזשאַנער אַלמאַנאַך פֿאַרשידנאַרטיק און שיין באַצירט.
אין דער הויפּטשטאָט פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט איז אַרויס אַ נײַער נומער פֿונעם אַלמאַנאַך „ביראָבידזשאַן‟, מיט אַ ממשותדיקן אָפּטייל אויף ייִדיש.
יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, האָט געמאָלדן וועגן דעם אויף ייִדיש אויף דער רוסישער טעלעוויזיע. זי האָט אויך רעדאַקטירט די נײַע פּובליקאַציע, בשותּפֿות מיטן באַקאַנטן ייִדישן פּאָעט וועלוול טשערנין. די עלעקטראָנישע ווערסיע איז צוטריטלעך אומזיסט אויף דער אינטערנעץ.
דער ייִדישער אָפּטייל פֿונעם נײַעם אַלמאַנאַך באַטרעפֿט 35 פֿון אַרום 200 זײַטן, אָנהייבנדיק פֿון זײַט 153; די אַנדערע זײַטן זענען אויף רוסיש. דערצו זענען בערך אַ העלפֿט פֿון די ייִדישע מאַטעריאַלן אָריגינעלע און די צווייטע העלפֿט — איבערגעזעצטע. דער זשורנאַל אַנטהאַלט אויך אַ פּרעכטיקן קאָליריקן קונסט־אָפּטייל: באַזונדערס אינטערעסאַנט זענען די ווערק פֿונעם קינסטלער יוסף זיסמאַן (1914 –2004), וועלכער איז אָנגעקומען קיין ביראָבידזשאַן אין 1934, צוזאַמען מיט די ערשטע איבערוואַנדערער, ווי מע האָט גערופֿן די ייִדישע קאָלאָניסטן אין דער געגנט.
צווישן זיסמאַנס ווערק, וואָס זענען פֿאַרענפֿטלעכט געוואָרן אינעם אַלמאַנאַך, זעט מען פּאָרטרעטן פֿון צוויי ייִדישע שרײַבער – עמנואל קאַזאַקעוויטש און הירש דאָבין. נאַטאַליאַ זיסמאַן, די טאָכטער פֿונעם קינסטלער און די אייגנטימערין פֿון איר טאַטנס ווערק, האָט מיר דערקלערט, אַז דווקא אין זײַן ביראָבידזשאַנער פּעריאָד, אין די 1930ער יאָרן, האָט איר טאַטע אויסגעאַרבעט זײַן אייגנאַרטיקן סטיל.
אַן אַנדער קונסט־אַרטיקל איז געווידמעט דער ישׂראלדיקער פֿאָטאָגראַפֿן־גרופּע JDOCU, וואָס פֿאָרט איבער דער וועלט און גלייבט, אַז פֿאָטאָרגאַפֿיעס פֿון פֿאַרשיידענע מקומות זענען אַ סגולה פֿאַרן תּיקון־עולם – אַ מיטל, וואָס קאָן באַפֿרײַנדן פֿאַרשיידענע מענטשן און פֿעלקער. אין 2019 האָבן די פֿאָטאָגראַפֿן פֿון דער דאָזיקער גרופּע באַזוכט די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט און פֿאָטאָגראַפֿירט עלטערע ייִדן אין ביראָבידזשאַן פֿון דער אָרטיקער אַלטער שיל „בית תּשובֿה‟.
איין בילד פֿון JDOCU איז גאָר אינטערעסאַנט, אָבער לײַדט פֿון איין חסרון: עס פֿעלט די באַשרײַבונג, אַז דאָס איז „בית תּשובֿה‟ – אַן אוניקאַלער מוסטער פֿון אַ סאָוועטישער הילצערנער שיל, אויפֿגעשטעלט אין 1986, אויפֿן אָרט פֿון דער עלטערער שיל פֿון 1947. ווייניק מענטשן ווייסן בכלל, אַז אין געציילטע אויסנעמלעכע פֿאַלן האָט מען געקאָנט אָפֿיציעל קריגן אַ רשות פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג אויפֿצושטעלן אַ נײַע שיל. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט מען אין „בית תּשובֿה‟ דורכגעפֿירט אַ רעמאָנט און אײַנגעשטעלט דאָרט אַ דורכזיכטיקע סטעליע. ווי אַ רעזולטאַט, ווערט דער אינטעריער פֿון דער שיל אָפּגעשפּיגלט אויף אַ כּמעט מיסטישן אופֿן.
אַ טייל אַנדערע טעקסטן זענען אַקטועל פֿאַרן רוסלענדישן ווײַטן מיזרח בכלל. צום בײַשפּיל, טשערנין האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש לידער פֿונעם קאָרעיִשן פּאָעט כע נאַם יאָגי, וואָס וווינט אויפֿן אינדזל סאַכאַלין און שרײַבט לידער אויף רוסיש און קאָרעיִש. זײַנע לידער זענען אויך אַרײַן אינעם רוסישן אָפּטייל פֿונעם זשורנאַל. סאַראַשעווסקאַיאַ האָט אויך איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף רוסיש לעאָן תּלמיס עסיי וועגן די קאָרעער, וואָס שפּילן אַ גרויסע ראָלע אינעם ביראָבידזשאַנער עטנישן לאַנדשאַפֿט. תּלמי, אַ מיטגליד פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער עקספּעדיציע, וואָס האָט באַזוכט די געגנט אין 1929 און ענטוזיאַסטיש געשטיצט דעם ביראָבידזשאַנער פּראָיעקט, איז דערשאָסן געוואָרן דעם 12טן אויגוסט 1952, בעת דעם טרויעריק באַרימטן מאַסנמאָרד פֿון ייִדישע שרײַבער.
דער אַלמאַנאַך נעמט אויך אַרײַן אַן עסיי פֿון דער פּאָעטעסע אַלאַ אַקימענקאָ, וואָס וווינט זינט די 1960ער יאָר אין ביראָבידזשאַן און אַרבעט אין דער געגנטלעכער וויסנשאַפֿטלעכער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון שלום־עליכם. זינט 2007 האָט זי אַרויסגעגעבן פֿיר לידער־זאַמלונגען אויף רוסיש. אין איר עסיי דערציילט זי אויף ייִדיש וועגן די ביכער־פֿאָנדן פֿון איר ביבליאָטעק.
ניקאָלײַ באָראָדולין, דער דירעקטאָר פֿון ייִדיש־פּראָגראַמען בײַם ניו־יאָרקער אַרבעטער־רינג, איז אַליין אַ ביראָבידזשאַנער. אין זײַן אַרטיקל דערציילט ער וועגן דער שטיצע, וואָס דער ביראָבידזשאַנער פּראָיעקט האָט באַקומען אין די 1930ער יאָרן פֿון אַמעריקע, דער עיקר פֿון דער קאָמוניסטישער אָרגאַניזאַציע „איקאָר‟, וואָס האָט אָרגאַניזירט די דערמאָנטע עקספּעדיציע.
אַחוץ אָט־די ספּעציפֿיש אָרטיקע טעמעס, זענען אינעם ייִדישן אָפּטייל פֿונעם אַלמאַנאַך אַרײַן לידער פֿון וועלוול טשערנין, באָריס קאַרלאָוו (דער פּסעוודאָנים פֿון בערל קערלער) און פֿעליקס חיימאָוויטש.
דער אַלמאַנאַך „ביראָבידזשאַן‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1946. מיט די ערשטע צוויי נומערן, ווי אויך מיט די לעצטע, קענט איר זיך באַקענען אָט דאָ. בסך־הכּל, זענען אין יענער תּקופֿה אַרויס פֿינף נומערן. ווען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן זיך אָנגעהויבן די טרויעריק באַרימטע אַנטיסעמיטישע רדיפֿות קעגן „קאָסמאָפּאָליטיזם‟, האָט מען דעם אַלמאַנאַך פֿאַרמאַכט און אַ סך עקזעמפּלאַרן פֿאַרברענט.
אינעם צווייטן גילגול, אָנהייבנדיק פֿון 2004, איז דער אַלמאַנאַך „ביראָבידזשאַן‟ אויפֿגעלעבט געוואָרן, נאָר אין גאַנצן אויף רוסיש. דער דריטער, צוויי־שפּראַכיקער גילגול, האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ יאָר צוריק, אין 2020. אין אַזאַ פֿאָרעם ציט דער זשורנאַל צו סײַ רוסישע, סײַ ייִדישע לייענער.
אין פֿאַרגלײַך מיט די היסטאָרישע אַלטע נומערן פֿון די 1940ער, וואָס האָבן נישט געהאַט קיין אילוסטראַציעס, און האָבן אַנטהאַלטן לאַנגע נודנע שטיק סטאַלינישער פּראָפּאַגאַנדע און ליטעראַרישע ווערק פֿון בלויז געציילטע מחברים, שטעלט מיט זיך פֿאָר דער נײַסטער גילגול פֿונעם אַלמאַנאַך אַן אַרומנעמיקע, פֿאַרשידנאַרטיקע אויסגאַבע.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO