אַ ליד אַ פּאַראָדיע פֿון אַן אײנזײַטיקער ליבעA song that parodizes unrequited love
נאָך דעם ווי זײַן געליבטע פֿאַרלאָזט אים ווערט אַ יונגערמאַן אַ היימלאָזער שיכּור
אַ געליבטע האָט פֿאַרלאָזט אין ייִדישן מאַן; ער ווייסט נישט, וווּהין זי איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן און פֿון עגמת־נפֿש געוואָרן אַ ביטערער היימלאָזער שיכּור; ער שעלט די גאַנצע וועלט און באַקלאָגט זיך: „פֿרויען, אוי פֿרויען!”
דזשיין פּעפּלער, וואָס זינגט דאָס ליד, האָט עס אַנטדעקט צווישן איציק זשעלאָנעקס ייִדישע לידער, וואָס זענען געווען פּאָפּולער אין וואַרשע צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. אין די 1980ער יאָרן האָט איציק גאָטאַסמאַן רעקאָרדירט די מעלאָדיע אין זײַן שטוב. דער זינגער, יעקבֿ גאָרעליק, האָט דערקלערט גאָטעסמאַנען, אַז דער ניגון שטאַמט פֿונעם רוסישן פֿאָלקס־ליד „קאַרע (ברוינע) אויגעלעך”. גאָרעליק איז טאַקע געווען גערעכט.
נישט בלויז די מעלאָדיע, נאָר דער תּוכן פֿון די דאָזיקע צוויי לידער איז גאַנץ ענלעך. אינעם רוסישן ליד באַקלאָגט זיך אַ מיידל, אַז איר געליבטער האָט זי פֿאַרלאָזט און זי ווייסט נישט, וווּ ער איז אַהינגעקומען. קיין שיכּרות ווערט אינעם אָריגינעלן ליד נישט דערמאָנט, נאָר דאָס ליד גופֿא פֿיגורירט אין פֿאַרשיידענע זאַמלונגען צווישן די, וואָס מע זינגט בײַם טרינקען משקה.
אין די 1930ער יאָרן איז דאָס ליד „קאַרע אויגעלעך” געווען פּאָפּולער צוליב די רעקאָרדירונגען פֿונעם וועלט־באַרימטן רוסישן אָפּערע־זינגער פֿיאָדאָר שאַליאַפּין (1873 – 1938).
די ייִדישע ווערסיע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ קאָמישע פּאַראָדיע פֿונעם דעמאָלט באַוווּסטן רוסישן אָריגינאַל. אין „קאַרע אויגעלעך‟ בענקט דאָס מיידל נאָך איר געליבטן און זאָגט, אַז זי וועט אים תּמיד געדענקען. קיין אַגרעסיוון טאָן איז דאָרט נישטאָ. אָבער אינעם ייִדישן נוסח שעלט דער שיכּור דאָס גאַנצע לעבן בכלל און פֿרויען בפֿרט. צו פֿאַרשטאַרקן דעם קאָמישן עפֿעקט, שליסט זיך יעדער קופּלעט מיט דער רוסישער קללה, „טשאָרט וואָזמי‟ („דער רוח זאָל זי נעמען‟).
מיט אַזאַ קעפּל איז דער טעקסט פֿונעם ליד פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן מיט אַ לאַטײַנישער טראַנסקריפּציע אין יוסף פֿעלדמאַנס אַמעריקאַנער „ייִדישן טעאַטראַלישן זשורנאַל‟. ווײַזט אויס, די פֿאַרלעגער האָבן נישט פֿאַרשטאַנען דעם רוסישן רעפֿרען און אָנגעשריבן „chort vus mie‟. פּעפּלער באַמערקט, אַז אַלע לידער אין יענעם זשורנאַל ווערן טראַנסקריבירט אויף גאָר אַ משונהדיקן אופֿן. ס׳איז אָבער קלאָר, אַז דער מחבר פֿון דער אויסטערלישער טראַנסריפּציע האָט געמיינט דעם פּוילישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש.
יוסף פֿעלדמאַן (1886 – 1967) איז געווען אַ זינגער און קאָמפּאָזיטאָר. אַ געבוירענער אין גאַלעץ, רומעניע, איז ער אויפֿגעוואַקסן אין ניו־יאָרק און געשאַפֿן צענדליקער לידער אויף ייִדיש – מיט געבאָרגטע צי אייגענע ווערטער. צום מערסטן איז ער באַקאַנט ווי אַ טעאַטראַלער אַקטיאָר, וואָס האָט אָנגעהויבן זײַן אַרטיסטישע קאַריערע אינעם מוזיק־זאַל אויף עלדרידזש־סטריט, דרום־מאַנהעטן.
די ליבע־טעמע פֿון שיינע אויגן איז געווען בכלל פּאָפּולער אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. צום בעסטן איז, אַפּנים, באַקאַנט דאָס כּמו־ציגײַנערישע רוסישע ליד, „אויגן שוואַרצע‟, אויך געזונגען פֿון שאַליאַפּין. ווערסיעס פֿונעם דאָזיקן ליד זענען פֿאַראַן אויף ייִדיש און אויף ענגליש.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO