ווידעאָ: קאָמעדיע וועגן שדכן וואָס האָט אַליין נישט קיין מזלVIDEO: 1940 comedy about matchmaker with no luck in love (English subtitles)
דער פֿילם, „דער גרויסער עצה־געבער‟ (1940), שפּעט אָפּ פֿון פֿאַרשיידענע מינים ייִדן: ליטוואַקעס, אוקראַיִנישע, גאַליציאַנער און רומענישע.
אינעם פֿילם „דער גרויסער עצה־געבער‟ פֿונעם רעזשיסאָר יוסף זײַדן ווערט געשילדערט דאָס ייִדישע לעבן אין אַמעריקע גלײַך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער פֿילם, טיילווײַז באַגלייט מיט אַלטע ענגלישע אונטערקעפּלעך, איז אַרויס אין 1940. ער האָט אַ לײַכטן, שפּילעוודיקן, כּמו־טעאַטראַלישן טעם און אַן אייגענעם ייִדיש־אַמעריקאַנער חן. באַזונדערס טשיקאַווע איז דער טראָפּ אויף ייִדישע דיאַלעקטן און סטערעאָטיפּן וועגן פֿאַרשיידענע מינים ייִדן: ליטוואַקעס, אוקראַיִנישע, גאַליציאַנער, רומענישע.
וואָס מיינט אַ „לופֿטמענטש‟ ווייסן אַלע; אינעם פֿילם באַקומט דער דאָזיקער באַגריף אָבער גאָר אַ חידושדיקן טעם. איינער, דוד פֿיש (דער באַקאַנטער אַקטיאָר אירווינג דזשייקאָבסאָן אַרבעט אויף דער ייִדישער ראַדיאָ ווי אַן עצה־געבער, וואָס פֿאַרשפּרייט זײַנע ווערטער בוכשטעבלעך „אין דער לופֿטן‟ – אויף ראַדיאָ־כוואַליעס. דער עיקר, גיט ער עצות וועגן שידוכים, זײַענדיק דערבײַ אַליין אַ מיטל־יאָריקער בחור, וואָס קאָן זיך נישט געבן קיין עצה.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די שאַפֿער פֿונעם פֿילם האָבן, גאַנץ מעגלעך, געהאַט אין זינען די פּאָפּולערע ראַדיאָ־סטאַנציע WEVD, וואָס האָט געהערט צום פֿאָרווערטס. צי איראָניזירט מען דאָ איבער אַ געוויסער קאָנקרעטער דעמאָלטיקער פּראָגראַם? דאָס איז אַן אינטערעסאַנטע קשיא. פּערזענלעכע עצות פֿאַר יונגע כּלות, וכּדומה, האָבן טאַקע אַ לאַנגן ייִחוס אין דער ייִדישער מעדיאַ.
אינעם פֿילם רעדט דזשייקאָבסאָן, אַ געבוירענער שוין אין סינסינעטי, אויפֿן קאָמיש גוזמאדיקן ליטוויש־רײַסישן „שׂבשׂדיקן לשׂון‟. „מע מוזש, מע מוזש‟ (מע מוז), זאָגט ער. ווי באַלד „מוזש‟ מיינט אויף רוסיש אַ חתונה־געהאַטער מאַן, קלינגט די פֿראַזע באַזונדערס איראָניש.
להיפּוך, רעדט די הויפּט־העלדין, שׂרה פֿלאַם, אויף אַ טיפּישן טעאַטראַלישן אוקראַיִנישן ייִדיש. די אַקטריסע, יעטע (עמאַ) צווערלינג, האָט געשטאַמט פֿון לעמבערג. דעם פּוילישן אָדער אונגערישן ייִדיש הערט מען אינעם פֿילם אויך. טיפּיש פֿאַרן יענצײַטיקן ניו־יאָרק, האַקן אַלע פּערסאָנאַזשן אַרײַן אַ סך ענגלישע ווערטער און אויסדרוקן – אָפֿט קאָמיש פֿאַרקריפּלטע. בהסכּם מיט איר פֿאַמיליע־נאָמען, איז שׂרה טאַקע אַ פֿלאַמיקע, אימפּולסיווע פֿרוי – אַ יונגע, אומאָפּהענגיקע, רײַכע אַלמנה, וואָס וואַרפֿט זיך ממש אַרויף אויף אירע מעגלעכע חתנים.
אויף דער ראַדיאָ, וווּ עס טרעט אויף דער „גרויסער עצה־געבער”, זינגט אויך דער יונגער חזן לייבעלע וואַלדמאַן. ער פֿירט פּשוט אויס די ראָלע פֿון זיך אַליין. אינעם ליד „מאָלעוו – מײַן שטעטעלע בײַם ניעסטער‟, וואָס מע הערט אינעם פֿילם, באַזינגט ער מיט אַ שטיקל חוזק אוקראַיִנע, וווּ ייִדן לעבן „אין בלאָטע‟ און זאָגן אויף ייִדיש „מאָמע־טאָטע‟.
דוד פֿישעס ידיד, ברוך דיין (יעקבֿ זאַנגער פֿאַרנעמט זיך מיט עפּעס ענלעכס. ער איז דער בעל־הבית פֿון אַ האַלב־שווינדלערישער פֿירמע, וואָס זאָגט צו אַלע אירע קליִענטן פֿאַנטאַסטיש גליקלעכע זיווגים – כאָטש ער אַליין, אַזוי ווי זײַן ראַדיאָ־קאָלעגע, האָט נאָך נישט געפֿונען זײַן באַשערטע.
כּדי צוצוגעבן דעם קאָמישן עפֿעקט צו דער אַטמאָספֿער פֿון צווייפֿלהאַפֿטיקע לופֿטגעשעפֿטן, באַווײַזט זיך אַ דריטער פּאַרשוין: פֿישל קאָכנלעפֿל. אויף יעדן ווינקל פֿאַרקויפֿט ער „מזלדיקע‟ לאָטעריי־בילעטן און איז מבֿטיח די קונים, אַז באַלד וועלן זיי, כּלומרשט, ווערן עשירים.
איז מיט וועמען זשע האָט באַשלאָסן צו בלײַבן די אימפּעטיקע שׂרה? קוקט דעם פֿילם – וועט איר שוין אַליין זען!
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO