Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַע ייִדישע פֿאַקטאַזיע פֿונעם פּאָעט און דערציילער וועלוול טשערניןNew Yiddish sci-fi by poet and short story writer Velvl Chernin

דער מחבר פֿאַרוואַנדלט שמעון דעם מכשף, אַ וויכטיקע פֿיגור אינעם פֿריִיִקן קריסטנטום, אין אַ ייִדיש־רעדנדיקן דזשיני.

דער ייִדישער פּאָעט און שרײַבער וועלוול טשערנין האָט לעצטנס אַרויסעגעגעבן אַ זאַמלונג פֿאַנטאַסטישע דערציילונגען מיטן נאָמען „ייִדישע פֿאַקטאַזיעס‟. דאָס בוך איז אַרויס אין שוועדן, דורכן פֿאַרלאַג פֿון ניקאָלײַ אָלניאַנסקי, באַגלייט מיט פּרעכטיקע אילוסטראַציעס פֿון ראָזאַ סטראָקאָוואַ. ס׳איז אַ וויכטיק געשעעניש אין דער ייִדישער ליטעראַטור: הגם אַ סך פֿון די באַרימטסטע ווערק פֿון פֿאַקטאַזיע האָבן אָנגעשריבן ייִדן, האָט מען ווייניק געשריבן אין דעם זשאַנער אויף ייִדיש.

דער מחבר גיט איבער, אַז פֿון דער יוגנט אָן איז ער געווען אַ ליבהאָבער פֿון דער וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק אָדער, לויט אוריאל ווײַנרײַכס נעאָלאָגיזם, פֿאַקטאַזיע. איך בין אויך פֿון קינדווײַז אָן אַ ליבהאָבער פֿון פֿאַנטאַסטיק, דערפֿאַר מיין איך, אַז אין דעם געביט בין איך אַ שטיקל מומחה און מעג אויסדריקן מײַן דעה: טשערנינס ווערק איז גאַנץ חידושדיק און ייִדישלעך, נאָר געהערט גיכער צו דעם זשאַנער פֿון „ווייכער‟, כּמו־וויסנשאַפֿטלעכער אָדער ניט־וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק – נישט צום „האַרטן‟, טאַקע וויסנשאַפֿטלעך געשטימטן נוסח פֿון אײַזיק אַזימאָוו צי דעם אַמעריקאַנער קינאָ־סעריאַל „בבֿל 5‟.

דאָס איז בעצם נישט קיין חסרון. אַ סך באַרימטע פֿאַנטאַסטישע ווערק זענען געבויט אויפֿן סמך פֿון מיטאָלאָגישע סוזשעטן און פֿאָלק־מעשׂיות. צום זשאַנער פֿון „פֿאַקטאַזיע‟ – אויסטראַכטענישן אויפֿן סמך פֿון פֿאַקטן – געהערט דאָס בוך דווקא יאָ. אין טשערנינס דערציילונגען ווערן רעאַלע פֿאַקטן טיף צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט דמיונות און פּאָעזיע.

צום מערסטן איז מיר געפֿעלן געוואָרן די מעשׂה „אַ דזשין, וואָס הייסט שמעון‟. די אוראַלטע, מיטל־עלטערלעכע און הײַנטצײַטיקע ייִדישע געשיכטע ווערט מײַסטעריש אויסגעמישט מיט אייגנאַרטיקע אָפּטײַטשן פֿון דער קריסטלעכער און מוסולמענישער טראַדיציע. אינעם ברית־⁠חדשה (דעם „נײַעם טעסטאַמענט‟) און דער פֿריִיִקער קריסטלעכער מסורה ווערט דערמאָנט אַ געוויסער מכשף מיטן נאָמען שמעון (אויף גריכיש סימאָן מאַגוס). טשערנין דערציילט, אַז ווען ער איז געווען, לויט דער מעשׂה, אַ סאָלדאַט פֿון צה״ל, האָט ער אַמאָל אַרײַנגעדרונגען אין אַן אַלטער הייל און געטראַכט, אַז דאָרט באַהאַלט זיך אַ צעדרייטער „אָפּגעפֿאָרענער‟ פֿרומער ייִד – אינעם ישׂראלדיקן סלענג אַ „שאַבאַווניק‟. האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז דער מאָדנער היילמענטש איז יענער שמעון דער מכשף, וועלכער איז געוואָרן אַ דזשין – אַ מין שד פֿון איסלאַמישע לעגענדעס. צוליב אַ געוויסער סיבה רעדט ער אויף אַ געמיש פֿון זײַן מאַמע־לשון, אַראַמיש, און אַ פֿאַרצײַטישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש. אינעם סיפּור־המעשׂה ווערן אויך אַרײַנגעפֿלאָכטן אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן די שומרונים – דאָס אוראַלטע פֿאָלק אָדער ייִדישע סעקטע, וואָס פֿון קדמונים אָן פֿאָלגט אַן אייגענע רעליגיע ענלעך צו ייִדישקייט.

איך בין געווען כּמעט זיכער, אַז אין דער מעשׂה „זעקס מאָנאָלאָגן‟ שפּירט זיך אַ השפּעה פֿונעם אַמעריקאַנער פֿאַנטאַסט, פֿיליפּ דיק, וועלכער האָט ערנסט געגלייבט, אַז אונדזער רעאַליטעט איז נישט דאָס, וואָס דער עולם מיינט, און כּסדר געשריבן וועגן אויסטערליש אַנדערע שטייגערס, ווי אַזוי מע קאָן אויפֿנעמען די ווירקלעכקייט. אין טשערנינס מאָנאָלאָגן גייט אַ רייד וועגן אַ וועלט, וווּ די תּושבֿים טראַכטן, אַז די ערד שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מגילה – אַ מין לעבעדיקע ספֿר־תּורה.

בעת אַן אינטערוויו מיטן פֿאָרווערטס, אַז מע האָט טשערנינען געפֿרעגט ווער זענען זײַנע באַליבטסטע פֿאַנטאַסטן, האָט ער דווקא נישט דערמאָנט דיקן אָבער יאָ דערמאָנט דעם פּוילישן שרײַבער סטאַניסלאַוו לעם וואָס איז, אַגבֿ, געווען אַ ייִד). לעם האָט אַ סך געשריבן וועגן דער ווירטועלער רעאַליטעט; אין זײַן זאַמלונג „קיבעריאַדע‟‟ ווערט די וועלט געשילדערט ווי אַ סעריע קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען, אָנגעשריבן אויף מאַגנעטישע טאַשמעס. צי טשערנינס דערציילונג האָט אַ שײַכות צו אָט־דעם בוך, צי נישט, האָט זײַן מעשׂה אַ בולטן ייִדישן טעם. עס שפּירט זיך אַ השפּעה פֿון קבלה, אָפּגעטײַטשט אויף אַן אָריגינעלן קינסטלערישן אופֿן.

טשערנין באַטאָנט אין דער הקדמה, אַז זײַנע מעשׂיות זענען פֿאַרבונדן מיטן תּנ״ך, משניות און גמרא. ס׳איז טאַקע אַזוי, אָבער ער פֿאַרנעמט זיך אויך מיט אַזעלכע ענינים, ווי ערנסטע גריבלענישן אין דער געשיכטע פֿונעם צאַרישן רוסלאַנד און דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע.

אַוודאי, ווי ס׳רובֿ פֿאַנטאַסטן, פֿאַרגעסט נישט טשערנין וועגן קאָסמאָס. אין זײַן „פּרק מסעות בנימין החמישי‟ בויען ייִדישיסטן אַ ייִדישן געלטאַכט (אַזוי הייסן אין אירלאַנד די געגנטן, וווּ מע רעדט אויף אירלענדיש) אויפֿן פּלאַנעט מערקורי, אין אַ קראַטער, וואָס טראָגט שלום־עליכמס נאָמען. דער ייִדישער געלטאַכט פֿאַרשפּרייט זיך איבער דער זונסיסטעם. למשל, אויפֿן אַסטעראָיִד צערעס איז פֿאַראַן אַ מוזיי פֿונעם ייִדישן פּאָעט שמעון פֿרוג.

ווי ס׳איז גוט באַקאַנט בענטשן ייִדן יעדן חודש די לבֿנה. וואָס טוט מען אָבער, ווען מע לעבט טאַקע אויף דער לבֿנה? לויט טשערנינען, זענען פֿאַראַן וועגן דעם חילוקי־דעות. בײַ אַ טייל ייִדישע לבֿנה־קאָלאָניסטן איז אָנגענומען דער מינהג צו זאָגן די ברכה „קידוש־האָרץ‟, ווײַל זיי זעען דאָך אונדזער ערד אינעם הימל.

וואָס טוט מען, אויב די צײַט ווערט פֿאַרפֿלאָכטן און עמעצנס כּלה קאָן זיך אַרויסווײַזן זײַן אייגענע מאַמע אָדער באָבע פֿון אַן אַנדער ווערסיע פֿון דער געשיכטע? אויב ס׳איז נאָר אַ חשש, צי מעג מען מיט אַזאַ פֿרוי חתונה האָבן? אַזאַ קשיא באַטראַכטן די פּערסאָנאַזשן פֿון אַן אַנדער מעשׂה, וואָס זענען, ווי אין קורט וואָנעגוטס „ שחיטה־הויז פֿינף‟, געבליבן שטעקן אין עפּעס אַ „צײַט־לאָך‟.

אַ פּאָר דערציילונגען אין דער זאַמלונג זענען לאַוו־דווקא פֿאַנטאַסטישע, אָבער לייענען זיך גוט אינעם פֿאַנטאַסטישן קאָנטעקסט. למשל, דער מחבר טראַכט פֿון דוד האָפֿשטיינס טראַגישן גורל און וועקט זיך אויף אין דער סאָוועטישער טורמע. ווערט ער אַליין האָפֿשטיין, לויט דער מעשׂה, אָדער ס׳איז בלויז אַ חלום? לייענט און באַשליסט.

כּדי צו באַשטעלן דאָס בוך, גיט אַ קוועטש דאָ.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.