שפּינאָזע — עד־היום אַ קאָנטראָווערסאַלער דענקערSpinoza remains controversial to this day
איין רבֿ פֿאַרדאַמט אַפֿילו די, וואָס לייענען דעם געחרמטן פֿילאָסאָף, און אַנדערע ציטירן אים מיט דרך־ארץ.
נישט לאַנג צוריק האָט ד״ר יצחק מלמד געבעטן צו באַזוכן די אַלטע פּאָרטוגאַלישע שיל אין אַמסטערדאַם, כּדי צו פֿילמירן, ווי ער פֿאָרשט דאָרטן די ביבליאָטעק־אַרכיוון. הרבֿ יוסף־בנימין צרפֿתי האָט אים פֿאַרווערט צו קומען, שוין אָפּגערעדט פֿון מאַכן אַ פֿילם, ווײַל מלמד איז אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿונעם באַרימטן ייִדישן פֿילאָסאָף ברוך שפּינאָזע.
דער פּיקאַנטער פֿאַקט באַשטייט אין דעם, וואָס שפּינאָזען האָט מען געלייגט אין חרם אין דער זעלביקער שיל – אינעם יאָר 1656. שפּעטער האָט די אַדמיניסטראַציע פֿון דער שיל געביטן איר שטעלונג און דערלויבט דעם פֿאָרשער דאָרטן צו מאַכן זײַן פֿילם.
קען מען דאָ שטעלן צוויי קשיאות: איז שפּינאָזע טאַקע אַזוי טרייף פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער פּערספּעקטיוו און פֿאַרוואָס זאָל אַן אַלטער חרם הײַנט האָבן אַזאַ ווערט? ווי באַקאַנט, האָט דער ווילנער גאָון אַרײַנגעלייגט אַלע חסידים אין חרם. די סיבה איז געווען ממש די זעלבע: אַז די חסידים, אַזוי ווי שפּינאָזע, גלייבן, אַז גאָט איז איינס מיט דער וועלט. איז וואָס זשע? די חסידים האָבן פּשוט איגנאָרירט יענעם חרם.
אינעם פֿאַל פֿון שפּינאָזען איז געווען אַן אַנדער סיבה. מע קאָן אים אָפּטײַטשן ווי אַן אָפּלייקענער פֿון תּורה־מן־שמים. דערצו, האָט ער נישט געלעבט על־פּי הלכה. צום מערסטן איז אָבער שפּינאָזע באַקאַנט ווי אַ פּראָמינענטער פּאַנטעיִסט.
פֿון וואַנען האָט ער גענומען אַזאַ דעה? די חז״ל זאָגן, אַז דער אייבערשטער איז דער מקום פֿון דער וועלט. אין דער גמרא איז „המקום‟ אַן אָפֿטער סינאָנים פֿונעם רבונו־של־עולם. באַקומט זיך, אַז די וועלט עקזיסטירט, אין אַ געוויסן זין, אין גאָט. די דאָזיקע טעמע האָט אַנטוויקלט רבי חסדאי קרשׂקשׂ אין זײַן ספֿר „אור השם‟, וואָס האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף שפּינאָזען. קיינער זאָגט נישט אָבער, חלילה, אַז „אור השם‟ איז טרייף.
אין אומצאָליקע ספֿרים־הקדושים געפֿינען מיר די באַקאַנטע אידענטיפֿיקאַציע פֿון דער נאַטור (הטבֿע) מיטן באַשעפֿער (אלקים). ביידע ווערטער האָבן די זעלבע גימטריא.
אין דער זעלבער צײַט, ווען שפּינאָזע איז אַרײַנגעלייגט געוואָרן אין חרם, איז אין לאָנדאָן געבוירן געוואָרן דוד ניטו (ניעטאָ), דער צוקונפֿטיקער ראָש פֿון דער אָרטיקער שפּאַניש־פּאָרטוגאַלישער קהילה. אין 1704 האָט ער אַרויסגעגעבן אַ פֿילאָסאָפֿיש ווערק אויף איטאַליעניש מיטן נאָמען Della Divina Providencia, ó sea Naturalezza Universal, ó Natura Naturante (וועגן דער געטלעכער השגחה, דער אוניווערסאַלער נאַטירלעכקייט און דער נאַטירלעכער נאַטור). אין זײַן בוך דערקלערט ער, אַז דאָס וואָרט „נאַטור‟ מיינט די מעשׂים פֿונעם באַשעפֿער.
די קעגנער האָבן באַשולדיקט ניטו אין שפּינאָזיזם, אָבער אַ טייל פֿון זיי זענען געווען, זעט אויס, געהיימע חסידים פֿון שבתי־צבֿי. להיפּוך, איז ניטו געווען דער חשובֿער הויפּט־רבֿ. די מעשׂה ווײַזט, אַז שפּינאָזע האָט געליטן, דער עיקר, פֿאַר זײַן מאַרגינאַלן סאָציאַלן מצבֿ. ער איז נישט געווען פֿרום און זיך געהאַלטן ווײַט פֿון דער ייִדישער קהילה.
אַזוי צי אַנדערש, האָבן נישט אַלע רבנים מסכּים געווען מיטן חרם. איין בײַשפּיל איז דער מקובל און פֿילאָסאָף אליהו בן־אַמוזג . ער איז געווען אַ הויך־געבילדעטער איטאַליענישער ייִד, וועלכער האָט געשטאַמט פֿון אַ מאַראָקאַנער ספֿרדישער משפּחה, דורכגעזאַפּט מיט קבלה. זײַן פֿעטער, רבי יהודה קורייאט, האָט אַרויסגעגעבן דעם קבלה־ספֿר „מאור ושמש‟.
צו שפּינאָזע האָט בן־אַמוזג זיך באַצויגן מיט אַ באַזונדערן אינטערעס און דרך־ארץ. דאָס מיינט נישט, אַז דער דאָזיקער רבֿ האָט אים באַטראַכט דווקא פֿאַר אַ ייִדישלעכן דענקער. בן־אַמוזג ציטירט אויך דעם דײַטשישן פֿילאָסאָף־אַטעיִסט לודוויג פֿויערבאַך, כּלערליי קריסטלעכע טעאָלאָגן און אוראַלטע פּאַגאַנישע קוואַלן. פֿאָרט, זײַענדיק דער שטאָטס־רבֿ און דיין אין ליוואָרנע (לענהאָרן), האָט ער נישט מורא געהאַט צו ציטירן דעם געחרמטן חכם. בן־אַמוזג שרײַבט דערצו, אַז געוויסע געדאַנקען פֿון שפּינאָזע שטימען דווקא מיטן גײַסט פֿון ייִדישקייט. אַדרבה, אין זײַן בוך „ייִדן און מענטשהייט‟ (Israël et l’humanité) ברענגט בן־אַמוזג אַ סורפּריז־ציטאַט, וווּ שפּינאָזע באַטאָנט גאַנץ טראַדיציאָנעל, אַז דער אייבערשטער האָט געגעבן ייִדן די תּורה.
דאָס שיידט זיך שאַרף אונטער פֿונעם באַקאַנטן מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן רבֿ דוד בלײַך, דעם געוועזענעם ראָש־ישיבֿה פֿונעם סעמינאַר אויפֿן נאָמען פֿון יצחק אלחנן בײַם ישיבֿה־אוניווערסיטעט. אין זײַנעם אַן אַרטיקל, פֿאַרעפֿנטלעכט אין 2003, גיסט ער אויף שפּינאָזע פּעך און שוועבל. זײַן אַרטיקל הייבט דער דאָזיקער רבֿ אָן אַזוי: „חבֿרים, מענער און פֿרויען: איך קום צו באַגראָבן שפּינאָזע, נישט צו זאָגן וועגן אים אַ גוט וואָרט‟.
דער חילוק זעט אויס פּשוט. די חסידים און קבלה־געשטימטע ייִדן זענען פּאַנענטעיִסטן, ווי מע קען לייענען אין דעם [חב״ד־אַרטיקל] (https://www.chabad.org/library/article_cdo/aid/512437/jewish/How-Is-Chassidic-Thought-Distinct-from-Pantheism.htm). זיי גלייבן באמונה־שלמה, אַז אַלץ איז אין גאָט, אין עוד בלבֿדו, אָבער גאָט איז גרעסער ווי די וועלט. געוויסע צדיקים – למשל, דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, יוסף־יצחק שניאורסאָן – האָבן אַפֿילו אויסגעדריקט ממש פּאַנטעיִסטישע אַרויסזאָגונגען, אַז „גאָט איז אַלץ און אַלץ איז גאָט‟. פֿון אַזאַ קוקווינקל איז שפּינאָזע געווען אַ סעקולערער ייִד, וועלכער האָט פֿאָרט געהאַט ייִדישלעכע געדאַנקען, הגם אין זײַן שיטה איז ער צו ווײַט פֿאַרקראָכן.
להיפּוך, איז שפּינאָזע בײַ אַ מתנגד געווען אַ טיף אָפּגעפֿאָרענער, ווי מע וואָלט הײַנט געזאָגט, וועלכער האָט דערצו אויסגעטראַכט אַ געפֿערלעך טרייפֿענע טעאָלאָגיע. פֿון דעסט וועגן, האָט הרבֿ בלײַך געלייענט שפּינאָזעס ווערק – לכל־הפּחות, כּדי זיי צו קריטיקירן. פֿונעם אַבסאָלוטן חרם האַלט ער נישט.
און וואָס שייך הרבֿ צרפֿתי, קאָן מען אים אַ ביסל פֿאַרשטיין. פֿון זײַן פּערספּעקטיוו, האָט יצחק מלמד, אַ באַקאַנטער פּראָפֿעסאָר פֿון דזשאָנס־האָפּקינס־אוניווערסיטעט, געקאָנט אונטעררײַסן די אויטאָריטעט פֿון די אַמאָליקע אַמסטערדאַמער רבנים און ממילא פֿון זײַן שיל. דער רבֿ האָט אָבער נישט געדאַרפֿט זיך באַציִען אַזוי עקסטרעם צום פּראָפֿעסאָר – בפֿרט אויב מע נעמט אין באַטראַכט, אַז חשובֿע רבנים ציטירן שפּינאָזען און האָבן אַפֿילו אַליין געשריבן אויף כּמו־שפּינאָזישע טעמעס.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO