Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

גמרא, קבלה און קאָסמאָס וועבן זיך צונויף אין דעם בוך פּאָעזיעTalmud, kabbalah and cosmos intersect in this book of poetry

לויט דעם מחבר וועלוול טשערנין, עקזיסטירט די וועלט עקזיסטירט נאָר אין דער ערשטער פּערזאָן.

אין ביראָבידזשאַן איז אַרויס אַ לידער־זאַמלונג פֿונעם ייִדישן פּאָעט און שרײַבער וועלוול טשערנין. ווי איינער וואָס שרײַבט אַליין פּאָעזיע אויף ייִדיש, בין איך געוויינטלעך זייער איבערקלײַבעריש, אָבער דאָס בוך, וואָס הייסט „וועגן‟, איז מיר טאַקע שטאַרק געפֿעלן געוואָרן. ס׳רובֿ לידער זײַנע זענען טיפֿע, שיינע און דערפֿרישנדיקע.

די הילע פֿון וועלוולס נײַער זאַמלונג, „וועגן‟

ווען איך בין געווויר געוואָרן, אַז טשערנינס נײַע זאַמלונג הייסט „וועגן‟, האָב איך זיך גלײַך משער געווען, אַז דער מחבר שפּילט זיך דאָ מיטן טאָפּלטן באַטײַט פֿונעם דאָזיקן וואָרט. אין דער קורצער רוסישער אַנאָטאַציע ווערט טאַקע דערקלערט, אַז ס׳איז אַ בוך „וועגן וועגן‟.

טשערנינס בוך שטעלט מיט זיך פֿאָר נישט סתּם לירישע מחשבֿות מכּוח לעבנס־וואַנדערונגען, נאָר לעבעדיקע פֿאַרצייכענונגען פֿון צענדליקער מקומות, וווּ ער האָט אָנגעשריבן זײַנע לידער: פֿון איטאַליע און ציפּערן ביז דעם אַלטן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישלאַנד און דעם רוסלענדישן ווײַטן מיזרח. אין יעדן אָרט פֿאַרטראַכט זיך דער דיכטער, קודם־כּל, וועגן זיך אַליין בפֿרט און דעם גורל פֿונעם מענטש בכלל. דאָס איראָנישע ליד „אַ סערענאַדע בײַ דער פֿרײַהייט־סטאַטוע‟ איז אַ יוצא־מן־הכּלל; טשערנין שרײַבט וועגן אַמעריקע, נאָר אַליין, ווי ער האָט מיר איבערגעגעבן, איז ער דאָרט קיינמאָל נישט געווען.

פֿרומע מאָטיוון, גמרא־ און קבלה־באַגריפֿן און די ליבשאַפֿט צו ייִדיש ווערן צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט אומדערוואַרטע טעמעס ווי, למשל, מאָדערנע טעכנאָלאָגיעס און קאָסמאָס. כּדי אָפּצושאַצן טשערנינס וווּנדערלעך פֿילזײַטיק ווערטער־געוועב ווי געהעריק, איז וויכטיק צו קענען גוט לשון־קודש און אַ ביסל גמרא־אַראַמיש.

אין איין ליד, „פֿון דער ערשטער פּערזאָן‟, שרײַבט טשערנין וועגן אַ שטאַרבנדיקן פֿויגל, וואָס איז אַ באַקאַנטער טראַגישער סוזשעט אין דער ייִדישער פּאָעזיע. אָט אַזוי שרײַבט איציק מאַנגער, למשל, אין זײַן באַלאַדע, „בײַם דניעסטער‟:

איך האַלט די ביקס און ציל און שיס.

אַ רויטער פֿלעק די טונקל פֿאַרבט,

און בײַ דעם גראָען וואַסער־ברעג

אַ שווערער פֿיבער־חלום שטאַרבט.

און איציק פֿעפֿער שרײַבט אין זײַן ליד „אַ שאָס אין וואַלד‟ אַזוי:

אַ צווײַג האָט זיך געטאָן אַ בראָך,

דער וואַלד איז אויסגעבעט מיט מאָך,

ס׳איז שיין דער פֿאַל, דער פֿויגל וויינט…

איך האָב די פֿליגלען ניט געמיינט…

ביידע דיכטער דערציילן דאָס פֿון דער ערשטער פּערזאָן. פּונקט פֿאַרקערט איז אָבער בײַ טשערנינען:

אין דער דריטער פּערזאָן איז די וועלט ניט פֿאַראַן.

זי איז תּמיד די ערשטע פּערזאָן.

ס׳איז געפֿלויגן אין הימלען אַן איינזאַמער שוואַן

ערגעץ נאָענט ביז גאָר צו גוש־דן.

און אַן אַנטי־ראַקעטע האָט ער אויפֿגעוועקט.

ס׳איז געבליבן אַ פֿעדער פֿון אים.

און דער פֿעדער האָט ווײַס אין פֿריזורקע געשטעקט

ווי אין גלות אַ ייִדישע שטים.

דאָס ליד האָט אַ פֿילאָסאָפֿישן טעם; ס׳איז בעצם אַ קליינער פּאָעטישער מאַניפֿעסט. אַן אַנטי־ראַקעט־סיסטעם איז אַ „מאָדנער פּאַרשוין‟, וואָס איז אַלעמאָל גערעכט: אַז עס פֿליט גלײַך איבער דער ישׂראלדיקער גרענעץ, מוז עס זײַן אַ טעראָריסטיש געווער. די מעשׂה איז נאָך טראַגישער, ווי בײַ מאַנגערן און פֿעפֿערן, ווײַל נישט אַ מענטש אַ יעגער, פֿון זײַן אייגענעם ווילן, נאָר אַ מאַשין דערהרגעט דעם פֿויגל. אַן אמתע לעבעדיקע וועלט און אַן אמת ליד מוז תּמיד זײַן אַן אינערלעכע, מוז האָבן אַן „איך‟.

דאָס דאָזיקע ליד שמעקט, דאַכט זיך מיר, אַ ביסל מיטן „קיבערפּאַנק‟ – אַ באַקאַנטן זשאַנער פֿון פֿאַנטאַסטיק, וואָס שילדערט אַ מין אַנטי־וועלט, וווּ מאַשינען הערשן איבער לעבעדיקע באַשעפֿענישן. צווישן די טויטע – און טויטלעכע – מעכאַנישע כּמו־מוחות בלײַבט אַ נשמה אין גלות, ווערט אָפּגעשטאָרבן ווי אַ דערשאָסענער שוואַן.

אַן אַנדער ליד־מאַניפֿעסט איז גאַנץ פּראָוואָקאַטיוו:

מיר איז נימאס געוואָרן פֿון ייִדיש,

פֿון די מאַכערס, וואָס האָבן עס ליב,

פֿונעם פֿוילן גאָטלאָזיקן קידוש,

וואָס איז ליגנעריש ביטער און טריב.

עבֿרי־טײַטש איז אַ לײַטישער נאָמען.

דורך די שנאָרערס איז ער ניט באַטאַפּט.

מע פֿאַרקויפֿט ניט אין מאַרקן און קראָמען

יענץ, וואָס איז מיט קיין האַנט ניט געכאַפּט.

ס׳איז נישט גענוג, לויט טשערנינען, צו פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש אין וועלטלעכע קרײַזלעך, אין אַקאַדעמישע סבֿיבֿות, אויף כּלערליי קאָנפֿערענצן. דאָס עכטע מאַמע־לשון איז דער אַלטער עבֿרי־טײַטש. דאָ מוז איך אָבער צוגעבן, אַז טײַטש־חומשים, צאינה־וראינהס און ש״ס־תּחינות ווערן, אַוודאי, פֿאַרקויפֿט „אין מאַרקן און קראָמען‟ – בײַ די הײַנטיקע חסידים.

ברענען בערעזעס, ברענען אָסינעס,

טאָפּאָלן, יאָדלעס, דעמבן, ראַבינעס,

צעדערן, איוועס, אַשביימער, קליאָנען,

סאָסנעס און עפּעס, וואָס מ’טאָר ניט דערמאָנען.

פּרטימדיקע באַשרײַבונגען פֿון ביימער און געוויקסן זענען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער רוסישער פּאָעזיע. בײַ טשערנינען ווערט די וואַלד־אידיליע געשטעלט אויף קאַפּויער: עס קומט אַ שׂרפֿה, אַן אַפּאָקאַליפּטישער סוף פֿון דער וועלט. אַדרבא, ס׳וואַקסט אַ מיסטישער וואַלד אינעם קאָסמאָס:

ס׳וועט וואַקסן אַ וואַלד צווישן שטערן און רוים,

פֿאַרשאָטנדיק ווײַטע פּאַרסעקן.

ר׳וועט וואַקסן אומענדלעך, אַ בוים נאָך אַ בוים

אָן גרענעצן, ראַנדן און עקן.

די זאַמלונג באַשטייט פֿון פֿינף חלקים: „עבֿרי־טײַטש‟, „צווישן דעם ירדן און דער בירע‟, „היימלאַנד‟, „אויף גלאַטע וועגן‟ און „אין תּחום‟. קיין גלאַטע וועגן וועט איר אָבער אינעם בוך בשום־אופֿן נישט טרעפֿן. פֿאַרקערט, דער דיכטער שטרעבט צו געפֿינען זיך אַליין אינעם פּאַראַדאָקסאַלן, צו מאָל טראַגישן און ברוטאַלן, פּלאָנטער פֿונעם לעבן – ברוחניות און בגשמיות, צווישן ארץ־ישׂראל, אייראָפּע, סיביר און ביראָבידזשאַן.

דאָס בוך איז שיין געמאַכט, באַגלייט מיט אַ באַלערנדיקער הקדמה פֿונעם ירושלימער ייִדיש־פֿאָרשער הלל קאַזאָווסקי און אילוסטראַציעס פֿון אַנאַסטאַסיִאַ פּראָקאָפֿיעוואַ. רעדאַקטירט האָט עס יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון „ביראָבידזשאַנען שטערן‟. צו באַשטעלן די זאַמלונג, שיקט אַ בליצבריוו דער רעדאַקציע פֿון דער וועכנטלעכער צײַטונג: [email protected].

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.