פֿון אַ חב״ד־שטעטל איז אַרויס אַ גרויסער רוסישער דענקערAn old Chabad town gave rise to this great Russian philosopher
אין נעוועל האָט מיכאַיִל באַכטין פֿאַרלייגט די יסודות פֿון זײַנע אידעעס און געשאַפֿן אַרום זיך אַ קרײַז, צווישן זיי — אויך פּראָמינענטע ייִדן
אין דער פֿרומער וועלט איז דאָס שטעטל נעוועל צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ גרויסער היסטאָרישער צענטער פֿונעם ליובאַוויטשער חסידות. נעוועל, וואָס געפֿינט זיך אין דער פּסקאָווער געגנט פֿון רוסלאַנד, האָט אָבער אויך געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער וועלטקולטור.
נישט לאַנג צוריק איז דאָס געווען די טעמע פֿון אַ ווידעאָ־לעקציע אויף דער אינטערנעץ, וואָס די יודאַיִקאַ־געזעלשאַפֿט „סמבטיון‟ האָט דורכגעפֿירט ווי אַ טייל פֿון איר פּראָגראַם „קרייצוועגן פֿון קולטור‟. די פּראָגראַם איז געווען אויף רוסיש.
ליודמילאַ מאַקסימאָווסקאַיאַ, אַ ייִדישע אײַנוווינערין פֿון נעוועל, וווּ עס וווינען הײַנט אַרום 14 טויזנט תּושבֿים, האָט דערציילט, ווי אַזוי זי האָט אַנטדעקט רײַכע געשיכטע־אוצרות – בפֿרט אין שײַכות מיטן קרײַז פֿונעם וועלט־באַרימטן פֿילאָסאָף, קולטוראָלאָג און ליטעראַטור־פֿאָרשער, מיכאַיִל באַכטין. די הײַנטיקע קולטוראָלאָגיע און פֿאָלקלאָריסטיק איז אוממעגלעך זיך פֿאָרצושטעלן אָן באַכטינס טעאָריעס.
מאַקסימאָווסקאַיאַ, וואָס איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין נעוועל, האָט פֿאַרענדיקט דעם פּעטערבורגער פּעדאַגאָגישן אינטיסטוט און געמיינט אַז זי וועט שוין מער נישט צוריק אין איר פּראָווינציעלן היימשטעטל. צוליב פּערזענלעכע סיבות האָט זיך אָבער באַקומען, אַז זי האָט זיך ווידער באַזעצט דווקא אין נעוועל, אָנגעהויבן פֿאָרשן די אָרטיקע געשיכטע און אויסגעפֿונען, אַז דאָס שטעטל האָט גאָר אַן אינטערעסאַנטע געשיכטע – סײַ פֿונעם ייִדישן, סײַ פֿונעם אייראָפּעיִשן און אַפֿילו אינטערנאַציאָנעלן קוקווינקל.
מאַקסימאָווסקאַיאַ האָט פֿאַקטיש געשאַפֿן דעם שטאָטישן היסטאָרישן מוזיי. פֿאַר דעם איז דער בנין באַשטאַנען פֿון בלויז אַ פּאָר צימערן מיט שילדן וואָס האָבן דערקלערט די געשיכטע פֿון די אָרטיקע קאָמוניסטישע אָרגאַניזאַציעס. אָנהייבנדיק פֿון די 1990ער יאָרן האָט זיך מאַקסימאָווסקאַיאַן אײַנגעגעבן צו פֿאַרוואַנדלען נעוועל אין אַן אָנגעזעענעם אינטערנאַציאָנעלן צענטער פֿון יערלעכע אונטערנעמונגען וועגן די אויפֿטוען פֿון מיכאַיִל באַכטין, וווּ עס האָבן זיך באַטייליקט פֿאָרשער פֿון ענגלאַנד, יאַפּאַן, פּוילן און אַנדערע לענדער.
צום ערשטן מאָל ווערט נעוועל דערמאָנט בײַם אָנהייב פֿונעם 15טן יאָרהונדערט. במשך פֿון דורות איז די שטאָט עטלעכע מאָל אַריבער פֿון איין מאַכט צו דער צווייטער, צווישן פּוילן און רוסלאַנד. ייִדן האָבן זיך דאָרט באַוויזן אינעם 17טן יאָרהונדערט, און בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט זענען זיי שוין געווען די מערהייט: 12 פֿון 17 טויזנט תּושבֿים. נאָך דער רעוואָלוציע האָבן זיך אַ סך נעוועלער ייִדן אַריבערגעפּעקלט קיין פּעטערבורג, דערפֿאַר שפּילט דאָס שטעטל אַ באַזונדערס גרויסע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון דער פּעטערבורגער ייִדישער קהילה.
נישט בלויז רײַסן, אוקראַיִנע און באַלטישע לענדער, נאָר דאָס הײַנטיקע רוסלאַנד האָט אויך אַ דירעקט שײַכות צום אַלטן ייִדישלאַנד. אַ טייל שטעטלעך פֿונעם געוועזענעם תּחום־המושבֿ געפֿינען זיך איצט אויף דער רוסלענדישער טעריטאָריע. נעוועל איז געווען איינס פֿון די סאַמע צפֿונדיקע שטעטלעך אינעם תּחום.
די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין נעוועל איז דאָרט באַשטאַנען כּמעט דורכאויס פֿון חב״דניקעס; די אָרטיקע אַפּיקורסים האָבן אויך געהאַט אַ ליובאַוויטשער אָפּשטאַם. צווישן די הײַנטיקע ליובאַוויטשער צירקולירט אַפֿילו אַ מעשׂה, אַז רבי שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, דער גרינדער פֿון חב״ד, האָט, כּלומרשט, געגרינדעט דאָס שטעטל. אַזוי צי אַנדערש, האָט דאָרט געוווינט איינער פֿון די ערשטע און פּראָמינענטסטע חב״ד־רבנים, פּרץ חן.
אין איר לעקציע, האָט מאַקסימאָווסקאַיאַ דערציילט, ווי אַזוי זי האָט באַשטעטיקט דאָס אָרט, וואָס באַכטין האָט אָנגערופֿן „די אָזערע פֿון דער מאָראַלישער רעאַליטעט‟. דער פֿילאָסאָף האָט געוווינט אין נעוועל פֿון 1918 ביז 1920. במשך פֿון די צוויי יאָר האָט ער פֿאַרלייגט די יסודות פֿון זײַן געדאַנקען־גאַנג און געשאַפֿן אַרום זיך אַ פֿילאָסאָפֿישן קרײַז, וווּ עס זענען געווען אַ צאָל באַוווּסטע נעוועלער ייִדן, אַרײַנגערעכנט דעם פֿילאָסאָף מרדכי־ניסן (מאַטוויי) קאַגאַן, דעם ליטעראַטור־ און מוזיק־פֿאָרשער לייב (לעוו) פּומפּיאַנסקי און די פּיאַניסטקע מאַריאַ יודינאַ, וועלכע איז אין אַ יונגן עלטער געוואָרן אַן איבערגעצײַגטע קריסטין. אין 1930 האָט מען זי באַזײַטיקט פֿון דער לענינגראַדער קאָנסערוואַטאָריע צוליב איר קריסטלעכער אמונה.
נעוועל איז טאַקע געווען אַ מין קרייצוועג פֿונעם קולטורעלן סינטעז – סײַ דעם מעסיקן, סײַ דעם ראַדיקאַלן. ווי מאַקסימאָווסקאַיאַ האָט דערקלערט, איז סימבאָליש, אַז אויפֿן הויפּט־פּלאַץ פֿון דער שטאָט זענען אַמאָל געשטאַנען אַ קאַטוילישער קלויסטער, אַ פּראַוואָסלאַוונע צערקווע און אַ שיל. אין דער שטאָט זענען געווען בסך־הכּל 15 שילן, האָט זי געזאָגט.
צו די קולטורעל־פֿילאָסאָפֿישע פֿאַרבינדונגען, וואָס מאַקסימאָווסקאַיאַ האָט דערמאָנט אין איר לעקציע, וועל איך צוגעבן נאָך אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון באַקאַנטע נעוועלער פּערזענלעכקייטן. פֿון נעוועל האָט געשטאַמט אַבֿרהם־אַהרן רובאַשקין, דער גרינדער פֿון דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער פֿירמע, וואָס פּראָדוצירט כּשר פֿלייש. אין דער דאָזיקער שטאָט איז אויך געבוירן געוואָרן מאָריס נאָוויק – אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער סאָציאַליסטישער טוער און ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט.
די ייִדישע קהילה פֿון נעוועל איז בעת דעם חורבן פֿאַרטיליקט געוואָרן. מאַקסימאָווסקאַיאַ דערציילט פּרטימדיק וועגן דעם אין איר בוך לזכר דעם נעוועלער געטאָ. ס׳רובֿ פֿאַקטן וועגן די נעוועלער ייִדן מוזן די היסטאָריקער הײַנט זוכן אין פּעטערבורג און אַנדערע ערטער, וווּ ס’וווינען ייִדישע משפּחות, וואָס שטאַמען פֿון דער דאָזיקער שטאָט.
דאָס איז נישט די ערשטע לעקציע פֿון „סמבטיון‟ וועגן נעוועל. לויט מײַן מיינונג, איז אָט־די אינטערנעץ־באַגעגעניש געווען אַ באַזונדערס אינטערעסאַנטע און חידושדיקע. ד״ר איליאַ דוואָרקין, וואָס פֿירט אָן מיט די ווידעאָ־אונטערנעמונגען, קלײַבט זיך ווײַטער ממשיך צו זײַן די נעוועלער טעמע.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO