ווידעאָ: אַ ליבע־ליד צו ווילנעVIDEO: A love song to Vilna
ס׳איז טשיקאַווע וואָס די אַמאָליקע ירושלים ד’ליטא ווערט דאָ געלויבט פֿון אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס האָבן דאָרט קיין מאָל נישט געוווינט.
הערט ווי פֿריידי כּ״ץ זינגט אַ נאָסטאַלגיש ליד לכּבֿוד ווילנע; דער ווידעאָ איז באַגלייט מיט זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם ייִדישן לעבן אין דער שטאָט צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. דער דירעקטאָר פֿון דער דאָזיקער מוזיקאַלישער און ווידעאָ־פּראָדוקציע איז דער באַקאַנטער זינגער, דיכטער און גיטאַריסט וואָלף קראַקאָווסקי.
דאָס ליד „ווילנע‟ שטאַמט פֿונעם יאָר 1935, ווען דער פּאָעט אפֿרים־לייב וואָלפֿסאָן האָט עס געשאַפֿן בשותּפֿות מיטן קאָמפּאָזיטאָר אַלכּסנדר אָלשאַנעצקי. ווילנע ווערט געשילדערט אין זייער ווערק מיט גרויס ליבשאַפֿט און חן, כּמעט ווי אַ לעבעדיקע באַשעפֿעניש – אַ טײַערע אַלטע מאַמע צי אַ געליבטע. באַזונדערס ווערן באַזונגען אַלע אירע שיינקייטן: „ווילנער געסלעך, ווילנער טײַכן, ווילנער וועלדער, באַרג און טאָל‟.
אָלשאַנעצקי האָט געשטאַמט פֿון אַ ליטווישער משפּחה, אָבער איז געבוירן געוואָרן אין אָדעס און זינט 1922 געוווינט אין ניו־יאָרק. וואָלפֿסאָן איז אויך נישט געבוירן געוואָרן אין ווילנע, נאָר אין ריגע. אין 1889 האָט ער עמיגרירט קיין אַמעריקע און געאַרבעט ווי אַ שרײַבער אין אַ ריי ייִדישע צײַטונגען, אַרײַנגערעכנט „אַרבעטער־פֿרײַנד‟ און דעם „פֿאָרווערטס‟.
קראַקאָווסקי איז געבוירן געוואָרן אין אַן עסטרײַכישן פּליטים־לאַגער אין 1947. זײַנע טאַטע־מאַמע זענען געווען פּוילישע ייִדן, וואָס זענען ביידע ניצול געוואָרן פֿונעם חורבן. שפּעטער האָט די משפּחה זיך באַזעצט אין טאָראָנטאָ און הײַנט וווינט ער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן: נאָרטהעמפּסטער, מאַסאַטשוסעטס.
פֿריידי כּ״ץ איז אויפֿגעוואַקסן אין ראָטשעסטער, ניו־יאָרק. זי דערמאָנט זיך, אַז איר מאַמע פֿלעגט זיך יעדן זונטיק צוהערן צום ייִדישן ראַדיאָ. פֿון קינדווײַז אָן האָט פֿריידי אָנגעהויבן זינגען לידער אויף ייִדיש. שפּעטער האָט זי שטודירט די שפּראַך ווי געהעריק אינעם בראַנדײַס־אוניווערסיטעט און דערנאָך דאָרט געאַרבעט ווי אַ ייִדיש־לערערין. פֿאָרט, זינגט זי מיט אַזאַ געפֿיל, ווי זי וואָלט אַליין געווען אַ ווילנער.
וואָס שייך די שאַפֿער פֿונעם ליד, אָלשאַנעצקי און וואָלפֿסאָן, באַקומט זיך, אַז נישט זײַענדיק אַליין ווילנער, האָבן אָט־די צוויי אַמעריקאַנער ייִדן זיך פֿאַרליבט אין יענער שטאָט. אינעם ליד שפּירט זיך דאָך אַן עכט טיף ליבשאַפֿט־געפֿיל. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז פֿון עטלעכע מענטשן האָב איך שוין געהערט עפּעס ענלעכס וועגן דער הײַנטיקער ווילנע – הגם זינט 1935 האָט זיך די ליטווישע הויפּטשטאָט שטאַרק געביטן. למשל, מײַנער אַ מאָסקווער באַקאַנטער טענהט, אַז מאָסקווע האָט ער ממש פֿײַנט, נאָר ווען ער באַזוכט ווילנע, פֿילט ער דאָרט ממש אַ טעם פֿון גן־עדן.
נישט לאַנג צוריק האָב איך איבערגעזעצט אויף ייִדיש אַ ליד פֿונעם הײַנטצײַטיקן ליטווישן קלאַסיקער טאָמאַס ווענצלאָוואַ. ער באַזינגט אַפֿילו די ווינלער „געלע קאַזאַרמעס‟ און שילדערט זײַן באַליבטע היימשטאָט ווי עפּעס אַ וווּנדער, וואָס איז אויפֿגעקומען „אין טומאַן, אין דער נאַכט, אינעם ליד‟. אַגבֿ, נאָך אַ סך יאָר אין אַמעריקע האָט ווענצלאָוואַ זיך אומגעקערט קיין ווילנע.
נישט געקוקט אויף יענעם נאַטירלעכן חן, דאַרף מען אָבער געדענקען, אַז בײַ ייִדן ווערט ווילנע הײַנט אַסאָציִיִרט מיטן חורבן. בײַם סוף פֿונעם ווידעאָ ווערן דערמאָנט טרויעריקע פֿאַקטן פֿון די מלחמה־יאָרן: אַז צווישן 1941 און 1943 האָבן די נאַציס אומגעבראַכט בערך 60,000 ווילנער ייִדן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO