Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿריש־אַנטדעקטע מאַטעריאַלן וועגן טשערנאָוויצער לערער־סעמינאַרNewly found materials about the Czernowitz Teachers’ Seminary

צווישן די דאָקומענטן וואָס געפֿינען זיך בײַ די יורשים פֿונעם פּאָעט צבֿי צעלמאַן — אַ כּמעט 100־יאָריקן לערנפּלאַן.

נישט לאַנג צוריק האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צו אַנטדעקן די ביז איצט אומבאַקאַנטע כּתבֿ־ידן פֿונעם ייִדישן פּאָעט צבֿי־הערשל צעלמאַן.

די מאַנוסקריפּטן, וואָס געפֿינען זיך בײַ זײַן זון, פּיאָטר אַפֿאָנין אין אופֿאַ, באַשקיריע (רוסלאַנד), קענען צוגעבן אַ נײַעם פּערספּעקטיוו אויף דעם אַמאָליקן לערער־סעמינאַר אין טשערנאָוויץ – דעם פּעדאַגאָגישן אינטיסטוט, וווּ עס האָבן זיך געלערנט אַזעלכע באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן, ווי יחיאל שרײַבמאַן, אליעזר פּאָדראַטשיק, מאיר חרץ און בערל רויזן.

czernowitz seminary

אַ גרופּע סטודענטן אינעם טשערנאָוויצער לערער־סעמינאַר Courtesy of Pyotr Afonin

ס׳איז מעגלעך, אַז די כּתבֿים וועלן אויך העלפֿן אַנטפּלעקן אויף וויפֿל און ווי אַזוי דער דאָזיקער היסטאָרישער בילדונג־אַנשטאַלט האָט משפּיע געווען אויפֿן ניו־יאָרקער ייִדישן לערער־סעמינאַר. איינער פֿון די פּראָמינענטע לערער איז דאָרט געווען ד״ר מרדכי שעכטער ז״ל – אַ געבוירענער אין טשערנאָוויץ.

צבֿי־הערש צעלמאַן (1913 – 1972) איז געבוירן געוואָרן אין קאַפּרעשט, בעסאַראַביע, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1851 ווי אַ ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניע. אינעם יאָר 1930 האָבן דאָרט געוווינט בערך 2,000 תּושבֿים; איבער 90 פּראָצענט פֿון זיי זענען געווען ייִדן: חסידים און מתנגדים, ראָפֿאָרמער־משׂכּילישע און סתּם וועלטלעכע.

די טאַטע־מאַמע פֿונעם פּאָעט, משה און זלאָטע צעלמאַן (דווקא זלאָטע, נישט זלאַטע, אויפֿן בעסאַראַבישן ייִדיש), האָבן געגעבן זייער זון אַ טראַדיציאָנעלע חדר־בילדונג. אינעם יאָר 1931 האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אינעם טשערנאָוויצער לערער־סעמינאַר, דערנאָך אַוועקגעפֿאָרן קיין בוקאַרעשט און פֿאַרעפֿנטלעכט דאָרטן, אין 1937 – 1940, דרײַ ביכער לידער אויף ייִדיש. צעלמאַן איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער פּאָעטישער גרופּע „יונג רומעניע‟ און אַרויסגעוויזן אַ נטיה צום פֿראַנצייזישן סוררעאַליזם. אינעם „לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור‟ ווערט דערמאָנט, אַז אין דער רומענישער הויפּטשטאָט האָט ער זיך ווײַטער געלערנט אינעם אוניווערסיטעט; שפּעטער האָט ער זיך אומגעקערט קיין קאַפּרעשט.

czernowitz seminary

צבֿי־הערשל צעלמאַן Courtesy of Pyotr Afonin

בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט צעלמאַן געדינט ווי אַ בויער אין דער סאָוועטישער אַרמיי; ביז הײַנט האָט מען נישט געוווּסט, וואָס ס׳האָט מיט אים פּאַסירט נאָך יוני 1940, ווען בעסאַראַביע איז געוואָרן אַ טייל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. צום גליק, אַנטהאַלט דער נײַ־אַנטדעקטער משפּחה־אַרכיוו אַ שלל אינפֿאָרמאַציע וועגן זײַן משפּחה, זײַן לעבן און, אַחרון אַחרון חבֿיבֿ, אַ גאַנצע פֿריִער אומבאַקאַנטע לידער־זאַמלונג, על־פּי־רובֿ אָנגעשריבן בשעת דער מלחמה. אין דעם־אָ אַרטיקל גייט די רייד וועגן אַן אינגאַנצן אומגעריכט געפֿינס: די לערן־פּראָגראַם פֿונעם טשערנאָוויצער סעמינאַר.

דער דאָקומענט שטעלט מיט זיך פֿאָר צוויי זײַטלעך – איין בלאַט – אויף לשון־קודש. עס שטאַמט, ווי עס שטייט דאָרט געשריבן, פֿונעם לערן־יאָר 1927 – 1928. די האַנטשריפֿט שטימט מיט צעלמאַנס אַנדערע כּתבֿים – הגם, אין פֿאַרגלײַך מיט זײַנע ווערק אויף ייִדיש, זעען די אותיות אויס ממשותדיק אַקוראַטער. מסתּמא, האָט דער צוקונפֿטיקער פּאָעט געשריבן אויף לשון־קודש פּאַמעלעכער און ממילא דײַטלעכער, ווי אויף זײַן טאָג־טעגלעכן מאַמע־לשון. אַפּנים, האָט ער געוואָלט פֿון פֿריִער וויסן, וואָס ער וועט לערנען אין טשערנאָוויץ, ערגעץ געקראָגן די פּראָגראַם און קאָפּירט זי פֿאַר זיך.

czernowitz seminary

צבֿי צעלמאַנס נאָטיצן וואָס שייך דער לערן־פּראָגראַם פֿונעם סעמינאַר Courtesy of Pyotr Afonin

די שיעורים פֿונעם תּנ״ך און גמרא האָט געגעבן הרבֿ ד״ר דוד קעסלער (1866 – 1945). דער שטאָטישער הויפּט־רבֿ, אַבֿרהם־יעקבֿ מאַרק, האָט געדרשנט וועגן „דת‟ אין אַלגעמיין – דהײַנו, ווי עס ווערט דערקלערט אין דער פּראָגראַם, די יסודות פֿון ייִדישקייט, דעם ייִדישן לוח, הלכות־שבת און יום־טובֿ, דעם סידור און די געשיכטע פֿון באַזונדערע תּפֿילות, הלכות־כּשרות אאַז״וו. די אַנדערע פּראָפֿעסאָרן האָבן געפֿירט לימודים פֿון העברעיִש און פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור, פֿון דער ייִדישער געשיכטע. מע האָט שטודירט, למשל, די ביבלישע אַפּאָקריפֿן און די פֿילאָסאָפֿיע פֿון פֿילאָן.

וואָס שייך ייִדיש, האָבן מען אינעם סעמינאַר סיסטעמאַטיש געלערנט די ווערק פֿון יצחק־לייבוש פּרץ, שלום אַש און מענדעלע מוכר־ספֿרים. אויף די העברעיִשע מחברים און דענקער, ווי עס זעט אויס, האָט מען געשטעלט אַ גרעסערן טראָפּ: ביאַליק, טשערניכאָווסקי, אַחד־העם, יהודה־לייב גאָרדאָן און אַנדערע. הגם ביאַליק און גאָרדאָן האָבן אויך געשריבן אויף ייִדיש, ווערן אין דער פּראָגראַם דערמאָנט נאָר זייערע העברעיִשע לידער.

אַ גרויס אָרט האָבן פֿאַרנומען די לימודים פֿון דער רומענישער שפּראַך, ליטעראַטור און געשיכטע. פֿאַרשטייט זיך, האָט מען די וועלט־געשיכטע און קלאַסיקער אויך שטודירט. כּסדר האָט מען געלערנט פּסיכאָלאָגיע; צום באַדויערן, איז פֿון די קורצע באַמערקונגען שווער צו מאַכן אַן אויספֿיר, צי די תּלמידים האָבן זיך באַקענט מיטן פּסיכאָאַנאַליז – דעמאָלט נאָך אַ פֿרישע זיך־אַנטוויקלענדיקע חכמה. עס ווערט דערמאָנט, אַז מע האָט געלייענט אַ געוויס בוך פֿונעם עסטרײַכער פֿילאָסאָף און פּעדאַגאָג ווילהעלם ירושלם (יערוזאַלעם). הגם ער האָט זיך איבערגעשריבן מיט זיגמונד פֿרוידן, איז ער אַליין געווען אַ פּראַגמאַטיסט – ענלעך צו די הײַנטיקע „ביהעוויִאָריסטן‟.

ווי באַלד דער סעמינאַר האָט געשטעלט דעם ציל צוצוגרייטן ייִדישע לערער, האָט מען דאָרט שטודירט פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון פּעדאַגאָגיק. דאָס רעשט איז געווען גאַנץ אַרומנעמיק: לאָגיק, מאַטעמאַטיק, פֿיזיק, אַנאַטאָמיע, יסודות פֿון יוריספּרודענץ, ביאָלאָגיע און כעמיע. דער מאָלער לערנער –וואָס ווערט דערמאָנט אָן דעם ערשטן נאָמען אָבער פֿאַררופֿט זיך מסתּמא אויף שלמה לערנער, אַן אָנטיילנעמער פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ – האָט געפֿירט מאָלערײַ־לימודים.

אין צעלמאַנס משפּחה־אַרכיוו איז אָפּגעהיט געוואָרן אַ בילד, וווּ ער שטייט צוזאַמען מיט אַנדערע סעמינאַר־תּלמידים. עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט צו באַשטעטיקן, אויב מעגלעך, ווער זיי זענען.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.