Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַ בוך באַשרײַבט געשיכטע פֿונעם רעליגיעזן ייִדישן אַנאַרכיזםNew book explores the history of religious Jewish anarchism

יואל מאַטוועיעוו לייגט פֿאָר זײַן אייגענעם „קאַנאָן‟ פֿון פּראָמינענטע אַנאַרכיסטיש־געשטימטע פֿרומע ייִדן.

אין מאַנטשעסטער, ענגלאַנד, איז אַרויס אַ בוך פֿון ד״ר חיים ראָטמאַן, אַן אַמעריקאַנער פֿאָרשער פֿון פּאָליטישער פֿילאָסאָפֿיע, וועגן רבנים און באַקאַנטע פֿרומע טוער, וואָס האָבן געשטיצט אַנאַרכיזם. דאָס בוך הייסט „נישט קיין בעלי־בתּים, נאָר גאָט: פּאָרטרעטן פֿונעם אַנאַרכאָ־יודאַיִזם‟ – אַ רעליגיעזער וואַריאַנט פֿונעם באַקאַנטן אַטעיִסטיש־אַנאַרכיסטישן לאָזונג „נישט קיין געטער, נישט קיין בעלי־בתּים‟.

פֿריִער האָט ראָטמאַן געאַרבעט ווי אַ לעקטאָר אינעם באָסטאָנער אוניווערסיטעט, וווּ ער האָט פֿאַרטיידיקט זײַן דאָקטאָראַט וועגן ברוך שפּינאָזעס פּאָליטישער פֿילאָסאָפֿיע. ער איז אויך אַ רבֿ מיט אַ סמיכה פֿונעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט. איצט וווינט ער אין ירושלים און פֿאַרנעמט זיך מיט פּאָסטדאָק־שטודיעס אינעם בר־אילן־אוניווערסיטעט.

ווי עס ווייסן שוין מײַנע לייענער בין איך אַליין גאָר פֿאַראינטערעסירט אין דער טעמע פֿון פֿרומע אַנאַרכיסטן. כ’האָב אָנגעהויבן זאַמלען פּרטים וועגן דעם בערך אין דער זעלבער צײַט, ווען איך האָב אָנגעהויבן אַרבעטן אינעם פֿאָרווערטס – מיט 20 יאָר צוריק. ביסלעכווײַז האָב איך אַנטדעקט אַ ריי וויכטיקע פּערזענלעכקייטן און אָנגעשריבן וועגן זיי קורצע אַרטיקלען אין דער ענגלישער וויקיפּעדיע. דעם אַלגעמיינעם לענגערן וויקיפּעדיע־אַרטיקל, באַטיטלט „אַנאַרכיזם און אָטראָדאָקסישע ייִדישקייט‟, האָב איך אָנגעשריבן אונטער אַ פּסעוודאָנים אין 2006. אינעם פֿאָרווערטס האָב איך אויך אַ סך מאָל געשריבן אויף שײַכותדיקע טעמעס.

אין זײַן בוך, דאַנקט מיך ראָטמאַן פֿאַרן דורכפֿירן די פֿאָרלויפֿיקע פֿאָרשונגען פֿון דער טעמע. אין דער הקדמה שרײַבט ער, אַז ער לייגט פֿאָר אַן „אַנאַרכיסטישן מנין‟ פֿון אַכט דענקער און טוער, וועלכע קאָנען באַטראַכט ווערן ווי קלאַסיקער פֿונעם חידושדיקן געדאַנק צו קאָמבינירן די טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט מיט אַנאַרכיזם. זיי אַלע האָבן געלעבט אינעם סוף־19טן און דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. וועגן איינעם, דעם פּאַציפֿיסטישן דענקער נתן חפֿשי, האָב איך פֿריִער בכלל נישט געוווּסט. ראָטמאַן האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז ער רעדאַגירט איצט אַ זאַמלונג פֿון חפֿשיס ווערק אויף העברעיִש.

דאָס בוך הייבט זיך אָן מיט אַן אַלגעמיינעם אַרײַנפֿיר וועגן די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן אַנאַרכיזם און רעליגיע בכלל, און דער פֿרומער ייִדישקייט בפֿרט. דערנאָך דערציילט ער וועגן צוויי אַקטיוויסטן: הרבֿ יעקבֿ־מאיר זאַלקינד און יצחק־נחמן שטיינבערג. ראָטמאַן ווײַזט, ווי אַזוי די דאָזיקע פּערזענלעכקייטן, בלײַבנדיק פֿרום, זענען געוואָרן רעוואָלוציאָנערן.

אַ געבוירענער אינעם ווײַסרוסישן שטעטל קאָברין, האָט זאַלקינד זיך פֿאַראינטערעסירט מיט אַנאַרכיזם, ווען ער האָט זיך באַזעצט אין לאָנדאָן און זיך באַקענט מיט די אָרטיקע לינקע ראַדיקאַלן. צוערשט זענען זיי אים דווקא נישט געפֿעלן געוואָרן צוליב די מיליטאַנטיש אַנטי־רעליגיעזע שטימונגען. ביסלעכווײַז האָט ער אָנגעהויבן אָפּשאַצן די אַנאַרכיסטישע סאָציאַלע פּרינציפּן; בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה איז זאַלקינד געוואָרן באַקאַנט ווי אַ פּראָמינענטער שלום־אַקטיוויסט. ער איז אויך געווען אַ וויכטיקער ייִדיש־טוער; אין 1916–1917 האָט ער רעדאַגירט די לאָנדאָנער ייִדישע צײַטונג „אַרבעטער־פֿרײַנד‟.

שטיינבערג איז געווען אַ ייִד אַ כּלבוניק, וועלכער האָט געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער רוסישער אָקטאָבער־רעוואָלוציע; אָנגעפֿירט מיט דער ייִדישער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג און געשאַפֿן וויכטיקע ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס. די ניו־יאָרקער „ייִדיש־ליגע‟, וואָס האָט לכתּחילה געהייסן „די פֿרײַהייט־ליגע” און איר זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟ זענען דירעקט פֿאַרבונדן מיט זײַן טעטיקייט.

ראָטמאַן שילדערט גענוג פּרטימדיק און לעבעדיק זאַלקינדס און שטיינבערגס לעבן. צום באַדויערן, ווערט אינעם בוך ווייניק דערציילט, צי די דאָזיקע צוויי טוער האָבן אויסגעאַרבעט אַ גאַנצע טעאָלאָגישע סיסטעם פֿון „אַנאַרכאָ־ייִדישקייט‟. וואָס שייך שטיינבערגן, ווערט בכלל נישט דערקלערט, צי זײַן פּערזענלעכער פֿרומער לעבנס־שטייגער האָט געשפּילט אַ ראָלע אין זײַן לינק־סאָציאַליסטישן געדאַנקען־גאַנג.

צום בעסטן איז געלונגען ראָטמאַנס אַנאַליז פֿון צוויי אַנאַרכיסטיש־געשטימטע מיסטיקער: דער חב״דניק הרבֿ שמואל אַלכּסנדראָוו און דער באַרימטער מקובל הרבֿ יהודה־לייב אַשלג. עס ווערט גוט דערקלערט, ווי אַזוי אַלכּסנדראָוו האָט, ווי אַ חסיד, נאָך מיט 100 יאָר צוריק געשאַפֿן אַ טיפֿע טעאָלאָגישע און פֿילאָסאָפֿישע שיטה, וואָס דערמאָנט אין אַ סך אַספּעקטן דאָס הײַנטיקע „ייִדישע התחדשות‟ (Jewish Renewal).

אַ דאַנק ראָטמאַנס פֿאָרשונג, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז אַשלג האָט נישט סתּם צונויפֿגעפֿלאָכטן די מיצווה פֿון ברודערלעכער ליבשאַפֿט, „ואָהבֿתּ לרעך כּמוך‟ מיט אַנאַרכיסטיש־געשטימטע קאָמוניסטישע געדאַנקען, נאָר דירעקט צי אומדירעקט זיך געווענדט צו פֿאַרשיידענע אומדערוואַרטע קוואַלן, אַרײַנגערעכט די הינדויִסטישע פֿילאָסאָפֿיע פֿון אינדיע. צום באַדויערן, ווערט אינעם בוך נישט באַרירט די פֿראַגע, צי אַשלגס קבלה־אָפּטײַטשן פֿון לינקע געדאַנקען האָבן אַ שײַכות צו פֿרוידיאַנער וואַריאַציעס פֿון מאַרקסיזם. איך בין זיך משער, אַז יאָ.

זייער וויכטיק איז דער דריטער טייל פֿונעם בוך, געווידמעט די מחשבֿות פֿון פֿיר ייִדישע אַנאַרכאָ־פּאַציפֿיסטן: הרבֿ יהודה־לייב דון־יחיא, אַברהם־יהודה חן, נתן חפֿשי און הרבֿ אַהרן־שמואל תּמרת. עס שאַפֿט זיך דער אײַנדרוק, אַז דווקא די קעגנערשאַפֿט צו וועלכע־ניט־איז מלחמות איז דער סאַמע אַנטוויקלטער צווײַג פֿון „אַנאַרכאָ־ייִדישקייט‟. אויפֿן סמך פֿון דער גאַנצער ייִדישער טראַדיציע, פֿונעם תּנ״ך ביז חסידות, זענען זיי מסביר אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, אַז שלום און פֿרידלעכער אַנאַרכיזם זענען על־פּי תּורה די סאַמע יסודות פֿון סאָציאַלן יושר. ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז אַפֿילו שטיינבערג, זײַענדיק אין פּרינציפּ נישט קעגן רעוואָלוציאָנערע גוואַלד־מיטלען, האָט כּסדר זיי גערופֿן אויף וויפֿל ס׳איז מעגלעך צו פֿאַרמײַדן.

ראָטמאַן האָט געזאָגט דעם פֿאָרווערטס, אַז אַחוץ נתן חפֿשיס ווערק, פֿאַרנעמט ער זיך איצט מיט אַ גרויסן פֿאָרש־פּראָיעקט, געווידמעט פֿאַרשיידענע ייִדישע ראַדיקאַלן, וואָס זענען אָנגעקומען פֿון מיזרח־אייראָפּע קיין אַמעריקע און געוואָרן במשך פֿון דער צײַט דווקא רעליגיעז – להיפּוך צום פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ פֿון „גאָטלאָזע‟ לינקע.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.