באָריס דאָרפֿמאַן, ייִדיש־אַקטיוויסט אין אוקראַיִנע, איז אַוועקBoris Dorfman, Yiddish activist in Ukraine, has died
אין 1990, נאָך אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט ער מיטגעגרינדעט אין לעמבערג די ערשטע סאָוועטיש־אוקראַיִנישע ייִדישע צײַטונג „שופֿר‟.
דעם 23סטן מאַרץ איז אין לעמבערג, אוקראַיִנע, ניפֿטר געוואָרן דער באַקאַנטער ייִדיש־אַקטיוויסט באָריס דאָרפֿמאַן צו 98 יאָר.
אין אוקראַיִנע איז באָריס דאָרפֿמאַן געווען גוט באַקאַנט פֿאַר זײַנע אויפֿטוען לגבי ייִדיש, בפֿרט וואָס ער האָט אין 1990, נאָך אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, מיטגעגרינדעט אין לעמבערג די ערשטע סאָוועטיש־אוקראַיִנישע ייִדישע צײַטונג „שופֿר‟. די אויסגאַבע איז אַרויסגעגאַנגען אויף דרײַ שפּראַכן: רוסיש, אוקראַיִניש און ייִדיש. איצט איז דער מצבֿ פֿון דער צײַטונג אומקלאָר.
זײַן זון, דער פּאָפּולערער רוסיש־שפּראַכיקער זשורנאַליסט מיכאל דאָרפֿמאַן, האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז זײַן טאַטע האָט מיט עטלעכע טעג פֿאַר דער פּטירה געליטן פֿון האַרץ־פּראָבלעמען. ער האַלט, אַז דער טאַטע איז שטאַרק פֿאַרייִאושט געוואָרן, וואָס אין לעמבערג הערט מען ווידער אויפֿרײַסן פֿון לופֿט־באָמבאַרדירונגען, אַזוי ווי בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ביז זײַנע לעצטע טעג איז באָריס דאָרפֿמאַן געווען אַן ענערגישער מענטש. דעם 1טן מאַרץ האָט ער איבערגעגעבן אין פֿייסבוק – אָן קיין טענות צי עמאָציעס – אַ באַריכט פֿון געשעענישן בעת דער איצטיקער קריג צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע.
באָריס (ברוך) דאָרפֿמאַן איז געבוירן געוואָרן אין קאַגול, בעסאַראַביע, און זיך געלערנט אין אַן אָרטיקער ייִדישער שול. זײַן משפּחה האָט געשטאַמט פֿון לעמבערג. זײַנע ביידע עלטערן, מענדל און מלכּה, האָבן אין סטאַלינס צײַטן געליטן פֿון רדיפֿות צוליב זייערע ציוניסטישע איבערצײַגונגען. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט באָריס דאָרפֿמאַן געדינט אויפֿן פֿראָנט און אַרײַנגעפֿאַלן אין דער דײַטשישער געפֿאַנגענשאַפֿט. צום גליק, האָט די סאָוועטישע אַרמיי אים באַלד געראַטעוועט. דערנאָך האָט מען אים אָפּגעשיקט קיין סיביר, וווּ ער האָט איבערגעלעבט די וועלטקריג.
נאָך פֿאַר דעם, אין דער סאָוועטישער תּקופֿה האָט דאָרפֿמאַן שוין פֿאַרעפֿנטלעכט אַ צאָל אַרטיקלען אויף ייִדיש אין „סאָוועטיש היימלאַנד‟ און „ביראָבידזשאַנער שטערן‟. אין 1988 האָט ער, צוזאַמען מיט אַנדערע אומאָפֿיציעלע ייִדישע טוער, אויסגעפּועלט בײַ דער סאָוועטישער רעגירונג צו שאַפֿן אין לעמבערג די „פֿרײַנד־געזעלשאַפֿט פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אויפֿן נאָמען פֿון שלום־עליכם‟ . נישט לאַנג נאָך דעם האָט מען געגרינדעט ייִדיש־לימודים אין דער שטאָט, אָנגעהויבן רעסטאַוורירן די אַלטע שול „גאָלדענע רויז‟ און זאַמלען געלט פֿאַרן אויפֿשטעלן אַ דענקמאָל לזכר די קרבנות פֿונעם לעמבערגער געטאָ, וואָס איז טאַקע אויפֿגעשטעלט געוואָרן אין 1992. צום באַדויערן, איז דער דענקמאָל זינט דעמאָלט דרײַ מאָל וואַנדאַליזירט געוואָרן: אין 2012, 2013 און 2016. דער דריטער אינצידענט האָט געהאַט, ווי עס זעט אויס, אַן אַנטיסעמיטישן כאַראַקטער. די שולדיקע האָט מען קיינמאָל נישט געפֿונען.
באָריס דאָרפֿמאַן איז געווען אַ געראָטענער פּובליציסט, וואָס האָט גוט געקענט עטלעכע שפּראַכן. במשך פֿון זײַן לעבן האָט ער אָנגעשריבן בערך אַ טויזנט אַרטיקלען אויף ייִדיש, רוסיש, אוקראַיִניש, פּויליש און דײַטשיש. זײַן זון מיכאל, וואָס וווינט שוין לאַנג מיט זײַן משפּחה אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן (אין אײַסליפּ, לאָנג־אײַלענד), איז באַקאַנט אין דער רוסיש־שפּראַכיקער פּרעסע ווי אַ שאַרפֿזיניקער, אָפֿט איראָנישער פּראָ־אוקראַיִנישער קריטיקער און אָבסערוואַטאָר פֿון פֿאַרשיידענע חסרונות אין דער הײַנטיקער געזעלשאַפֿט, אַרײַנגערעכנט אוקראַיִנע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אין 2014 האָט מיכאל דאָרפֿמאַן אַרויסגעגעבן אַ דאָקומענטאַר וועגן זײַן טאַטן, בשותּפֿות מיטן דײַטשישן רעזשיסער אוּווע פֿאָן זעלטמאַן און זײַן פֿרוי, די פּוילישע קינסטלערין גאַבריעלאַ פֿאָן זעלטמאַן. אינעם פֿילם וואָס הייסט „אַ מענטש‟ הערט מען באָריסן רעדן במשך פֿון 50 מינוט אויף ייִדיש. ער באַזוכט דאָס אָרט, וווּ די נאַציס האָבן אין 1943 דערשאָסן די לעצטע ייִדן פֿונעם לעמבערגער געטאָ. דער נאָמען פֿונעם פֿילם איז פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס דער לעצטער טשערנאָוויצער ייִדישער שרײַבער [יוסף בורג](https://en.wikipedia.org/wiki/Josef_Burg_(writer) (1912 – 2009) האָט אָפֿט געזאָגט וועגן דאָרפֿמאַנען אַז ער איז „אַ מענטש‟. אַ דאַנק באָריס דאָרפֿמאַנס דערציילערישע פֿעיִקייטן האָט דאָס פֿילמירן געדויערט בלויז אַכט טעג.
דער פֿילם, „אַ מענטש‟, איז נישט דער איינציקער ווידעאָ, וווּ דאָרפֿמאַן רעדט אויף ייִדיש. אויף יוטוב קאָן מען געפֿינען אַ גאַנצע ריי ווידעאָס, וווּ ער שמועסט און זינגט אויפֿן מאַמע־לשון.
ס׳איז אינטערסאַנט, אַז זײַנער אַ קרובֿ, הרבֿ מיכל דאָרפֿמאַן – להיפּוך, אַ שאַרפֿער אַנטי־ציוניסט – האָט, וווינענדיק אין מאָסקווע, אָנגעפֿירט בעת די סאָוועטישע צײַטן מיט די אונטערערדישע חסידישע רײַזעס קיין אומאַן לכּבֿוד ראָש־השנה, און געווען איינער פֿון די הויפּט־אָרגאַניזאַטאָרן פֿון די הײַנטיקע מאַסן־נסיעות אין דער דאָזיקער שטאָט.
אין 2005 האָבן באָריס דאָרפֿמאַן, באַגלייט פֿון זײַן זון מיכאל, באַזוכט דעם ליובאַוויטשער רבינס אוהל אין קווינס וווּ דער טאַטע האָט איבערגעלאָזט אַ קוויטל מיט בקשות. הגם ער אַליין איז געווען אַ וועלטלעכער ייִד, האָט ער ליב געהאַט חסידות. ווי מיכאל דאָרפֿמאַן גיט איבער אין זײַנעם אַן אַרטיקל אויף רוסיש, איז דעמאָלט בײַ די ניו־יאָרקער ליובאַוויטשער געווען אַ גרויסער חידוש, אַז צו זיי איז געקומען אַ גאַסט פֿון אוקראַיִנע דווקא נישט ווי אַן אימיגראַנט, נאָר סתּם צו באַזוכן דעם רבין. די ליובאַוויטשער באַטראַכטן אוקראַיִנע פֿאַרן וויגעלע פֿונעם חסידות, וווּ צדיקים און באַזונדערס העלדישע מינים ייִדן האָבן אָפּגעהיט די ייִדישע טראַדיציע, נישט געקוקט אויף דער סאָוועטישער אַנטי־רעליגיעזער פּאָליטיק.
ברוך דאָרפֿמאַן האָט פֿאַראָבֿלט זײַן אַלמנה בעטיאַ, זײַן זון מיכאל און זײַן טאָכטער ריטאַ. די אַלמנה און די טאָכטער וווינען נאָך אין אוקראַיִנע. איינער פֿון זײַנע אייניקלעך, אַלכּסנדר נאַזאַר, פֿירט אָן מיט דער לעמבערגער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער קולטור אויפֿן נאָמען פֿון שלום־עליכם.
ברוך דיין האמת, כּבֿוד זײַן אָנדענק!
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO