די פֿאַרבינדונגען פֿונעם אוקראַיִנער פֿילאָסאָף גריגאָרי סקאָוואָראָדאַ מיט ייִדישקייטUkrainian thinker Grigoriy Skovoroda’s links to Judaism
דעם 7טן מײַ האָט דער מוזיי פֿונעם שרײַבער און פֿילאָסאָף גריגאָרי סקאָוואָראָדאַ (1722 – 1794), אין סקאָוואָראָדינאָווקאַ, אוקראַיִנע, נישט ווײַט פֿון כאַרקאָוו, געליטן פֿון אַ רוסלענדישן ראַקעט־אַטאַק. דער היסטאָרישער בנין פֿונעם 18טן יאָרהונדערט איז חרובֿ געוואָרן; צום גליק, האָט מען פֿון דאָרט פֿריִער עוואַקויִרט די וויכטיקסטע עקספּאָנאַנטן.
הגם סקאָוואָראָדאָ איז געווען אַ פּראָוואָסלאַוונער קריסט און אָנגעזעענער קריסטלעכער פֿילאָסאָף, האָט ער אַרויסגעוויזן אַן ענלעכקייט צום דובנער מגיד (1741 – 1804) און חסידישע רביים. צי ער האָט משפּיע געווען אויף ייִדן, צי פֿאַרקערט, צי עפּעס אַלגעמיינס אין דער אוקראַיִנער קולטור האָט געווירקט אי אויף ייִדן, אי אויף די קריסטן, בלײַבט אַן אינטערעסאַנטע קשיא.
סקאָוואָראָדאַ ווערט באַטראַכט ווי אַ נאַציאָנאַלער פֿילאָסאָף אי אין אוקראַיִנע, אי אין רוסלאַנד. הײַיאָר, דעם 3טן דעצעמבער 2022, קלײַבט מען זיך אין ביידע לענדער אָפּצומערקן דעם 300סטן יוביליי פֿון זײַן געבוירן־טאָג. הגם סקאָוואָראָדאַ האָט געשטאַמט פֿון אוקראַיִנישע קאַזאַקן, האָט ער געשריבן זײַנע ווערק אויף רוסיש, צומאָל אויך אויף לאַטײַן און גריכיש. ער איז געווען זייער געטרײַ דער רוסלענדישער אימפּעריע. הײַנט איז ער אָבער מער פּאָפּולער און באַקאַנט אין אוקראַיִנע, וווּ אַ סך גאַסן און אַנשטאַלטן טראָגן זײַן נאָמען.
אין 1774 איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן סקאָוואָראָדאַס בוך „כאַרקאָווער פֿאַבלען‟, וואָס באַשטייט פֿון 30 אייגנאַרטיקע משלים. דורך מעשׂיות וועגן מענטשן און חיות, דרשנט דער מחבר אויף אַ פּשוטן פֿאַרשטענדלעכן אופֿן די ווערט פֿון גוטע מידות און פֿאַרשיידענע גײַסטלעך־פֿילאָסאָפֿישע ענינים.
ער דערציילט, למשל, וועגן אַ וויכּוח צווישן אַ חזיר און אַ מורעשקע: ווער איז רײַכער? אַן אָקס האָט זיך צוגעהערט צום שמועס, כּדי צו באַשטימען, ווער איז גערעכט. די מורעשקע האָט געמאָלדן, אַז זי פֿאַרמאָגט אַ פֿולע זשמעניע תּבֿואה. דער חזיר און דער אָקס האָבן זיך צעלאַכט; דער חזיר פֿאַרמאָגט דאָך אַ סך מער. האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז די מורעשקע זאַמלט איר קליינעם סכום תּבֿואה און איז צופֿרידן דערמיט, און דער חזיר – פּטרט כּסדר זײַן פֿאַרמעגן. דער אויספֿיר איז, פֿאַרשטייט זיך, פּונקט ווי אין פּרקי־אָבֿות: רײַך איז דער, וואָס איז צופֿרידן מיט זײַנס, און נישט דער, וואָס האָט אַ סך און איז נישט צופֿרידן.
הרבֿ יעקבֿ קראַנץ, באַקאַנט ווי דער דובנער מגיד, האָט אַמאָל געזאַמלט צדקה פֿאַר עפּעס אַ וויכטיקן צוועק. איינער אַ גבֿיר האָט זיך אָפּגעזאָגט צו געבן און דערקלערט, אַז ער האָט שוין אָנגעשריבן אַ צוואָה: ווען ער וועט שטאַרבן, וועט ער ס׳רובֿ פֿון זײַן פֿאַרמעגן אָפּגעבן פֿאַר צדקה. דער דובנער מגיד האָט יענעם עושר דערקלערט דעם חילוק צווישן אַ הון און אַ חזיר. אַ הון לייגט אייער צו ביסלעך יעדן טאָג; אַ חזיר האָט אַ סך פֿלייש און פֿעטס, נאָר ער טויג בלויז אַ געפּגרטער. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער גרויסער בעל־מוסר דערמאָנט אַ טרייפֿענע בהמה. עס קאָן זײַן, אַז זײַן משל שטאַמט פֿון אַ ניט־ייִדישן מקור. אויך טשיקאַווע איז וואָס גלײַך נאָך דער מעשׂה וועגן דעם חזיר מיט דער מורעשקע, דרשנט סקאָוואָראָדאַ אויך וועגן הינער.
ס׳איז אָבער מעגלעך, אַז דער מגיד האָט געקענט סקאָוואָראָדאַס משלים – זייער פּאָפּולערע אין זײַן צײַט צווישן דעם ניט־ייִדישן עולם – און אַז זיי האָבן אויף אים משפּיע געווען. עס קאָן אויך זײַן אַז די אַלגעמיינע פֿאָלקלאָרישע טראַדיציעס אין זײַן שטאָט, דובנע, אין דער ראָוונער געגנט, מערבֿ־אוקראַיִנע, האָבן געווירקט אויף ביידע מחברים.
אַחוץ דעם דאָזיקן פּאָפּולערן בוך, האָט גריגאָרי סקאָוואָראָדאַ אָנגעשריבן אַ גאַנצע ריי ערנסטע פֿילאָסאָפֿישע ווערק. דער באַוווּסטער ייִדישער היסטאָריקער און פֿאָלקלאָריסט רפֿאל פּטאַי באַמערקט אין זײַן בוך „דער ייִדישער שׂכל‟ (The Jewish Mind), אַז סקאָוואָראָדאַס פֿילאָסאָפֿיע איז אין אַ סך אַספּעקטן ענלעך אויף קבלה און חסידות. דער אוקראַיִנישער פֿילאָסאָף האָט גוט געקענט לשון־קודש און געקאָנט שעפּן פֿון ייִדישע קוואַלן. זײַן טראָפּ אויף פּראַקטישע מיצוות און מעשׂים־טובֿים האָט אויך אַ ייִדישלעכן טעם, אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע קריסטלעכע דענקער, וואָס פֿאָקוסירן זיך מער אויף דער אמונה.
דער רוסלענדישער פּראָפֿעסאָר־פּעדאַגאָג און פּסיכאָלאָג אַנאַטאָלי מודריק איז זיך משער, אַז סקאָוואָראָדאַ האָט אויך געקענט ייִדיש. צום ווייניקסטן האָט ער, קענענדיק דײַטש און לשון־קודש, זיכער געקאָנט פֿאַרשטיין אַ ביסל. אין זײַן ווערק „זײַן נאָמען איז דער מבול פֿונעם נחש‟ שפּירן זיך אויך, לויט מודריקן, כּמו־חסידישע און אַפֿילו שבֿתי־צבֿייִישע מאָטיוון. אין סקאָוואָראָדאַס צײַטן זענען שבתי־צבֿיניקעס נאָך געווען פֿאַרשפּרייט אין אוקראַיִנע. די הײַנטצײַטיקע אוקראַיִנישע פֿילאָסאָפֿין אירינאַ וואַליאַווקאָ באַטאָנט, אַז סקאָוואָראָדאַ האָט געשעפּט זײַנע געדאַנקען סײַ פֿון קריסטלעכע, מיסטישע באַוועגונגען אין מערבֿ־אייראָפּע, סײַ פֿונעם פֿריִיִקן חסידות. אַ גרויסע ראָלע שפּילט בײַ אים, למשל, דער ענין פֿונעם געטלעכן פֿונק, וואָס באַלעבט יעדן מענטש און יעדע זאַך.
אַזוי ווי חסידישע צדיקים, האָט גריגאָרי סקאָוואָראָדאַ געפֿירט אַן אומגעוויינטלעכן שטייגער לעבן און אַ סך געוואַנדערט במשך פֿון יאָרן איבער דער הײַנטיקער אוקראַיִנע און רוסלאַנד. אַ גאַנצע ריי ווערק האָט ער אָנגעשריבן, זיצנדיק אינעווייניק אין אַ ריזיקן אויסהויל פֿון אַן אוראַלטן דעמב; צום גליק, האָט יענערהיסטאָרישער בוים, וואָס געפֿינט זיך לעבן דעם מוזיי־בנין, נישט געליטן פֿונעם ראַקעטן־אַטאַק.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor