Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אין אַ שבֿועות־מאמר אַנטפּלעקט דער ווילעדניקער רבי אַ ייִדישיסטישע נטיהIn a Shavuos essay, the Viledniker Rebbe revealed a Yiddishist bent

צי האָט דער אוקראַיִנישער נאַציאָנאַליזם פֿונעם 19טן יאָרהונדערט משפּיע געווען אויפֿן חסידישן דענקער?

אין זײַן מאמר לכּבֿוד שבֿועות באַטאָנט דער ווילעדניקער רבי, אַז הגם די תּורה איז געגעבן געוואָרן אויף לשון־קודש, שטעקט אַ גרויסער משיחישער גאולה־כּוח דווקא אין ייִדיש. מע קאָן אָבער פֿרעגן אַן אומגעריכטע קשיא: צי קאָן אַזאַ ראַדיקאַלער פֿרומער ייִדישיזם האָבן אַ שײַכות צו דער אוקראַיִנישער שפּראַך־באַוועגונג, וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין זײַן צײַט?

איינע פֿון די באַקאַנטע העברעיִסטישע טענות קעגן ייִדיש איז די מסורה, אַז דער רבונו־של־עולם האָט געגעבן די צען געבאָט, און דערנאָך דעם גאַנצן טעקסט פֿונעם חומש, דווקא אויף לשון־קודש. אויב אַזוי, איז די הייליקע שפּראַך העכער פֿונעם טאָג־טעגלעכן אומגאַנג־לשון. דער ווילעדניקער רבי טענהט, אַז – העכער צי נישט – איז לשון־קודש בעצם אַ פֿאַרגליווערטע שפּראַך, און דווקא אין ייִדיש אַנטפּלעקט זיך אַ לעבעדיקער גאולה־גײַסט.

לויט די חז״ל, איז די תּורה געגעבן געוואָרן מיט איין מאָל אויף אַלע זיבעציק לשונות. אינעם פּשוטן זינען מיינט עס, אַז ווען מע זעצט איבער די תּורה אויף וועלכער־ניט־איז שפּראַך, ווערן אין איר תּמיד אַנטפּלעקט נײַע חידושים, וואָס שטאַמען אין זייער רוחניותדיקן שורש אויך פֿונעם באַרג סיני. אין דער וועלט זענען, אַוודאי, פֿאַראַן טויזנטער שפּראַכן, נאָר אין אונדזער מסורה פֿיגורירט כּסדר אַזאַ סימבאָלישע צאָל: זיבעציק אומות־העולם, יעדעס פֿאָלק מיט אַן אייגן לשון. אַראַמיש איז אָבער נישט אַ געוויינטלעכע גוייִשע, נאָר אַ היימישע ייִדישע שפּראַך. די גאַנצע גמרא איז דאָך אָנגעשריבן אויף אַראַמיש, און דער תּרגום האָט אַ באַזונדערן סטאַטוס אין הלכה: ס׳איז נישט סתּם אַן איבערזעצונג, נאָר אַ הייליקער טעקסט פֿאַר זיך.

דער ווילעדניקער רבי באַמערקט, אַז „לשון־אַשכּנז, אָנגענומען בײַ אונדז‟ – דהײַנו, ייִדיש – איז ענלעך אין זײַן פֿונקציע אויף אַראַמיש. וואָס איז הייליקער, ייִדיש צי אַראַמיש, איז נישט קלאָר, נאָר דאָס געוויינטלעכע פֿאַרשטענדלעכע לשון איז בײַ ייִדן, אַוודאי, ייִדיש. לשון־קודש איז אויך בלויז אַן אויסלעכער מלבוש פֿון דער תּורה; אין דער אמתן, איז זי בעצם אָן אַ שיעור העכער פֿון אַלע מענטשלעכע שפּראַכן.

פֿון זײַן רבין, מאָטל טשערנאָבילער, האָט דער ווילעדניקער רבי געהערט, אַז איינע אַ נשמה, וואָס געפֿינט זיך שוין 300 יאָר אין גן־עדן, האָט איבערגעגעבן, אַז מע שטעלט דאָרט צונויף דעם גוף פֿון משיח צדקנו דווקא דורכן כּוח פֿון דער שמועס־שפּראַך. צוליב דעם, וואָס אין ייִדיש טרעפֿן זיך ווערטער, וואָס שטאַמען פֿון כּלערליי לשונות, איז זי אַ משיחישע גאולה־שפּראַך. ווען מע לערנט דבֿרי־תּורה אויף ייִדיש, ברענגט מען די גאַנצע וועלט נעענטער צום קאָסמישן תּיקון.

הגם שבֿועות איז דער טאָג, ווען די תּורה איז געגעבן געוואָרן אין איר לשון־קודשדיק „קלייד‟, ווערט איר טיפֿע, משיחישע קדושה אַנטפּלעקט, ווען ייִדן טײַטשן זי איבער דווקא אויף ייִדיש. דער ווילעדניקער רבי דערקלערט, אַז בעת דער מתּן־תּורה זענען אַלע מענטשלעכע שפּראַכן אויף אַ מאָמענט פֿאַראייניקט געוואָרן; די תּורה איז דאָך, אין פּרינציפּ, געגעבן געוואָרן אין אַלע לשונות, כאָטש משה רבינו האָט זי פֿאַרשריבן אויף לשון־קודש. די אמתע אייניקייט צווישן אַלע פֿעלקער און לשונות וועט דערגרייכט ווערן, ווען משיח וועט קומען און ווערט איצט ביסלעכווײַז דערגרייכט, ווי מיר וואָלטן הײַנט געזאָגט, דווקא צוליב דעם שמעלץ־כאַראַקטער פֿון ייִדיש, וואָס שעפּט זײַן קדושה פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן, בלײַבנדיק דערבײַ דווקא אַ ייִדישע שפּראַך פֿון תּורה־לערנען און ממילא תּורה־אַנטפּלעקונג, פֿון דער אָנגייענדיקער מתּן־תּורה.

מיטן ווילעדניקער ספֿר „שארית ישׂראל‟ האָב איך זיך צום ערשטן מאָל באַקענט אין באַרדיטשעוו, אוקראַיִנע, אינעם יאָר 1996 אָדער 1997. דער ספֿר איז מיר באַזונדערס געפֿעלן געוואָרן, ווײַל עס קלינגט ווי אַן אויסערגעוויינטלעכער סינטעז פֿון חב״ד און דעם טשערנאָבילער חסידות. רבי ישׂראל־דובֿ־בער ווילעדניקער איז טאַקע געווען אַ תּלמיד פֿון רבי מאָטל טשערנאָבילער און רבי דובֿ־בער שניאורי, דעם צווייטן רבין פֿון חב״ד, וועלכער איז באַקאַנט אין ליובאַוויטש ווי דער מיטעלער רבי. אין „שארית ישׂראל‟ זענען על־פּי טעות אַרײַן צוויי מאמרים פֿונעם מיטעלן רבין. ווען דער ווילעדניקער איז ניפֿטר געוואָרן, זענען האַנטשריפֿטלעכע קאָפּיעס פֿון אָט־די מאמרים געלעגן אויפֿן רבינס טיש, און זײַנע חסידים האָבן געמיינט, אַז ער איז דער מחבר. דער סטיל פֿונעם ווילעדניקער איז גענוג נאָענט צו חב״ד, דערפֿאַר איז אַזאַ טעות פֿאַרשטענדלעך.

טעאָריעס וועגן דעם מיסטישן גוף פֿון דער הייליקער שכינה זענען זייער פֿאַרשפּרייט אין קבלה און חסידות. דער ענין פֿון „משיחס אבֿרים‟ אָדער „משיחס גוף‟ איז אָבער גאָר אַ זעלטענער. שמואל־יוסף עגנון האָט אָנגעשריבן אַ קורצע דערציילונג אויף דער דאָזיקער טעמע, גאַנץ מעגלעך אויפֿן סמך פֿון „שארית ישׂראל‟ אָדער חסידישע פֿאָלק־מעשׂיות. פֿון דער צווייטער זײַט, איז אַזאַ באַגריף זייער באַקאַנט אין דער קריסטלעכער וועלט; מיינען מיינט ער דאָרט, אַז די קירך, די גאַנצע קריסטלעכע געזעלשאַפֿט, איז דער קאָלעקטיווער גוף פֿון יעזוסן, וואָס זיי האַלטן אים פֿאַר זייער משיחן.

צי קאָן מען זיך פֿאָרשטעלן, אַז רבי מאָטל טשערנאָבילער האָט אָפּגעטײַטש דעם דאָזיקן ענין אויף אַ ייִדישן שטייגער? די חסידישע רביים האָבן אָפֿט פֿאַרייִדישט פֿאַרשיידענע גוייִשע קאָנצעפּציעס; אייניקע פֿון זיי האָבן באַטאָנט, אַז זיי מעגן און אַפֿילן מוזן אַזוי טאָן, כּדי אויסצוקלײַבן די געטלעכע פֿינקעלעך פֿון ווײַטע מקומות, בתוכם פֿרעמדע רעליגיעס. על־פּי חסידות, איז דאָס גופֿא אַ משיחישע טעטיקייט.

דער ווילעדניקער רבי (1789 – 1850) האָט געלעבט אין דער צײַט, ווען אין אוקראַיִנע האָט זיך צעבליט אַ נאַציאָנאַלע באַוועגונג, וואָס האָט געשטרעבט אָפּצוטיילן איר פֿאָלק־שפּראַך פֿון רוסיש און אָנצוּווײַזן, אַז זי איז נישט בלויז אַ דרומדיקער רוסישער דיאַלעקט, נאָר עפּעס אַנדערש, וואָס האָט אַן אייגענע ווערט. אין 1992 האָט דער אוקראַיִנישער פֿילאָלאָג וואַסיל ניעמטשוק פֿאַרסך־הכּלט אַ טייל אַזעלכע געדאַנקען אין שײַכות צו אוקראַיִניש אין זײַן ווערק „די אוקראַיִנישע שפּראַך איז אַ הייליקע שפּראַך‟.

אַחרן אַחרון חבֿיבֿ. מיט אַ יאָר אָדער צוויי נאָכן באַקענען זיך צום ערשטן מאָל מיטן ווילעדניקער רבינס ווערק אין אוקראַיִנע, וווינענדיק דעמאָלט שוין אין לאָנדאָן, האָב איך געטראָפֿן אַן אינטערעסאַנט פּראָפּאַגאַנדע־צעטל אין איינער פֿון די אָרטיקע סאַטמאַרער שילן, וווּ איך פֿלעג כּסדר דאַוונען. ציטירנדיק דעם ווילעדניקער רבין, האָט דער אַנאָנימער מחבר פֿונעם צעטל גערופֿן ייִדן צו רעדן אויף ייִדיש, ווײַל דווקא אַזוי וועלן זיי ברענגען די גאולה אויף דער וועלט.

דאָס האָט געקלונגען, ווי מע זאָגט אויף ענגליש, ווי אַ דרשה פֿאַר די, וואָס גלייבן שוין (preaching to the converted), ווײַל די סאַטמאַרער רעדן דאָך סײַ־ווי־סײַ אויף ייִדיש. פֿאָרט, בין איך געווען זייער צופֿרידן צו דערזען אַזאַ „ייִדישיסטישע מיסיאָנערישקייט‟ אין אַ שיל. „שארית ישׂראל‟ איז איינער פֿון די טיפֿסטע חסידישע ספֿרים, וואָס פֿאָדערט אַן ערנסטע פֿאָרשונג פֿון פֿאַרשיידענע קוקווינקלען. אויב דער דאָזיקער וווּנדערלעכער דענקער האָט טאַקע נישט מורא געהאַט צו אינטערגרירן אין זײַן שיטה פֿאַרייִדישטע עלעמענטן פֿון זײַן אוקראַיִנישן קריסטלעכן אַרום, וואָלט עס זיכער געווען אַ גרויסער היסטאָריש־פֿילאָסאָפֿישער חידוש און אַ באַלערנדיקע מעשׂה פֿאַר יעדן ייִדישיסט.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.