אַ קינדערביכל װעגן מין, געשלעכט און ליבשאַפֿט, איצט אױף אַ חסידישן ייִדישA book about gender, sexuality and love – now in Hasidic Yiddish
דאָס ביכל ווענדט זיך צו יונגע לײַט אין די חסידישע קרײַזן װאָס קענען זיך ניט געפֿינען קיין אָרט אין די אָנגענומענע קאַטעגאָריעס פֿון סעקסועלער אידענטיטעט.
אַ נײַ בוך פֿאַר קינדער אױף אַ „הײַמישן“ חסידישן ייִדיש פּרוּװט זיי באַקענען מיט דער פֿילפֿאַרביקײט פֿון סעקסועלע און מין־אידענטיטעט, אין אַ הײַנטיקן פֿרומען קאָנטעקסט. דאָס בוך, „זײַ געטרײַ זיך אַלײן“, איז אַן אילוסטרירט ביכל צװישן װײכע טאָװלען, שױן אַרױסגעגעבן אױף ענגליש און אַ צאָל איבערזעצונגען. דער בעל־מחבר, יונתן בראַפֿמאַן, איז אַ פּראָפֿעסאָר בײַם קאָרנעל־אוניװערסיטעט.
די איבערזעצערין, מלכּה ליבא ראָזען, איז אַ טראַנסמיניקע געװעזענע חסידתטע. איז זי אפֿשר די אידעאַלסטע איבערזעצערין, װאָס קען אַרײַנברענגען אין אַ הײמישן ייִדיש די דאָזיקע באַגריפֿן – װעגן טראַנס־מיניִקײט, געשלעכט, און די ראַנגלענישן פֿאַר אַקצעפּטירונג און גלײַך־באַרעכטיקײט פֿאַר די, װאָס קענען זיך נישט געפֿינען קיין אָרט אין די פֿריִער־אָנגענומענע קאַטעגאָריעס פֿון אידענטיטעט.
אין װאָס באַשטײט טאַקע דער אינהאַלט פֿון ביכל? איז מן־הסתּם כּדאַי איבערגעבן אױף אײן פֿוס װאָס דאָס הײסט אומצװײיִקײט, דזשענדער-אומקאָנפֿאָרמיסטישקײט, פֿאַרשײדענע צוגאַנגען צו צוגעצױגנקײט און ליבשאַפֿט, און װי אַזױ דער פֿאַרשטאַנד פֿון דעם אַלעם האָט זיך געביטן אין דער עפֿנטלעכקײט. עס איז גאַנץ קלאָר, פֿון פֿריִערדיקע דורות, אַז עס זײַנען אַלע מאָל געװען מענטשן װאָס האָבן זיך נישט אַרײַנגעפּאַסט אין די אָנגענומענע קאַטעגאָריעס פֿון מין און סעקסועלער אָריענטאַציע. אָפֿט מאָל אָפֿט מאָל האָט מען קעגן זײ דיסקרימינירט אָדער מ׳איז געבליבן אױף די ראַנדן פֿון אַ געזעלשאַפֿט.
אין דעם דאָזיקן ביכל באַמיט מען זיך איבערצוגעבן דעם באַגריף, אַז נישט יעדער פּאַסט זיך אַרײַן אין צװײ מינים־קאַעגאָריעס, און אַז דער געשלעכט (די אָרגאַנען װאָס מע האָט) באַשטימט נישט דעם מין (װי אַזױ מע פֿירט זיך אױף אין דער געזעלשאַפֿט). פֿאַראַן מענטשן װאָס דעפֿינירן זיך װי נקבֿות, כאָטש לױטן געשלעכט האָט מען זײ גערופֿן זכרים בײַם געבױרן װערן, און פֿאַראַן מענטשן וואָס פֿילן אַז זיי זענען זכרים, כאָטש מע האָט זײ באַשטימט װי נקבֿות. פֿאַראַן אױך די, װאָס זײַנען נישט־צװײמיניק. און אױך אַזעלכע, װאָס בײַם געבױרן װערן האָט מען געהאַט אָרגאַנען װאָס זײַנען נישט קלאָר זכר צי נקבֿה – מע קען זײ רופֿן „אינטערסעקס“. אפֿשר כּדי צוצופּאַסן דאָס ביכל צו גאָר פֿרומען לײענער, פֿאַרגלײַכט די איבערזעצערין די הײַנטיקע קאַטעגאָריעס מיט תּלמודישע באַגריפֿן פֿון מין. אַזאַ לױזער פֿאַרגלײַך איז לפֿי־דעתּי באַרעכטיקט װי אַ מין דערקלערונג, כאָטש נישט היסטאָריש אַקוראַט.
אַן אַנדערע טעמע איז די סעקסועלע אָריִענטאַציע פֿון אַ מענטשן. װי באַװוּסט, קען מען צוגעצױגן װערן צו מענטשן פֿון אײן מין (בלויז מענער) אָדער צװײ (מענער און פֿרויען). אָדער מע דאַרף נישט האָבן קיין ספּעציעלן אינטערעס אין אינטימקײט בכלל. דאָס דאָזיקע ביכל באַשרײַבט די פֿולע גאַמע פֿון אינטערעסן, טיפּן, ליבע און צוגעצױגנקײט.
לסוף גיט זיך אָפּ דער מחבר מיטן ענין דיסקרימינאַציע און אַנדערע מינים קרומע באַהאַנדלונג פֿון די, װאָס פֿאַלן אַרײַן אין די אױבן דערמאָנטע קאַטעגאָריעס. ס׳איז אַ ברײטע דיסקוסיע אין געצײלטע זײַטלעך, און, װי די אַנדערע טעמעס פֿון בוך, צוטריטלעך פֿאַר קינדער פֿון עלעמענטאַר־שול אָן. בײַם סאַמע סוף גײט די רײד, װי אַזױ מע קען שטיצן (זײַן אַן אַזױ גערופֿענער „אַליאַנט“) פֿאַר טראַנס־מיניקע און אַנדערע דזשענדער־אומקאָנפֿאָרמיסטישע מענטשן.
טײל לײענערס װעלן אפֿשר פֿרעגן, ווער איז דער עולם פֿאַר אַזאַ ביכל? מיט רעכט, װעט מען חושד זײַן אַז טײל רעדערס פֿון „הײַמישן“ (חסידישן) ייִדיש זײַנען, װי אױך אַנדערע, נישט גרײט אַרומצורעדן אַזעלכע טעמעס מיט קינדער. איך האָב זיך געװאָנדן צו אַ חסידישן זשורנאַל פֿאָרצולײגן אַ רעצענזיע, און פּונקט אַזאַ ענטפֿער האָט מען מיר געגעבן.
ערטשנס, איז פּשוט אַ פֿאַקט אַז אַזעלכע מענטשן עקזיסטירן אין די חסידישע קרײַזן, סײַ צװישן די לײענערס פֿון דעם אַרטיקל, סײַ צווישן די לייענערס פֿון ביכל אַלײן, און מע דאַרף זיי באַשיצן און אָנערקענען. און ס׳איז מעגלעך אַז טײל פֿון זײ װילן זיך קענען אױסדריקן אױף מאַמע־לשון װעגן אַזעלכע װיכטיקע טעמעס.
אין שײַכות מיט דעם איז אױך כּדאַי אָנצוּװײַזן ווי די איבערזעצערין האָט, בײַנאַנד מיטן ייִדישן טעקסט אַלײן, געענדערט די אילוסטראַציעס און אונטערקעפּלעך, ניצנדיק דאָס טאָג־טעגלעכע לשון פֿון קינדער און דערוואַקסענע, כּדי צו מאַכן עס צוטריטלעך דעם חסידישן לייענער.
איך האַלט אין איבערלײענען דאָס בוך צוזאַמען מיט מײַן 9-יאָריקער טאָכטער. די שפּראַך איז איר נישט צו שװער, די אילוסטראַציעס זײַנען צו דער זאַך און פֿאַרװײַלעריש, און זער מאַטעריאַל באהאַנדלט פֿראַגעס װאָס זי האָט אַלײן װעגן ליבשאַפֿט און מין. און ס׳איז מיר אױך װיכטיק זי זאָל װיסן, אַז אַנדערע ייִדיש־רעדערס, כאָטש נישט אין איר קהילה און נישט פֿון איר שטײגער לעבן, מעגן אױך ליב האָבן װעמען זײ װילן, און ס׳קומט זײ אַ געהעריקער כּבֿוד און דרך־ארץ.
צו באַשטעלן דאָס ביכל, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor