ווידעאָ: ליד באַשרײַבט דאָס אַנטלויפֿן פֿון ריגע בעתן אַרײַנמאַרש פֿון די דײַטשןVIDEO: Song describes escaping from German-occupied Riga
דער מחבר, חיים קאָטליאַר, דערמאָנט מיט הכּרת־הטובֿ די לעטן, וואָס האָבן אויסבאַהאַלטן די ייִדישע פּליטים
אַ ווידעאָ פֿונעם רירנדיקן ייִדישן חורבן־ליד, „ריגע“, איז לעצטנס אַרויסגעלאָזט געוואָרן אויף יו־טוב, ווי אַ טייל פֿון Yiddish Glory — דעם פּראָיעקט אָנגעפֿירט פֿונעם זינגער פּסאָי קאָראָלענקאָ און דער ייִדיש־פֿאָרשערין פּראָפֿ׳ אַנאַ שטערנשיס. דער פּראָדוסער פֿונעם ווידעאָ איז דניאל ראָזענבערג.
דער מחבר פֿונעם ליד, חיים קאָטליאַר, איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין דער שטאָט ריגע אָבער האָט באַוויזן צו אַנטלויפֿן פֿון דאָרט אין 1941, ווען די נאַציס האָבן פֿאַרכאַפּט לעטלאַנד. אינעם ליד ווערט דערמאָנט דער טאָג, ווען דאָס איז געשען: דער 22סטער יוני, ווען נאַצי־דײַטשלאַנד איז אָנגעפֿאַלן אויפֿן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. במשך פֿון געציילטע טעג איז לעטלאַנד אין גאַנצן געפֿאַלן אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע.
בערך דרײַ פֿערטל פֿון די 92,000 ייִדן אין לאַנד איז אומגעקומען בעת דעם חורבן. איבער אַ העלפֿט פֿון די לעטישע ייִדן האָבן געוווינט אין ריגע; נאָר 10 טויזנט האָבן באַוויזן צו אַנטלויפֿן אָדער זענען עוואַקויִרט געוואָרן.
קאָטליאַר דערמאָנט מיט הכּרת־הטובֿ די לעטן, וואָס האָבן אויסבאַהאַלטן די ייִדישע פּליטים, וואָס האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן זייערע היימען און פֿאַרמעגנס, און ווי זיי זענען אײַנגעשטאַנען אויף אַ ווײַל אין אַ שול אינעם קליינעם לעטישן שטעטל אַפּע, וואָס געפֿינט זיך אויף צפֿון־מיזרח פֿון ריגע, בײַ דער עסטישער גרענעץ. דערנאָך איז קאָטליאָר אָנגעקומען מיט אַנדערע ייִדן קיין טשעבאָקסאַרי, די הויפּטשטאָט פֿון טשוּוואַשיע, אַ טייל פֿון רוסלאַנד, וווּ עס וווינען די טשוּוואַשן – אַן אוראַלט פֿאָלק, וואָס רעדט אויף אַן אייגענער שפּראַך, אַ ווײַטן קרובֿ פֿון טאָטעריש און טערקיש. קאָטליאַר דערציילט, אַז די שטאָט האָט זיי פֿרײַנדלעך אויפֿגענומען.
„מיט אַלע שבֿועות סטאַלינען מיר שווערן‟, זאָגט צו דער מחבר פֿונעם ליד. ווי ס׳איז באַקאַנט, האָבן ייִדן דעמאָלט באַטראַכט דעם סאָוועטישן דיקטאַטאָר ווי אַ גרויסן אויסלייזער פֿונעם נאַצי־גיהנום. קאָטליאַר שעלט היטלערן מיט טויט־קללות, ווינטשט אים אָפּגעמעקט צו ווערן ווי עמלק, און באַטאָנט, אַז באַלד וועלן ייִדן קאָנען זיך אומקערן קיין ריגע. ווײַזט אויס, אַז דאָס ליד שטאַמט פֿון דער צײַט, ווען די סאָוועטישע אַרמיי האָט שוין געהאַלטן בײַם געווינען, נאָר היטלער האָט נאָך געלעבט.
צום באַדויערן, ווייסן מיר נישט גענוי, ווען חיים קאָטליאַר האָט געשאַפֿן דאָס ליד. אַנאַ שטערנשיס האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז ווען די סאָוועטישע פֿאָלקלאָר־זאַמלער האָבן פֿאַרשריבן דאָס ליד, איז דער מחבר געווען 62 יאָר אַלט. די פֿאָרשערין באַטאָנט, אַז דער טעקסט איז אומגעוויינטלעך ספּעציפֿיש, וואָס שייך די היסטאָרישע פּרטים. דער מחבר דערציילט אינעם טעקסט פֿון זײַן ליד, אַז דעם 27סטן יוני, 1941, זענען אַלע סאָוועטישע מאַכט־אינסטאַנצן אַוועק פֿון לעטלאַנד. קאָטליאַר אַליין איז דעמאָלט שוין נישט געווען אין ריגע.
שטערנשיס באַמערקט, אַז קאָטליאַר שילדערט די נאַצי־אינוואַציע מיט אַן אינטערעסאַנט פֿראַנצויזיש־שטאַמיק וואָרט „דעטאַנט‟ (détente), וואָס מיינט דווקא אַן אָפּשוואַכונג פֿון אַ קאָנפֿליקט צווישן לענדער. מסתּמא, האָט ער געלייענט אין די צײַטונגען וועגן דעם אָפּמאַך, וואָס דער ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט געשלאָסן מיט דײַטשלאַנד אין 1939, און האָט נישט ריכטיק אויסגענוצט דעם טערמין. דערנאָך באַשרײַבט ער דעם פּינקטלעכן מאַרשרוט פֿון זײַן אַנטלויף, דערמאָנענדיק קאָנקרעטע ערטער און זייערע תּושבֿים.
ווי אַזוי קאָטליאַר האָט געזונגען זײַן ליד, ווייסן מיר נישט. אין דער הײַנטיקער ווערסיע ווערט גענוצט די מעלאָדיע פֿון אַ באַקאַנט רוסיש ליד, וואָס דער סאָוועטישער קאָמפּאָזיטאָר יצחק ליובאַן (1906 – 1975) האָט געשאַפֿן אין 1937. אין די מלחמה־יאָרן האָט מען עס פֿאַרוואַנדלט אין אַן אַנטי־פֿאַשיסטיש ליד. אַ געבוירענער אין טשעריקאָוו, ווײַסרוסלאַנד, איז ער באַקאַנט ווי אַן אָנגעזעענער טוער פֿון דער ווײַסרוסישער פֿאָלקקולטור, הגם ייִדיש איז טאַקע געווען דעם קאָמפּאָזיטאָרס מאַמע־לשון.
די קאַנאַדער טשעליסטקע בעט סילווער האָט אַראַנזשירט די פּראָדוקציע. עס האָבן זיך אויך באַטייליקט: דער קלאַרנעטיסט עריק אַבראַמאָוויטש, די פֿידלערינס עמילי קרוספּע און יאָלאַנדאַ ברונאָ, און די וויאָלע־שפּילערין קעטרין גריי.
הײַנט וווינען אין ריגע אַרום 8 טויזנט ייִדן, און עס שטייט נאָך דאָרט די אַלטע שיינע „פּייטאַוו־שיל‟, אויסגעבויט אין 1905.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO