Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ נײַ בוך דערציילונגען וועגן די ייִדן אין ביראָבידזשאַןA new collection of short stories about the Jews of Birobidzhan

אַלכּסנדר דראַבקינס בוך, „אָך, ייִדן, ייִדן‟, איז אויף רוסיש און ייִדיש.

אין ביראָבידזשאַן איז אַרויס אַ צוויישפּראַכיקע זאַמלונג דערציילונגען פֿונעם אָרטיקן שרײַבער אַלכּסנדר דראַבקין. דעם רוסישן אָריגינאַל האָט איבערגעזעצט דער ייִדישער שרײַבער, דיכטער און איבערזעצער וועלוול טשערנין, וועלכער האָט אויך אָנגעשריבן אַ הקדמה אויף ביידע לשונות. דאָס נײַע בוך הייסט „אָך, ייִדן, ייִדן‟. אַן אינטערנעץ־ווערסיע דערפֿון קאָן מען אַראָפּלאָדן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אָט דאָ. צוליב טעכנישע סיבות איז דאָס בןך נאָך נישט אָנגעקומען אין אינטערנאַציאָנאַלע אינטערנעץ־קראָמען.

טשערנין האָט מסביר געווען דעם פֿאָרווערטס, אַז הײַנט צו טאָג איז דראַבקין דער איינציקער ביראָבידזשאַנער ייִד, וועלכער איז דאָרט געבוירן געוואָרן, וווינט דאָרט נאָך אַלץ און שרײַבט פֿאַקטיש נאָר וועגן ביראָבידזשאַן. „מיט אַלע מעלות און חסרונות‟, באַטאָנט דער איבערזעצער, שאַפֿט דער דאָזיקער מחבר רעאַליסטישע, פּינקטלעכע אימאַזשן פֿונעם ייִדישן לעבן אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט.

דראַבקין האָט שוין אָנגעשריבן אַ צאָל אַנדערע ביכער אויף פֿאַרשיידענע טעמעס. אויך אין זײַנע לירישע לידער פֿיגורירן כּסדר ייִדן און לאַנדשאַפֿטן פֿון דער געגנט.

דער מחבר אַליין פֿאַרשטייט ייִדיש, בפֿרט אינעם סאָוועטישן אויסלייג, אָבער שרײַבן שרײַבט ער אויף רוסיש. זײַנע דערציילונגען זענען געווידמעט ייִדישע טעמעס און האָבן אַ בולטן אָרטיקן קאָלאָריט; דערפֿאַר האָט טשערנין באַשלאָסן, אַז ס׳איז כּדאַי מיט זיי צו באַקענען דעם ייִדיש־שפּראַכיקן עולם אַרום דער וועלט. אַ טייל פֿון די געשיכטעס, וואָס זענען אַרײַן אין דער זאַמלונג, זענען פֿריִער דערשינען אין „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, וווּ דער מחבר האָט געאַרבעט ווי אַ זשורנאַליסט אין די 1980ער און 1990ער יאָרן.

אַ געבוירענער אין 1957, האָט אַלכּסנדר דראַבקין אין זײַנע יונגע יאָרן געאַרבעט ווי אַ טאָקער אויף דער ביראָבידזשאַנער ניי־פֿאַבריק, פֿאַרריכטנדיק די מעכאַנישע אויסשטאַטונג. דערנאָך איז ער געוואָרן אַן אָנגעזעענער יוריסט און במשך פֿון 15 יאָר אָנגעפֿירט מיטן קרימינאַליסטיק־אָפּטייל בײַ דער פּראָקוראַטור פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט.

דראַבקין איז אויך אַ גוטער באַיאַן־שפּילער (אַ באַיאַן איז אַ רוסישער פֿאָלק־וואַריאַנט פֿון אַקאָרדעאָן). אַ דאַנק אַזאַ פֿילפֿאַרביקער קאַריערע איז ער פּערזענלעך, פֿון אינעווייניק, באַקאַנט סײַ מיטן לעבן פֿון די פֿאַבריק־אַרבעטער, סײַ מיטן אַמאָליקן סאָוועטישן מלוכישן אַפּאַראַט, פּאָליציי־אויספֿאָרשונגען פֿון פֿאַרברעכנס, מוזיק און זשורנאַליסטיק.

ווען מע לייענט זײַנע ווערק, שאַפֿט זיך גלײַך אַ קלאָרער אײַנדרוק, אַז דער מחבר האָט נישט פֿאַרבראַכט זײַן לעבן בײַם שרײַבטיש, נאָר האָט געהאַט גאָר אַ פֿאַרשיידנאַרטיקע לעבנס־דערפֿאַרונג. אין איין דערציילונג, וואָס אין טשערנינס איבערזעצונג ווערט באַטיטלט „אָט דאָס לעבן – אַ רוח אין דײַן טאַטן אַרײַן‟, טרינקט איינער אַ ייִד אַ גראָבן דענאַטוראַט און באַגלייט זײַן „לחיים‟ מיט אַ קללה; ער דערציילט, אַז אין זײַן יוגנט איז ער געווען אַ סאָוועטישער פּאַרטיי־טוער און פֿלעגט דעמאָלט אַ סך טרינקען. אַמאָל האָט ער געדאַרפֿט זיך באַווײַזן אויף אַ קאָנפֿערענץ אין לעמבערג, וווּ עס האָבן שוין בעל־הבתּעוועט די נאַציס. דווקא דאָס אָנקומען צו שפּעט און שיכּור האָט אים געראַטעוועט פֿונעם טויט. אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ טיפּישע חורבן־דערציילונגען, קלינגט אַזאַ מעשׂה אומגעוויינטלעך ווילד, אָבער אַבאָסלוט רעאַליסטיש.

די זאַמלונג הייבט זיך אָן מיט דער רירנדיקער דערציילונג „געפֿאַרבטע אייער‟. בײַ די פּראַוואָסלאַוונע קריסטן איז פֿאַראַן דער מינהג צו קאָכן אייער, געפֿאַרבט אין פֿאַרשיידענע קאָלירן, לכּבֿוד דער קריסטלעכער פּאַסכע. איינע אַ ייִדישע פֿרוי האָט אין די שווערע הונגעריקע מלחמה־יאָרן אָנגעהויבן מקבל זײַן אַזאַ מאכל במתּנה פֿון איר ניט־ייִדישער חבֿרטע מיט די גוייִשע ווערטער „קריסטוס איז צוריק פֿון די טויטע‟, כּדי יענע זאָל זיך נישט באַליידיקן. ווידער אַ בפֿירוש אומקאָנווענציאָנעלע מעשׂה, פֿונעם ייִדישן קוקווינקל, און פֿאָרט אַן אינגאַנצן רעאַליסטישע.

אַן אַנדער דערציילונג, מיט ייִדישע פּאָליציאַנטן, דערמאָנט אַ ביסל אין מײַקל שייבאָנס באַקאַנטן ראָמאַן, „דער ייִדישער פּאָליציי־יוניואָן“, אָבער איז באַגרינדעט אויף די אייגענע זכרונות פֿונעם מחבר. אינעם סאָוועטישן ביראָבידזשאַן זענען ייִדישע פּאָליציי־באַאַמטע נישט געווען קיין זעלטנקייט.

אין דער רעדאַקציע פֿונעם בוך האָט אַ גרויסע ראָלע געשפּילט די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ. דאָס בוך ווערט באַגלייט מיט פּרעכטיקע אילוסטראַציעס פֿונעם ביראָבידזשאַנער קינסטלער וולאַדיסלאַוו צאַפּ. אַ געבוירענער אין דער שטאָט אָבלוטשיע לעבן ביראָבידזשאַן, אילוסטרירט ער אָפֿט ביכער און אַנדערע אָרטיקע אויסגאַבעס. ס׳רובֿ זײַנע ווערק זענען געווידמעט ייִדישע טעמעס. אין 2004, צום 70־יאָריקן יוביליי פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, האָט צאַפּ געשאַפֿן אין דער שטאָט די דענקמעלער לכּבֿוד שלום־עליכם (בשותּפֿות מיטן כינעזישן סקולפּטאָר טשוּי אוּיגוּי) און לכּבֿוד די ערשטע ייִדישע איבערוואַנדערער אין דער געגנט.

אין זײַן הקדמה צו דעם בוך באַטאָנט טשערנין, אַז די געשיכטע פֿון דער ביראָבידזשאַנער ליטעראַטור האָט זיך אָנגעהויבן גלײַך פֿונעם גרינדן די שטאָט און האָט צוערשט געהאַט אַ דורכאויס פּאָעטישן טעם. אַפֿילו די אָרטיקע פּראָזאַיִקער האָבן געלויבט דעם ייִדישן אויטאָנאָמיע־פּראָיעקט מיט אַן ענטוזיאַסטיש־דיכטערישן אימפּעט. אין די 1940ער יאָרן, פּונקט פֿאַרקערט, איז אַפֿילו די ביראָבידזשאַנער ייִדישע פּאָעזיע געוואָרן טרוקן־פּראָזאַיִש. דערנאָך האָט זיך געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיקע אָרטיקע רוסיש־שפּראַכיקע ליטעראַרישע טראַדיציע; אירע ערשטע שאַפֿער זענען געווען ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן.

אין פֿאַרגלײַך מיט די אַמאָליקע אידעאָלאָגישע באַזינגער פֿון ביראָבידזשאַן, האָט דראַבקין פּשוט ליב זײַן היימשטאָט, וווּ ער וווינט זינט זײַן סאַמע געבורט. טשערנין האַלט, אַז דער מחבר פֿון דער זאַמלונג איז אַ נאַטירלעכער ממשיך־דרך פֿון דער אָרטיקער ייִדישער ליטעראַטור. דאָס איז אויך אַ סיבה, פֿאַרוואָס ס׳איז געווען וויכטיק, איבערצוזעצן דראַבקינס ווערק אויף דער אָריגינעלער שפּראַך פֿון דער־אָ טראַדיציע.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.