Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי „העווי מעטאַל“ פּאַסט זיך גוט אַרײַן אין דער ייִדישער פֿאָלקס־טראַדיציעHow heavy metal pairs well with Yiddish folk traditions

אַנ־סקיס „דיבוק‟ און פּרצעס „בײַנאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק‟, באַשרײַבן דיבוקים און מתים

די „ייִדיש־ליגע‟ האָט לעצטנס דורכגעפֿירט אַן אינטערנעץ־לעקציע וועגן אַ טשיקאַווע טעמע אויף ייִדיש: מעטאַל־מוזיק. ד״ר לילי קאַן, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿונעם לאָנדאָנער אוניווערסיטעט־קאָלעדזש (UCL), האָט דערציילט וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן דער ייִדישער קולטור און דעם דאָזיקן מוזיקאַלישן זשאַנער. אלי בענעדיקט האָט געגעבן דעם אַרײַנפֿיר.

אָנהייבנדיק פֿון סעפּטעמבער 2022 וועט קאַן אָנפֿירן מיטן אָפּטייל פֿון העברעיִשע און ייִדישע שטודיעס אין דעם קאָלעדזש. איר עיקר־ספּעציאַליטעט איז לשון־קודש אין מיזרח־אייראָפּע. אין 2014 איז אַרויס איר בוך וועגן דער גראַמאַטיק פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע חסידישע מעשׂיות, וואָס זייער שפּראַך איז פֿול מיט קאַלקעס פֿון ייִדיש. אין 2021 האָט זי, בשותּפֿות מיט ד״ר ריסאַ־ליסאַ וואַליאַרווי, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך אויף גאָר אַן אַנדער טעמע: מערבֿ־גרינלענדיש – די שפּראַך פֿון גרינלענדישע און דענישע אינויִטן (עטוואָס אַלטמאָדיש באַקאַנט ווי עסקימאָסן). קאַן איז אויך אַ באַקאַנטע ייִדיש־פֿאָרשערין.

די לעקטאָרין האָט באַטאָנט, אַז די מעטאַל־מוזיק איז באַזונדערס פּאָפּולער אין סקאַנדינאַוויע. גרינלענדיש האָט זי נישט דערמאָנט, נאָר איך ווייס, אַז אין קאַנאַדע און צפֿון־אייראָפּע זענען פֿאַראַן עטלעכע מעטאַל־גרופּעס, וואָס זינגען אויף פֿאַרשיידענע אינויִטישע שפּראַכן. אין דײַטשלאַנד איז די מעטאַל־סבֿיבֿה אויך זייער גרויס. ווי באַלד ייִדיש איז אַ גערמאַנישע שפּראַך, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז אַזאַ זשאַנער וואָלט געקלונגען אויף אונדזער לשון גענוג נאַטירלעך.

דערווײַל ווייסן מיר פֿון צוויי מעטאַל־גרופּעס, וואָס זינגען אויף ייִדיש: די ישׂראלדיקע „געוואָלט‟ און די שוועדישע „דיבוקים‟. „געוואָלט‟ איז אַ חבֿרה רוסישע ייִדן, וואָס קענען נישט קיין ייִדיש, נאָר אידענטיפֿיצירן זיך מיט דער אַשכּנזישער קולטור. זייער סטיל דערמאָנט אין דער וועלט־באַרימטער דײַטשישער גרופּע „ראַמשטײַן‟ (Rammstein). מיר געפֿעלט צום מערסטן זייער ליד „כאָכאָטשעט‟ (וואָס מיינט „שטאַרק געלאַכט‟ אויף רוסיש און אויף ייִדיש). אויף יוטוב ווערט עס באַגלייט מיט אַ פּרעכטיקן ווידעאָ, וואָס שטימט טאַקע מיט ראַמשטײַנס אינדוסטוריעלן מעטאַל.

אין „דיבוקים‟ באַטייליקן זיך ייִדישיסטן, וואָס קענען ייִדיש און זענען פֿאַרבונדן מיטן  „אָלניאַנסקי־פֿאַרלאַג‟. הגם זייערע לידער שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ לײַכטערן מין ראָק־מוזיק אין פֿאַרגלײַך מיט „געוואָלט‟, זענען זיי נעענטער צום טיפּישן סקאַנדינאַווישן פֿאָלק־מעטאַל, וווּ עס שפּילן אַ גרויסע ראָלע מיטאָלאָגישע סוזשעטן: בייזע רוחות, פֿאַרכּישופֿטע חיות־רעות, וכּדומה. דער עצם־נאָמען „דיבוקים‟ איז זייער פּאַסיק פֿאַר אַזאַ זשאַנער. דער יוטוב־ווידעאָ, וווּ די גרופּע זינגט דאָס באַקאַנטע ליד אויף איציק מאַנגערס ווערטער „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟, האָט אַ קלאָרן „גאָטישן‟ טעם.

צי זענען פֿאַראַן נאָך בײַשפּילן פֿונעם ייִדישן מעטאַל? פֿון קינדווײַז אָן בין איך אַ ליבהאָבער פֿון דער מעטאַל־מוזיק. איך קען עטלעכע מוזיקער, וואָס ווילן שפּילן באַקאַנטע ענגלישע מעטאַל־ווערק אין ייִדישע איבערזעצונגען. בײַשפּילן פֿון אַזעלכע איבערגעזעצטע טעקסטן האָב איך שוין, און איך קען נאָך אַ ייִדישיסטקע, וואָס פֿאַרנעמט זיך דערמיט. דערווײַל קען איך נישט מפֿרסם זײַן די פּרטים, נאָר אַן אינטערעס צום ייִדישן מעטאַל איז זיכער דאָ, הגם צוליב פֿינאַנציעלע און אָרגאַניזאַטאָרישע סיבות איז שווער אַזעלכע פּראָיעקטן צו פֿאַרווירקלעכן.

קאַן גלייבט, אַז דער ייִדישער מעטאַל איז אַ פּאָסט־ווערנאַקולאַרער פֿענאָמען – אַ שעפֿערישער פּועל־יוצא פֿון ענטוזיאַסטן, וואָס האָבן ליב ייִדיש, נאָר זענען נישט דערצויגן געוואָרן אין ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות. פֿרעגט זיך אַ קשיא: צי טרעפֿן זיך אויך בײַ ייִדיש־רעדנדיקע חסידים יחידים, וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט אין דעם?

די לעקטאָרין האָט באַמערקט, אַז צווישן די ליבהאָבער פֿון מעטאַל־מוזיק טרעפֿן זיך נישט זעלטן ווײַסע ראַסיסטן, אַנטיסעמיטן און סתּם עקסטרעם־רעכטע; דאָס איז, צום באַדויערן, נישט קיין סוד. ווי געזאָגט, פֿון דעסט וועגן, זענען אויך בנימצא אינויִטישע מעטאַל־גרופּעס, ווי אויך אַמעריקאַנער־אינדיאַנער, אַראַבישע, כינעזישע, יאַפּאַנישע, אַפֿראָ־אַמעריקאַנער – וואָס מע וויל.

אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר זענען דאָ מער ווי גענוג גרייטע מאָטיוון, וואָס קאָנען דינען ווי אַ יסוד פֿון נײַע מעטאַל־קאָמפּאָזיציעס, בפֿרט מיט אַ „גאָטישן‟ טעם: נעמט אַנ־סקיס „דיבוק‟ אָדער אַפֿילו פּרצס „בײַנאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק‟, באַגרינדעט אויף אומצאָליקע פֿאָלק־לעגענדעס מיט דיבוקים און מתים. אַלטע לידער פֿון ייִדישע לינקע וואָלט מען אויך גרינג געקאָנט איבערמאַכן בנוסח דעם אינדוסטריעלן צי פּאָנק־מעטאַל. למשל, די לינקע איטאַליענישע פּאָנק־גרופּע „באַנדאַ באַסאָטי” זינגט מרכדי געבירטיגס „אַרבעטלאָזער־מאַרש‟ (הגם אין דעם פֿאַל איז עס סתּם פּאָנק־מוזיק, נישט פֿונעם מעטאַלענעם סאָרט).

ווי באַקאַנט, שטעלט מיט זיך פֿאָר „העווי־מעטאַל‟ אַ געוויסן טיפּ ראָק־מוזיק, וואָס צעצווײַגט זיך ווײַטער אויף פֿאַרשיידענע זשאַנערס. צווישן פֿאַרשיידענע מינים האַרטן ראָק זענען דאָ אַ סך היסטאָרישע און מוזיקאַלישע פֿאַרבינדונגען.

ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן צו קאַנס לעקציע אַ פּאָר אַנדערע אינטערסאַנטע פֿאַרבינדונגען. ס׳איז שוין פֿאַראַן די אַמעריקאַנער גרופּע „דבֿיקות“, וואָס שפּילט חסידישע ניגונים אינעם סטיל פֿון „דום־מעטאַל‟ (Doom metal), אָבער אָן קיין ווערטער, און די נעאָ־בראַצלעווער גרופּע „משיח אוי‟ זינגט אַ האַרטן פּאָנק־ראָק, נאָענט צום מעטאַל, אויף ענגליש מיט אַ חסידישן תּוכן.

נישט איין מאָל האָב איך געהערט מוזיקאַלישע פֿראַגמענטן, וואָס שטאַמען פֿון נישט־ייִדישער ראָק־מוזיק, אויף חסידישע חתונות: למשל – The Final Countdown פֿון דער שוועדישער גרופּע „אייראָפּע‟. דאָס איז טאַקע לכתּחילה אַ לײַכטלעכער מין מעטאַל, הגם די חסידים שפּילן דעם דאָזיקן ניגון נישט אויף אַ מעטאַלענעם שטייגער. באַקומט זיך, אַז עס זענען שוין פֿאַראַן פֿאַרבינדונגען צווישן חסידישע ייִדיש־רעדער און מעטאַל־מוזיק, נאָר דערווײַל אומדירעקטע – דורך בעל־תּשובֿות און שײַכותדיקע מוזיק־זשאַנערס.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.