איך בין אַ באָבע־לשון (ליד)I am a ‘bubbe-loshn’ (poem)
„דאָ האָב איך זיך געשפּילט און געשפּרונגען װי אין אַזוי פֿיל מײַלער אין פּוילן.“
(געװידמעט מײַן באָבען, אסתּר באַװניק, פֿון דער היים — פֿינקעלשטיין)
איך בין אַ באָבע־לשון.
אין מויל פֿון ליאורהס באָבע אסתּר,
האָב איך זיך געפֿילט אין דער היים.
דאָ האָב איך זיך געשפּילט און געשפּרונגען
װי אין אַזוי פֿיל מײַלער אין פּוילן:
בײַ אסתּרס טאַטן, פּסח.
זײַן מאַמע נחומה.
איר מאַן, חמ’יע.
מאַנעס.
רחל.
ראָזע יענטע…
איך בין אַ באָבע־לשון.
װען איך בין אַרײַן אין מויל פֿון ליאורהס מאַמען, נחמה,
איז דאָ שוין געװען אַן אַנדערער: פּויליש.
“שלום־עליכם!” האָב איך אים באַגריסט.
“Dzień dobry!” האָט ער מיר געענטפֿערט.
נישט געפֿערלעך.
מיר האָבן געלעבט צוזאַמען אין מויל, אין אויערן און אין האַרץ פֿון נחמהן.
איך האָב נישט קיין טענות צו פּויליש.
דער אמת איז, אין דער מלחמה, איז פּויליש געװען אַ גיבור.
פּויליש האָט זי געראַטעװעט.
איך בין אַ באָבע־לשון.
אין מויל פֿון ליאורה, ליאוראַלע, ליאורקה, און אירע קינדער
בין איך נישט אין גאַנצן דאָ.
נאָר אַהין און אַהער — פּופּיק — אוי װיי — װילסט נישט, דאַרף מען נישט — שיינע פּנים — גנבֿ —
איצט בין איך צופֿרידן װײַל כ’קען שפּילן אַ ביסל מער אין ליאורהס מויל…
אָבער װאָס מיט די קינדער?
כ’װיל זיך טרעפֿן מיט די קומעדיקע דורות, די קומעדיקע אייגעלעך.
איך בין אַ באָבע־לשון.
ליאורה טק איז די גרינדערין פֿון דער אָרגאַניזאַציע, „אַ בריק קיין פּוילן,“ און איר מאַמע, באָבע און אַ סך פֿריִערדיקע דורות זענען אַלע געבוירן געוואָרן אין לובלין, פּוילן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO