אַ סתּירותדיקער משיח: אַבֿרהם־מיכאל קאַרדאָזאָAn Inconsistent Messiah: Abraham Miguel Cardozo
קאַרדאָזאָ האָט געפֿירט פֿילאָסאָפֿישע דיסקוסיעס, זיך פֿאַרנעמען מיט מאַגיע און מלאָכים־מגידים… אַ דענקער, אַ טרוימער, אַ זעער.
ס׳איז אַמאָל געווען אַ צײַט, ווען ס׳רובֿ ייִדן אין דער גאַנצער וועלט האָבן געגלייבט, אַז משיח קומט שוין באַלד און זײַן נאָמען איז שבתי צבֿי.
ווי באַקאַנט, איז זײַן מיסיע דורכגעפֿאַלן. דער טערקישער סולטאַן האָט אים געצוווּנגען צו ווערן אַ מוסולמענער. דאָס האָט שטאַרק אונטערגעריסן די משיחישע באַוועגונג, נאָר זי אויך ראַדיקאַליזירט. די, וואָס זענען געבליבן „משיחיסטן‟, האָבן אויסגעאַרבעט גאָר אַ קאָמפּליצירטע, ברייטע און הויך אַנטוויקלטע סיסטעם שיטות, וואָס האָט נישט בלויז פֿאַרטיידיקט דעם פֿאַרפֿאַלענעם משיח, נאָר אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים געפּרוּווט צו באַווײַזן, אַז ער האָט געמוזט דווקא אַזוי טאָן.
צווישן די שבתי־צבֿיניקעס זענען געווען עכט גרויסע מקובלים, רבנים און דענקער – בשום־אופֿן נישט קיין „משוגעים‟, הגם זייער שטורעמדיק לעבן און אמונה האָט זיי צומאָל געבראַכט צו סתּירותדיקע אימפּעטיקע געדאַנקען: למשל, אַז נאָך שבתי צבֿיס טויט מוזן זיי אַליין ווערן די אמתע משיחים. נישט לאַנג צוריק האָט ד״ר מאַרק גאָנדעלמאַן פֿאַרטיידיקט זײַן דאָקטאָראַט וועגן איינעם אַזאַ דענקער: אַבֿרהם־מיכאל קאַרדאָזאָ (1626 – 1706). אַ דערצויגענער ווי אַ קריסט אין אַ ספֿרדישער משפּחה פֿון מאַראַנען, האָט ער באַקומען אַ גלענצנדיקע קריסטלעכע בילדונג, דערנאָך געוואָרן אַ בעל־תּשובֿה און אַ גרויסער תּלמיד־חכם, אַ הייסער חסיד פֿון שתבי צבֿי און אַליין אַ משיחישער טוער.
גאָנדעלמאַן וווינט אין האַמבורג און האָפֿט אַרויסצוגעבן זײַן דיסערטאַציע אין אַ בוך־פֿאָרעם. פּנים־אל־פּנים און אין אינטערנעץ־דיסקוסיעס ענטפֿערט ער מיט פֿאַרגעניגן אויף כּלערליי פֿראַגעס וועגן קאַרדאָזאָס לעבן און געדאַנק.
כ׳האָב זיך אַליין שוין לאַנג אינטערעסירט מיט קאַרדאָזאָס שיטה. ביז הײַנט איז מײַן וויכטיקסטער קוואַל פֿון ידיעות וועגן קאַרדאָזאָ געווען פּראָפֿ׳ דוד האַלפּערינס מאָנאָגראַפֿיע וועגן אים, ווי אויך פֿאַרשיידענע כּתבֿ־ידן, וואָס אַ סך פֿון זיי זענען צוטריטלעך אין אַן עלעקטראָנישער פֿאָרעם אויף די וועבזײַטן פֿון גרויסע ביבליאָטעקן און במילא פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
ווי אַן אַנטאָלאָגיע פֿון קאַרדאָזאָס געזאַמלטע ווערק, איבערגעזעצט אויף ענגליש, בלײַבט האַלפּערינס בוך אַ יחיד־במינו. דער ביאָגראַפֿישער מאַטעריאַל בײַ האַלפּערינען איז אויך אַ רײַכער און באַלערנדיקער. ווי גאָנדעלמאַן האָט דערקלערט דעם פֿאָרווערטס, האָט זײַן דיסערטאַציע אַן אַנדער ציל: צו שילדערן קאַרדאָזאָ ווי גאָר אַן אָריגינעלן פֿילאָסאָף און טעאָלאָג פֿאַר זיך, נישט ווי סתּם אַ פּראָדוקט פֿון זײַן קאָמפּליצירטער תּקופֿה, ווען אַ סך ייִדן פֿון געשמדטע משפּחות האָבן באַשלאָסן, אַז צו ווערן אַ בעל־תּשובֿה מיינט צו גלייבן, אַז דער אמתער משיח איז שבתי צבֿי.
אין 2012 האָב איך דערציילט אינעם פֿאָרווערטס וועגן דעם גאָר אינטערעסאַנטן ספֿר „כּור מצרף האמונות ומראה האמת‟. אָפּגעדרוקט אין מעץ, פֿראַנקרײַך, אינעם יאָר 1847, קלינגט עס ווי אַ טיפּישער וויכּוח צווישן אַ רבֿ און קריסטלעכן מיסיאָנער. דער מחבר, הרבֿ יצחק לאָפּעס, וואַרפֿט זיך אָבער פּונקט אַזוי שאַרף אַרויף אויף טיפּישע ייִדן פֿון זײַן תּקופֿה, וואָס גלייבן אינעם אַבסטראַקטן גאָט פֿון פֿילאָסאָפֿן, אַנשטאָט דעם לעבעדיקן „ייִדישן גאָט‟, וואָס קלינגט ענלעך אויף דעם קריסטלעכן „גאָט דעם זון‟ – נישט מיינענדיק אַ פֿאַרגעטלעכטן מענטש, נאָר אַ מין צווייטע געטלעכע פּערזענלעכקייט אינעם אייבערשטן אַליין.
דער ספֿר ווערט באַגלייט מיט אַ גרויסן פֿראַגמענט פֿון אַבֿרהם־מיכאל קאַרדאָזאָס ספֿר „בוקר אַבֿרהם‟. הרבֿ ד״ר מלך שאַפּיראָ, אַ הײַנטצײַטיקער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער היסטאָריקער, ברענגט דעם דאָזיקן פֿאַל ווי אַ גלענצנדיקן בײַשפּיל, אַז נישט אַלעמאָל האָבן פֿרומע ייִדן געגלייבט באמונה־שלמה אין אַלע 13 עיקרי־אמונה פֿונעם רמב״ם. עס קאָן זײַן, אַז הרבֿ לאָפּעס איז אַליין געווען אַ באַהאַלטענער שבתי־צבֿיניק, נאָר די פֿראַנצויזישע ייִדן האָבן אים געהאַלטן פֿאַר אַ כּשרן רבֿ.
קאַרדאָזאָ האָט איבערגעלאָזט אַ ריזיקע ליטעראַרישער ירושה, וואָס נייטיקט זיך אין אַ סך פֿאָרשונג. ד״ר גאָנדעלמאַן האָט אויסגעקלאַפּט אויפֿן קאָמפּיוטער אַ ריי וויכטיקע כּתבֿ־ידן, נאָר מע מוז זיי נאָך קאָרעגירן און פֿאַרגלײַכן מיט אַנדערע אָפּגעהיטע קאָפּיעס. דער פֿאָרשער האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז דורך שטודיעס פֿון אייראָפּעיִשער און ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע האָט ער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט קבלה. אַ מקובל דערציילט איבער אַלגעמיינע פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען אויף אַן אייגענעם פּאָעטישן שטייגער. קאַרדאָזאָ איז געווען בכּוח צו פֿירן ניכטערע פֿילאָסאָפֿישע דיסקוסיעס, פֿאַרנעמען זיך מיט מאַגיע, שמועסן מיט מלאָכים־מגידים… אַ דענקער, אַ טרוימער, אַ זעער.
זײַן גאַנץ לעבן האָט ער געגלייבט, אַז אי ס׳רובֿ קריסטן, אי ס׳רובֿ ייִדן מאַכן קאַטאַסטראָפֿיש גרויסע טעאָלאָגישע טעותים, צוליב וועלכע די גאולה איז נאָך נישט געקומען. די קבלה־סודות פֿון ספֿירות און פּרצופֿים – פֿאַרשיידענע פּערזענלעכע אַספּעקטן פֿונעם אייבערשטן – פּרוּווט ער אָפּצוטײַטשן אויף נײַע, אַלץ העכערע און איידעלערע אופֿנים, כּדי גובֿר צו זײַן סײַ דעם קריסטלעכן „געטלעכן דרײַעק פֿון פּערזענלעכקייטן‟, סײַ אַנדערע שיטות און קבלה. אַזוי צי אַזוי, וואַקסט פֿון גאָנדעלמאַנס פֿאָרשונג און שילדערונג אַרויס אַ לעבעדיקער אימאַזש פֿון אַ ייִד, וואָס האָט ממש געברענט מיט געטלעכע וויזיעס און משיחישע חלומות.
מאַרק גאָנדעלמאַן האָט אויך דערציילט וועגן אַן אומגעוויינטלעכן פּראָיעקט: צו שאַפֿן אַ מין „קאָנטער־ווערטערבוך‟ פֿון סתּירותדיקע באַגריפֿן, כּדי די לייענער פֿון אַזעלכע פֿילזײַטיקע דענקער, ווי קאַרדאָזאָ, זאָלן בעסער פֿאַרשטיין זייערע געדאַנקען. בליציקע, פּאָעטישע מחשבֿות און מעשׂיות, אויב אַפֿילו זיי שטאַמען פֿון אַ היפּוכדיקן מישמאַש, באַרײַכערן אונדזער לעבן נישט ווייניקער – און אָפֿט מער – ווי קלאָרע וועגן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor