Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קעלטישע שפּורן אין דער אַשכּנזישער קולטורCeltic traces in Ashkenazi culture

ייִדיש־קעלטישע פֿאַרבינדונגען זענען אַ סך עלטער, ווי דזשיימס דזשויסעס ראָמאַן, „אוליס“.

הײַיאָר מערקט מען אָפּ דעם 100־יאָריקן יוביליי פֿונעם באַרימטן ראָמאַן „אוליס‟ (Ulysses), וואָס דער אירלענדישער קלאַסיקער דזשיימס דזשויס האָט אַרויסגעגעבן אין 1922.

לעאָפּאָלד בלום, דער הויפּטהעלד פֿונעם ראָמאַן, איז אַ דובלינער ייִד – אַ האַלבער ייִד, פּינקטלעכער צו זאָגן, אַ זון פֿון אַ ייִדישן טאַטן און אַן אירלענדישער מאַמען. דזשויסעס ווערק איז געפּאַקט מיט פֿאַרשיידענע רמזים, וואָס ווײַזן אָן אויף טיפֿע פּאַראַלעלן צווישן דער אירלענדישער און ייִדישער קולטור. די ערשטע ייִדיש־קעלטישע פֿאַרבינדונגען שטאַמען אָבער נישט פֿון אירלאַנד, נאָר פֿון דער אוראַלטער גאַליע.

די קעלטן זענען אַ גרופּע פֿעלקער, וואָס האָבן מיר מער ווי 1,500 יאָר צוריק באַזעצט אַ היפּשן חלק פֿון אייראָפּע. צו ביסלעך האָבן זיי זיך אַסימילירט, אָבער איבערגעלאָזט אַ גרויסע השפּעה אין פֿראַנקרײַך (וואָס איז אַליין אַמאָל געווען אַ קעלטיש לאַנד – גאַליע), איטאַליע, שפּאַניע, געוויסע ראַיאָנען פֿון צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע. כאָטש עס זענען הײַנט פֿאַרבליבן עכטע, נישט אַסימילירטע קעלטישע שפּראַכן און קולטורן אין אירלאַנד, שאָטלאַנד, וויילס און ברעטאַניע, ווערט די קעלטישע קולטור צום מערסטן אַסאָציִיִרט מיט די אירלענדער.

לויט אַ צאָל גענעטישע שטודיעס, שטאַמען די הײַנטיקע אַשכּנזים אָפּ אין אַ ממשותדיקער מאָס פֿון דער דרום־אייראָפּעיִשער באַפֿעלקערונג. אין 2010 האָט אַ גרופּע אַמעריקאַנער גענעטיקער אויפֿגעוויזן, אַז צום מערסטן איז דער אייראָפּעיִשער חלק פֿונעם אַשכּנזישן גענאָם נאָענט צו פֿראַנצויזן און צפֿון־איטאַליענער, וואָס שטאַמען פֿון די גאַלן – די קעלטישע שבֿטים, וואָס זענען ביסלעכווײַז אַסימילירט געוואָרן אין דער רוימישער אימפּעריע. אַן אַנדער שטודיע, פֿון 2017, ווײַזט ווידער אָן אויפֿן זעלבן דרום־אייראָפּעיִשן ראַיאָן.

פֿאַרשיידענע היסטאָרישע דאָקומענטן ווײַזן, אַז ביזן 4טן יאָרהונדערט, ווען דער רוימישער אימפּעראַטאָר קאָנסטאַנטין איז געוואָרן אַ קריסט און פֿאַרבאָטן ייִדן צו פֿאַרשפּרייטן זייער רעליגיע צווישן דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג, האָט די ייִדישע אמונה צוגעצויגן אַ סך אָנהענגער אין גאַליע. אין יענער תּקופֿה האָבן ייִדן זיך אָפֿט געפֿירט ווי מיסיאָנערן און כּסדר מגייר געווען דעם אָרטיקן עולם. אויפֿן סמך פֿון ייִדישע דאָקומענטן, האָט ד״ר נאָרמאַן גאָלב אויפֿגעוויזן, אַז אין דער מיטל־עלטער זענען גרים אויך נישט געווען קיין זעלטנקייט אין דרום־אייראָפּע, הגם דעמאָלט האָט עס געדראָט מיט טויטשטראָף מצד דער קריסטלעכער מאַכט.

ווי באַקאַנט, שטאַמען אַ ריי ייִדישע ווערטער און נעמען פֿון אַלט־פֿראַנצויזיש אָדער אַלט־איטאַליעניש, ווי למשל: בענטשן, טשאָלנט און דער נאָמען זלמן. אינעם אויפֿקום פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום אין דײַטשלאַנד האָבן אַ שליסל־ראָלע געשפּילט פֿריִיִקע ייִדישע קהילות פֿון פֿראַנקרײַך. לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז אַ ממשותדיקע צאָל יענע ייִדן האָבן געשטאַמט פֿון גאַלישע גרים און האָבן אָפּגעהיט געוויסע קעלטישע פֿאָלק־טראַדיציעס. אַנדערע גרויסע צענטערס פֿונעם אַלטן אַשכּנז – למשל, רעגנסבורג – זענען אויך היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט אוראַלטע קעלטן. דער עצם־נאָמען בײַערן שטאַמט פֿונעם קעלטישן שבֿט בויִ.

בקיצור, די אַשכּנזישע ייִדן זענען פֿון אָנהייב אָן געווען אין קאָנטאַקט מיט קעלטן און קעלטיש־שטאַמיקע פֿעלקער, און האָבן זיך אין אַ געוויסער מאָס אויסגעמישט מיט די אַמאָליקע גאַלישע גרים. עס קאָן אַפֿילו זײַן – הגם דאָס איז בלויז מײַן אייגענע האַלב־שפּאַסיקע פּערזענלעכע השערה – אַז דער אומגעוויינטלעך הויכער פּראָצענט רויט־האָריקע מענטשן דווקא צווישן די אירלענדער און אַשכּנזישע ייִדן איז נישט קיין צופֿאַל.

אין דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור שפּילן אַ פּראָמינענטע ראָלע בפֿירוש קעלטישע מאָטיוון: די מעשׂיות וועגן דעם קיניג אַרטור און זײַנע ריטער, לעגענדעס וועגן נסיעות איבער געהיימע צפֿונדיקע לענדער און אינדזלען, וועגן דער באַהאַלטענער שטאָט לוז, וווּ די תּושבֿים לעבן אייביק. וווּנדערלעך קעלטיש קלינגט די אַלט־ייִדישע מעשׂה וועגן בריעה און זימרה, וווּ אַ מיידל שטאַרבט פֿון איר ליבע צו אַ בחור, וואָס נאָך איר טויט רײַט צו איר אויף אַ מיסטיש פֿערד גלײַך אינעם גן־עדן אַרײַן.

אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער קונסט – אויף מצבֿות, אין פּאַפּירענע אויסשניטן און אילוסטראַציעס פֿון האַנט־געשריבענע ספֿרים – פֿיגורירן כּסדר קאָמפּליצירט פֿאַרפֿלאָכטענע ענדלאָזיקע קנופּן, וואָס זעען אויס ממש ווי די קעלטישע אָרנאַמענטן. אַ סך וווּנדער־שיינע מוסטערן פֿון אַזאַ קונסט ווערן געבראַכט אין יוסף און יהודית שאַדורס בוך Traditional Jewish Papercuts.

אַן אַנדער אָפֿטער עלעמענט, וואָס באַווײַזט זיך אין די געמעלן פֿון אַלטע הילצערנע שילן, איז דער מאָטיוו פֿון דרײַ צונויפֿגעפֿלאָכטענע העזעלעך אָדער פֿישעלעך. דאָס איז אַ טיפּישער קעלטיש־שטאַמיקער אָרנאַמענט, וואָס טרעפֿט זיך דווקא בײַ פֿעלקער, וואָס שטאַמען טיילווײַז פֿון די קעלטן אָדער זענען מיט זיי געווען אין אַ פֿעסטן קולטורעלן קאָנטאַקט.

דאָס, וואָס בײַ די אַשכּנזישע ייִדן געפֿינען זיך אַזעלכע נעמען ווי בער, הירש און וואָלף, קאָן אויך זײַן אַ דירעקטע צי אומדירעקטע קעלטישע השפּעה. דער נאָמען אַרטור איז טײַטש אַ בער, און דער אירלענדישער מיטאָלאָגישער העלד אָשין (Oisín) הייסט אַ הירשל. וועלפֿישע נעמען טרעפֿן זיך סײַ בײַ די קעלטישע, סײַ בײַ די גערמאַנישע פֿעלקער.

ווען איך לייען ייִדישע און אירלענדישע פֿאָלקס־מעשׂיות, שאַפֿט זיך בײַ מיר תּמיד אַ מאָדנע געפֿיל, אַז זיי שטאַמען פֿונעם זעלביקן אורקוואַל. דאָס שפּיגלט זיך אויך אָפּ אין דער מאָדערנער ליטעראַטור. ברײַען אָ’נאָמאַנס קלאַסישער ראָמאַן „דאָס אָרעמע מויל‟ (An Béal Bocht), וווּ עס ווערט מיט אַ וואַרעמער איראָניע אויסגעלאַכט דאָס נעבעכדיקע לעבן אין אַן אָרעם אירלענדיש דערפֿל, קלינגט אויסערגעוויינטלעך ענלעך אויף די ווערק פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים.

אַוודאי, טאָר מען נישט איבערטרײַבן די דאָזיקע פֿאַרבינדונגען. די קעלטישע שבֿטים האָבן אַמאָל באַזעצט אַ גרויסן טייל פֿון אייראָפּע, ביזן מערבֿדיקן טייל פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע, און האָבן משפּיע געווען אויף אַ סך פֿעלקער. פֿון דעסט וועגן, קאָן די קעלטיש־ייִדישע טעמע זײַן אַ קוואַל פֿון וויכטיקע אַנטדעקונגען און ליטעראַרישע חידושים.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.