Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די אוקראַיִניש־ייִדישע משפּחה העלפֿט אויפֿהאַלטן כּלי־זמר־מוזיק אין ישׂראלThis Ukrainian Jewish family is helping keep klezmer music alive in Israel

בײַם הײַיאָריקן כּלי־זמר־פֿעסטיוואַל אין צפֿת איז די קייטלין־קאַפּעליע געווען די איינציקע וואָס האָט געשפּילט לידער אויפֿן ייִדישן מיזרח־אייראָפּעיִשן שטייגער.

מיט נײַן יאָר צוריק האָט איציק גאָטעסמאַן געשריבן וועגן דער צעבליִונג פֿון דער ייִדישער מוזיק אויף ישׂראלדיקע מוזיק־פֿעסטיוואַלן. אין די לעצטע עטלעכע יאָר שפּילט מען אָבער ווייניק טראַדיציאָנעלע מיזרח־אייראָפּעיִשע מוזיק אין דער ייִדישער מדינה, אַפֿילו אויף יענע אונטערנעמונגען וואָס רופֿן זיך כּלי־זמר־פֿעסטיוואַלן.

אַ צאָל מענטשן וואָס זענען דעם זומער געפֿאָרן אויפֿן כּלי־זמר־פֿעסטיוואַל אין צפֿת, למשל, האָבן באַמערקט אַז ס׳איז דאָרט געווען שווער צו געפֿינען אַן עכטן אַשכּנזישן ניגון אָדער ייִדיש ליד, אין פֿאַרגלײַך מיט פֿריִערדיקע יאָרן. ס’רובֿ מוזיקער האָבן געשפּילט די אַזוי גערופֿענע „נשמה־מוזיק“ (רעליגיעזע העברעיִשע פּאָפּ־לידער), אָן די טראַדיציאָנעלע כּלי־זמר־אינסטרומענטן פֿידל, באַס, קלאַרנעט, אַקאָדריאָן, טרומייט און צימבל.

דער אינטערנאַציאָנעלער כּלי־זמר־פֿעסטיוואַל אין צפֿת איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1988 דורך משה (מוסא) בערלין — אַ מײַסטער־קלאַרנעטיסט, וואָס גלייבט שטאַרק אַז מע דאַרף ממשיך זײַן די כּלי־זמר טראַדיציע אין מדינת־ישׂראל. במשך פֿון די יאָרן האָט דער פֿעסטיוואַל זיך טאַקע קונה־שם געווען ווי אַ רײַכע קולטורעלע אונטערנעמונג. אין די לעצטע עטלעכע יאָר האָט דער פֿעסטיוואַל אָבער צוגעצויגן אַ קליינעם עולם, צום גרויסן טייל — צוליב דעם קאָראָנאַ־ווירוס.

איין קאַפּעליע אויפֿן הײַיאָריקן צפֿתער פֿעסטיוואַל וואָס האָט אָבער יאָ געהאַלטן אַ קאָנצערט פֿון טראַדיציאָנעלער כּלי־זמר־מוזיק איז געווען די „קייטלין־קאַפּעליע“ — אַן אייגנאַרטיקע גרופּע טאַלאַנטירטע מוזיקער וואָס געהערן אַלע צו איין משפּחה. די משפּחה קייטלין שטאַמט אָפּ פֿון אוקראַיִנע, פֿון וואַנען דער טאַטע, קאָנסטאַנטין, אַ געניטער קלאַרנעטיסט, האָט עולה געווען אין 1998. די מאַמע, אָלגאַ, שפּילט אויף פֿלייט; דער טאַטע און דער זון לייב, וועלכער איז איצט אַלט 14 יאָר, שפּילן אויף קלאַרנעט און באַס־קלאַרנעט; דער 15־יאָריקער זון מאַקסים איז אַ פֿידלער און די 13־יאָריקע טאָכטער ליזע איז אַ סאַקסאָפֿאָן־שפּילערין.

די משפּחה קייטלין האָט אַזוי הנאה פֿון שפּילן צוזאַמען אַז זיי טוען עס אַפֿילו אויף זייערע וואַקאַציעס, ווי מע קען זען אין דעם ווידעאָ:

דאָס איז געווען צום פֿינפֿטן מאָל וואָס קאָנסטאַנטין, אָלגע און דרײַ פֿון זייערע פֿינף קינדער זענען געפֿאָרן קיין צפֿת כּדי צו שפּילן אויפֿן פֿעסטיוואַל. קייטלין, אַ געבוירענער אין דניעפּראָפּעטראָווסק, איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אַ מוזיקאַלישער משפּחה פֿון ייִדיש־רעדער. זײַן באָבע פֿרידע פֿלעגט אים זינגען קלאַסישע ייִדישע לידער ווי „לאָמיר אַלע אין איינעם“ און „וווּ נעמט מען אַ ביסעלע מזל?“. זײַן טאַטע האָט געזונגען אינעם כאָר פֿונעם דניעפּראָפּעטראָווסקער אָפּערע־טעאַטער.

דאָרט, הינטער די קוליסן, האָט קייטלין געמאַכט זײַנע ערשטע טריט אויף דער בינע. שוין אין עלטער פֿון פֿינף יאָר האָט ער אָנטייל גענומען אינעם גרויסן אָפּערע־ספּעקטאַקל „באָריס גאָדונאָוו“. אַ יאָר שפּעטער, איז ער אָבער קראַנק געוואָרן מיט כראָנישן בראָנכיט און די דאָקטוירים האָבן אים געעצהט אָנהייבן שפּילן אויף בלאָז־אינסטרומענטן. דורכן אָפּערע־טעאַטער איז דאָס ייִנגעלע שטאַרק פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿונעם קלאַרנעט. די עלטערן האָבן אים פֿאַרשריבן אויפֿן קלאַס פֿון אַרקאַדי גורפֿינקל, איינער פֿון די בעסטע מוזיקאַלישע פּעדאַגאָגן אין אוקראַיִנע.

קייטלין האָט ממשיך געווען זײַן מוזיקאַלישע דערציִונג אין דער דאָנעצקער קאָנסערוואַטאָריע אין אוקראַיִנע און שוין אינעם ערשטן לערן־יאָר געוואָרן אַ לאַורעאַט פֿונעם בכּבֿודיקן מוזיקאַלישן איטערנאַציאָנעלן קאָנקורס.

נאָכן עולה זײַן האָט קייטלין זיך באַקענט מיט זײַן ווײַב אָלגע אויף דער בינע פֿון דער ירושלימער אַקאַדעמיע פֿאַר מוזיק. זיי האָבן זיך באַזעצט אין ירושלים און געהאַט פֿינף קינדער. דרײַ פֿון די קינדער זײַנען שוין אַליין געניטע כּלי־זמרים.

קייטלין האָט אויך געאַרבעט מיט מיכאיִל ריסקין און אַפֿילו געשפּילט אויפֿן יוביליי־קאָנצערט לכּבֿוד דעם 85סטן געבוירן־טאָג פֿון דער באַרימטער ייִדישער זינגערין נחמה ליפֿשיץ, אין 2012.

דערצו האָבן טאַטע־מאַמע און לייב געשאַפֿן אַ פֿידלער־טריאָ וואָס שטעלט פֿאָר קאָנצערטן מיטן טראָפּ אויפֿן פֿידל. די משפּחה־קאַפּעליע באַטייליקט זיך אין פֿעסטיוואַלן אין עסטרײַך, דײַטשלאַנד, נאָרוועגיע און בעלאַרוס, און ווערט אויך אָנגעשטעלט צו שפּילן אויף אָפֿיציעלע אונטערנעמונגען ווי, למשל, אויף אַ קאָנצערט אָרגאַניזירט דורך דער ירושלימער מוניציפּאַליטעט לכּבֿוד דעם „משפּחה־טאָג“.

אויף דער פֿראַגע, וואָס פֿאַר אַ ראָלע שפּילט הײַנט די ייִדישע אַשכּנזישע קולטור אין זײַן אַרבעט האָט קייטלין געזאָגט: „מיר זײַנען ייִדישע אַרטיסטן אָבער אונדזער רעפּערטואַר איז פֿילפֿאַרביק. מיר שפּילן סײַ אין כּלי־זמרישן סײַ אין קלאַסישן סטיל. דער אונטערשייד צווישן ייִדישער און אַנדערער מוזיק ליגט אין דעם אַז די ייִדישע מוזיק באַזירט זיך אויף דער ייִדישער רעליגיעזער טראַדיציע. כאָטש אונדזער רעפּערטואַר נעמט אַרײַן ייִדישע טראַדיציאָנעלע ניגונים, שטאַמען מײַנע אַראַנזשירונגען און מעלאָדיעס פֿונעם ייִדישן טעאַטער, קלאַסישער מוזיק, וואַלסן, רעטראָ־מוזיק און אַפֿילו די לידער פֿון לעאָניד אוטיאָסאָוו.

„ס׳איז אונדז שטאַרק וויכטיק אָפּצוהיטן די מיזרח־אייראָפּעישע ייִדישע קולטור אין מיטעלן מיזרח,“ האָט קייטלין צוגעגעבן. „טאַקע דערפֿאַר איז דאָס דער עיקר פֿון אונדזער רעפּערטואַר, און דערפֿאַר מוטיקן מיר אונדזערע קינדער דאָס צו שפּילן.“

כאָטש אַנדערע מוזיקער אין ישׂראל שפּילן הײַנט ווייניק ייִדישע אָדער כּלי־זמר־מוזיק, פֿילן זיי פֿאָרט אַן עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג מיט די אוקראַיִנער, זינט דעם אָנהייב פֿון דער רוסישער אינוואַזיע. זינט מאַרץ 2022 האָט מען אין ישׂראל  שוין דורכגעפֿירט אַ צאָל אונטערנעמונגען צו זאַמלען געלט לטובֿת די אוקראַיִנער בירגער און סאָלדאַטן. די לעצטע וואָך, למשל, איז אין ראשון־לציון פֿאָרגעקומען אַ בענעפֿיט־קאָנצערט פֿון באַראָק־מוזיק, און דעם 8טן סעפּטעמבער וועט מען פֿאָרשטעלן דעם זעלבן קאָנצערט אין תּל־אָבֿיבֿ, כּדי ווײַטער צו זאַמלען געלט לטובֿת אוקראַיִנע.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.