אַ נײַ, שיין־אילוסטרירט בוך וועגן „דעם לאַנד ביראָבידזשאַן“A new, well-illustrated book about the ‘Land of Birobidzhan’
דאָס בוך, וואָס איז אויף רוסיש, נעמט אַרײַן איבערגעזעצטע ווערק פֿון דוד בערגעלסאָן, יוסף קערלער און סאַלוואַדאָר באָרזשעס.
אין ביראָבידזשאַן איז אַרויס אַ שיין אילוסטרירט בוך אויף רוסיש, „אַ מעשׂה וועגן דעם לאַנד ביראָבידזשאַן‟ . על־פּי־רובֿ באַשטייט עס פֿון ווערק וואָס מע האָט איבערגעזעצט פֿון ייִדיש. אויף דער אינטערנעץ קאָן מע עס לייענען פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אָט דאָ, אָבער נישט מיט די אילוסטראַציעס.
די סאַמע ערשטע דערציילונג, „טיכאָנקאַיאַ – ביראָפֿעלד‟ פֿון מאיר אַלבערטאָן, האָט וויקטאָריאַ דעמיכאָוואַ איבערגעזעצט פֿון אוקראַיִניש. הגם אַלבערטאָן האָט געשטאַמט טאַקע פֿונעם אוקראַיִנישן שטעטל בערשאַד, האָט ער זײַנע נאָטיצן געשריבן אויף ייִדיש אָבער אין בוכפֿאָרעם זענען זיי צוערשט דערשינען אין 1930 דווקא אויף אוקראַיִניש.
דאָס איז נישט קיין חידוש. די געשיכטע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט איז פֿעסט פֿאַרבונדן מיט די אַמאָליקע ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס – שפּעטער קאָלווירטן – אין מיזרח־אוקראַיִנע. די סאָפּקע טיכאָנקאַיאַ, וואָס צוליב איר נאָמען האָט מען אינעם יאָר 1915 אָנגערופֿן אַ באַן־סטאַנציע, און אַרום איר איז שפּעטער אויפֿגעוואַקסן ביראָבידזשאַן, איז איינער פֿון די באַקאַנטסטע סימבאָלן פֿון דער שטאָט. סאָפּקעס, ווי מע רופֿט דאָרט אָן בערג מיט אַ כאַראַקטעריסטישן אויסזען, פֿאַרנעמען בכלל זייער אַ פּראָמינענט אָרט אין דער אָרטיקער לאַנדשאַפֿט.
פֿון דער סאַמע ערשטער דערציילונג אָן באַקענט זיך שוין דער לייענער מיט אַ ריי וויכטיקע שטריכן פֿונעם „לאַנד ביראָבידזשאַן‟: אַחוץ רוסן, אוקראַיִנער און ייִדן וווינען דאָרט אַ סך קאָרעער; די טײַכן זענען רײַך מיט פֿיש, די טײַגע – מיט חיות. ממש פֿון די ערשטע זײַטלעך פֿאַלט שוין דער לייענער אַרײַן אינעם שווערן, אָבער פֿליילעכן לעבן פֿון די ערשטע ייִדישע איבערוואַנדערער.
אַ סך דערציילונגען אינעם בוך האָט איבערגעזעצט וועלוול טשערנין; די אַנדערע – יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, וואַלערי פֿאָמענקאָ, ראָמאַן שוחט, ישׂראל נעקראַסאָוו און זיסי ווייצמאַן. אַ גאַנצע ריי מעשיות זענען איבערזעצונגען פֿון די מחברים אַליין.
וואָס איז מיר פּערזענלעך געפֿעלן אינעם בוך איז, וואָס ס׳איז געמאַכט מיט עפּעס אַ באַזונדערער ליבשאַפֿט און חן, באַגלייט מיט פּרעכטיקע אילוסטראַציעס און זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס. עס שטראַלט ממש מיט דער אוניקאַלער ביראָבידזשאַנער אַוראַ. פֿאַר דעם איז באַזונדערס וויכטיק צו באַדאַנקען יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, וואָס האָט אַרײַנגעלייגט אַ סך כּוחות אינעם בוך. די געקליבענע מאַטעריאַלן זענען אַרומנעמיק, אָבער נישט איבערחזריש און נודנע, ווי עס טרעפֿט זיך צומאָל מיט אַזעלכע „עפּאָפּעע־ביכער‟. די 380 זײַטן גיבן דעם לייענער אַ פֿאַרכאַפּנדיקן אַרײַנפֿיר צו דער געשיכטע און קולטור פֿונעם „לאַנד ביראָבידזשאַן‟.
צווישן די מחברים, וואָס זענען אַרײַן אין דער אַנטאָלאָגיע: דוד בערגעלסאָן, טבֿיה גען, יוסף קערלער, ישׂראל עמיאָט, בער קאָלטערמאַן, סאַלוואַדאָר באָרזשעס. גרויסע שרײַבער, יעדער מיט אַן אוניקאַלן גורל – ווער מיט אַ גליקלעכן, ווער מיט אַ טרויעריקן.
איינער פֿון די ווייניקער באַקאַנטע מחברים אין דער זאַמלונג איז סאַלוואַדאָר באָרזשעס (בצלאל עלעוויטש), אַ געבוירענער אין יאָר 1900 אינעם אוקראַיִנישן דערפֿל ראָזשישטשע, וואָס איז יונגערהייט געוואָרן אַ רעוואָלוציאָנער. אין די 1920ער איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין בראַזיל און אָנגעהויבן זיך דרוקן אין די אָרטיקע ייִדישע אויסגאַבעס. אין 1930 האָט ער זיך אומגעקערט אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און זינט 1935 געוווינט אין ביראָבידזשאַן. געאַרבעט האָט ער אין „ביראָבידזשאַנער שטערן”, אָבער געשריבן אויך אויף אוקראַיִניש.
אינעם פֿינצטערן יאָר 1937 איז באָרזשעס אַרעסטירט געוואָרן, אָפּגעזעסן אַ פּאָר יאָר אין אַ לאַגער, דערנאָך ווײַטער געאַרבעט אין די ייִדישע צײַטונגען און אויף דער ביראָבידזשאַנער ייִדישער ראַדיאָ. נאָך סטאַלינס תּקופֿה האָט ער שטיל געלעבט אין דער הויפּטשטאָט פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמיע געגנט. אין פֿאַרגלײַך מיט דוד בערגעלסאָן, קאָן מען זאָגן, אַז ער האָט אָפּגעלעבט אַ גליקלעך לעבן.
באָרזשעסעס דערציילונג „חוהלע‟, וואָס איז אַרײַן אין דער אַנטאָלאָגיע, איז אַ שווערע און רירנדיקע. אַ פֿרוי, וואָס אַרבעט אין אַ קינדערגאָרטן, קאָן נישט האָבן אייגענע קינדער; איין טאָכטערל, וואָס זי האָט פֿריִער געהאַט, איז נעבעך געשטאָרבן. גיט זיך איר מאַן אַ עצה און קריגט אַ יתומהלע, וואָס די דײַטשן האָבן אומגעבראַכט איר אייגענע מאַמע.
בקיצור, דאָס בוך איז נישט האַמעטנע, נישט צו ביטער, און קיינמאָל נישט נודנע. יישר־כּוח!
אַחרון אַחרון חבֿיבֿ: איז דער עצם נאָמען פֿון דער זאַמלונג גוזמאדיק? איך מיין, אַז נישט. גיט אַ טראַכט: די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט איז נאָר אויף אַ דריטל קלענער ווי מדינת־ישׂראל. דאָס איז טאַקע אַ גאַנץ לאַנד, וואָס האָט כּשר פֿאַרבינדט אַ בוך מיט אַזאַ נאָמען!
צו קויפֿן דאָס בוך דאַרף מען זיך ווענדן צו דער רעדאַקציע פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ דורכן שיקן אַ בליצבריוו צו [email protected].
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor