ייִדישע פּאָעטעסעס ווי אושפּיזות — סימבאָלישע געסט אין דער סוכּהInviting Yiddish women poets as Ushpizin – symbolic guests – in our sukkah
אין געוויסע קרײַזן, אַפֿילו אַ טייל אָרטאָדאָקסישע, האָט זיך פֿאַרשפּרייט דער מינהג צו פֿאַרבעטן אי מענערישע, אי ווײַבלעכע פּערסאָנאַזשן.
ווי ס׳איז דער מינהג, פֿאַרבעטן ייִדן צו זיך אין סוכּה נישט בלויז זייערע קרובֿים און פֿרײַנד אָבער אויך אויף אַ מיסטישן אָדער סימבאָלישן אופֿן — די אָבֿות אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ, יוסף הצדיק, משה רבינו, אַהרן הכּהן און דוד המלך.
אָבער בײַ אַ צאָל ייִדישע קרײַזן, אַרײַנגערעכנט אַ טייל אָרטאָדאָקסישע, האָט זיך גענוג ברייט פֿאַרשפּרייט דער מינהג צו פֿאַרבעטן אי מענערישע, אי ווײַבלעכע פּערסאָנאַזשן. הגם בײַ די טראַדיציאָנעלע ספֿרדים און מיזרחדיקע ייִדן איז סוכּות, בדרך־כּלל, אַ מענערישער יום־טובֿ, האָט דער דאָזיקער מינהג, שטאַמענדיק פֿון פֿעמיניסטיש געשטימטע אַשכּנזים, דערגרייכט אויך אַ טייל פֿרומע ספֿרדישע קרײַזן. למשל, הרבֿ דוד־יוסף־חיים מנחם, וואָס פֿירט אָן מיט דער קהילה „אוריאל‟ אין מבֿשׂרת־ציון לעבן ירושלים, שטאַמט פֿון אַ מיטל־מיזרחדיקער משפּחה און איז אַ תּלמיד פֿון הרבֿ עובֿדיה יוסף ז״ל, און דאָך פֿאַרבעט ער שוין יאָרן־לאַנג אין זײַן סוכּה די פֿאָלגנדיקע אושפּיזות: די אמהות שׂרה, רבֿקה, רחל און לאה, מרים הנבֿיאה, דבֿורה הנבֿיאה און אסתּר המלכּה.
לויט אַן אַנדער ווערסיע, רופֿט מען אַרײַן די זיבן נבֿיאות, דערמאָנט אין גמרא־מסכּתא „מגילה‟: שׂרה, מרים, דבֿורה, חנה, אַבֿיגיל, חולדה און אסתּר. דער גרויסער מקובל הרבֿ עזריה־מנחם מפֿאַנו (פֿון דער איטאַליענישער שטאָט פֿאַנאָ, 16ער־17ער יאָרהונדערט) אַסאָציִיִרט די דאָזיקע חשובֿע ייִדישע פֿרויען דווקא אין אַזאַ סדר מיט די געטלעכע ספֿירות, פֿון חסד ביז מלכות, וואָס ווערן על־פּי קבלה אַסאָציִיִרט מיט די זיבן סוכּותדיקע טעג. די באַקאַנטע מענער־אושפּיזין זענען אויך פֿאַרבונדן מיט די ספֿירות.
הרבֿ מנחמס סדר שמאַמט פֿון אַנדערע קבלה־קוואַלן. דאָס איז, אַדוואי, נישט קיין סתּירה, ווײַל דער זעלבער מענטש קאָן אין פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿונעם לעבן האָבן אַ שײַכות צו פֿאַרשיידענע געטלעכע, קאָסמישע און פּסיכאָלאָגישע כּוחות.
אין די אַמעריקאַנער ייִדישיסטישע קרײַזן איז באַקאַנט דער מינהג צו באַטראַכטן די גרעסטע ייִדישע שרײַבער ווי אושפּיזין, אָנהייבנדיק פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים, יצחק־לייבוש פּרץ און שלום־עליכם. קיין שײַכות צו קבלה האָט אַזאַ ליסטע זיכער נישט, און דער סדר איז זייער אַ באַדינגלעכער. מע וואָלט געקאָנט, למשל, אָנהייבן פֿון אליהו בחור און אַנדערע עלטערע ייִדישע מחברים – צום בײַשפּיל, רבי נחמן בראַצלעווער. ר׳ נחמנס „סיפּורי־מעשׂיות‟ זענען אַ מײַסטערווערק פֿון דער פֿריִיִקער ייִדישער ליטעראַטור און זײַן יאָרצײַט פֿאַלט אויס דעם צווייטן טאָג חול־המועד סוכּות. און ווער גייט נאָך שלום־עליכמען? שלום אַש? אַנ־סקי? די ייִדישע ליטעראַטור איז דאָך גרויס און מע קאָן פֿאָרלייגן וויפֿל מע וויל ברירות.
מיט צוויי יאָר צוריק האָט די סינאַגאָגע Judea Reform Congregation אין דאָרהעם, צפֿון־קאַראָלײַנע, דורכגעפֿירט דעם צווייטן טאָג סוכּות אַן אונטערנעמונג לכּבֿוד די ייִדישע פּאָעטעסעס־אושפּיזות. אין דער ווידעאָ־לעקציע אויף דער אינטערנעץ האָט די תּל־אָבֿיבֿער פֿאָרשערין ד״ר זוהר ווײַמאַן־קעלמען דערציילט וועגן אַ צאָל דיכטערינס, בפֿרט ציליע דראָפּקין און קאַדיע מאָלאָדאָווסקי. דאָ קאָנען מיר ווידער באַטאָנען, אַז דער אויסקלײַב פֿון אַזעלכע אושפּיזית איז אַ באַדינגלעכער.
נישט לאַנג צוריק, אין 2020, איז אַרויס גאָר אַן אינטערעסאַנט בוך וועגן ייִדישע פּאָעטעסעס פֿון ד״ר קעטרין העלערשטיין, וואָס אַנאַליזירט עזרא קאָרמאַנס אַנטאָלאָגיע „ייִדישע דיכטערינס‟. קאָרמאַנס זאַמלונג איז אַרויס אין 1927 און בלײַבט גאַנץ באַלערנדיק. די ערשטע פּאָעטעסע, וואָס ווערט דאָרט דערמאָנט, האָט געהייסן רויזל פֿישלס. אינעם יאָר 1586, אין קראָקע, איז אַרויס איר געגראַמטע הקדמה צו אַ תּהילים מיט עבֿרי־טײַטש. זי איז אויך געווען די פֿאַרלעגערין פֿונעם בוך. אַן אַנדער אַלטע קורץ ליד, וואָס הייסט „תּפֿילה‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1710, האָט אָנגעשריבן געלע בת משה, אַ טאָכטער פֿון אַ ניקלסבורגער גר. איר שוועסטער עלע האָט פּובליקירט אירס אַ ליד נאָך פֿריִער, אין 1696.
דראָפּקין און מאָלאָדאָווסקי באַווײַזן זיך שוין אין קאָרמאַנס אַנטאָלאָגיע. אַ סך נעמען, וואָס ווערן דאָרט דערמאָנט, זענען ווייניק באַקאַנטע. די ערשטע דיכטערין אין דער זאַמלונג, וואָס האָט געשריבן אויף אונדזער מיזרחדיקן ייִדיש, איז געווען ראָזע גאָלדשטיין. איר ערשט ליד איז דערשינען אין 1888 אין דער פּעטערבורגער צײַטונג „ייִדישעס פֿאָלקס־בלאַט‟.
איז וועמען זאָלן מיר למעשׂה אויסקלײַבן ווי די „ייִדישסטישע אושפּיזות‟? אַזוי ווי עמעצער האָט שוין פֿאָרגעלייגט צו שטעלן דעם טראָפּ טאַקע אויף פּאָעזיע, לאָמיר טאַקע אַזוי טאָן. אַזעלכע פֿאַרצײַטישע דיכטערינס, ווי רויזל פֿישלס, האָבן ווייניק וואָס איבערגעלאָזט, זענען זיי מסתּמא נישט קיין פּראָמינענטע קאַנדידאַטקעס; פֿון דער צווייטער זײַט, מוזן די אושפּיזין שטאַמען פֿון אַ גענוג לאַנג פֿאַרגאַנגענער תּקופֿה. בכן, נעם איך דאָ אין באַטראַכט נאָר די, וואָס זענען שוין געווען דערוואַקסענע בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה.
צום בײַשפּיל, אַחוץ ציליע דראָפּקין און קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, לייג איך פֿאָר נאָך עטלעכע נעמען: מרים אולינאָווסקי, רחל קאָרן, ראָזע יאַקובאָוויטש, מלכּה חפֿץ־טוסמאַן און אַנאַ מאַרגאָלין. ס׳איז כּדאַי אָבער זיך צו פֿאַרטראַכטן, צו וואָסערע גײַסטיקע עולמות און ממילא סוכּותדיקע טעג קאָן מען זיי פֿאַרבינדן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor