Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מײַן ערשטער דעפּאָזיט אין ישׁראל — אָדער קאַפֿקע אין כעלעםMy first bank deposit in Israel — or Kafka in Chelm

די מחברטע דערציילט וואָס איז געשען ווען זי האָט געדאַרפֿט עפֿענען אַ קאָנטע כּדי מע זאָל איר קענען באַצאָלן די שׂכירות אין שקלים. 

װען איך בין געװען אַ צענערלינג איז אײנע פֿון מײַנע באַליבטסטע דערצײלונגען אױף ייִדיש געװען משה נאַדירס „מײַן ערשטער דעפּאָזיט“ װאָס געפֿינט זיך אינעם באַנד „אױף געלעכטער“. דאָרטן דערצײלט אַן אימיגראַנט װי אַזױ ער נעמט זײַנע שװער פֿאַרהאָרעװעטע צװאַנציק דאָלאַר, און טראָגט זיי אַוועק אין אַ באַנק. געמײנט האָט ער אַז דאָרט װעט דאָס געלט װאַקסן און אַז װען ער װעט אַרױס פֿון באַנק װעט ער קריגן „לעבעדיק געלט, װאָס מע קאָן דערמיט קױפֿן װאָס מע װיל“, נאָר אָנשטאָט דעם האָט ער געקראָגן „עפּעס אַ גרין ביכעלע, צונױפֿגעלײגט אין אַ געל קאָנװערטל, און דאָס אַלעס.“ באַלד האָט ער חרטה אױפֿן גאַנצן ענין און אין די איבעריקע זײַטן קערט ער װעלטן כּדי אַרױסצובאַקומען דאָס געלט פֿאַר די אָבליגאַטאָרישע צװײ װאָכן.

ביז דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, װען איך האָב געאַרבעט אַ חודש אין ישׂראל און געדאַרפֿט עפֿענען אַ ישׂראלדיקע קאָנטע כּדי מע זאָל מיר קענען באַצאָלן אין שקלים, האָב איך ניט פֿאַרשטאַנען װיפֿל אַנגסטן עס קענען זיך שאַפֿן אַרום דעם ענין באַנק אין אַ נײַ לאַנד בײַ עמעצן װאָס איז, ווי נאַדירס נאַראַטאָר, װײַזט אױס, נישט אין גאַנצן אינטעגרירט אין דער געזעלשאַפֿט. יענער ייִד האָט כאָטש געהאַט מזל װאָס צום סוף האָט מען אים יאָ צוריקגעגעבן דאָס געלט פּשוט כּדי פּטור צו װערן פֿון אים, (דאָס װאָס מע האָט דאָס געלט שפּעטער אַרױסגעגנבֿעט פֿון זײַן קעשענע איז שױן אַן אַנדער ענין). איך אָבער ווייס נישט צי איך וועל אַ מאָל זען מײַן געלט פֿאַר די אויגן.

אָבער איך הײב אָן פֿונעם סוף, איז לאָמיך טאַקע דערציילן פֿון בראשית. אין אײן הײסן פֿרײַטיק אין דער פֿרי, האָב איך זיך געלאָזט איבער די תּל־אָבֿיבֿער גאַסן צו געפֿינען אַ באַנק װוּ מע װעט עלעקטראָניש קענען דעפּאָנירן מײַנע שׂכירות. געװוּסט האָב איך אַז אַלץ פֿאַרמאַכט זיך פֿרי פֿרײַטיק אָבער אַז די בענק זאָלן אין גאַנצן ניט אַרבעטן פֿרײַטיק, האָב איך נישט געװוּסט. צוריקגעשמועסט, אַז זיי אַרבעטן געוויינטלעך נאָר אַ האַלבן טאָג, פֿאַר וואָס זאָלן זיי זיך מטריח זײַן פֿרײַטיק? נו, מילא, האָב איך נישט געפֿידלט.

פּרוּװ איך דאָס מזל זונטיק און קום אָן 1:30, גלײַך נאָך דער אַרבעט, און דער באַנק איז שוין פֿאַרמאַכט. טאַקע אַ חידוש אַז אין אַזאַ אַנטוויקלט לאַנד ווי ישׂראל פֿאַרמאַכן זיך די בענק 1:30 אויב נישט נאָך פֿריִער און בלויז צװײ טעג אַ װאָך זײַנען זיי אָפֿן אויך פֿון 4 ביז 6 נאָך מיטאָג.

פּרוּװ איך אַ דריט מאָל. דאָס מאָל איז דער וואַרטצימער געפּאַקט. מע טיילט נישט אויס קיין נומערן, נישטאָ קײן רײ אױף װיפֿל איך קען זען, זיץ איך און זיץ ביז װאַנען עס פֿאַלט מיר אײַן צו פֿרעגן װי אַזױ מע קען רעדן מיט עמעצן. געהערט אַז איך בין פֿון אױסלאַנד האָט מען מיר באַלד געזאָגט אַז מײַן וואַרטן דאָ איז אומזיסט, איך דאַרף אַרויפֿגײן אױפֿן צווייטן שטאָק וווּ מע האַנדלט מיט אויסלענדער. קום איך אַרױף אױבן, אַ מחיה, ניטאָ קײן רײ, נאָר איך און דער פּקיד (אָנגעשטעלטער) װאָס זיצט דאָרטן מיט פֿאַרלײגטע הענט. מאַרשיר איך אַרײַן און זאָג אים אַז איך װיל עפֿענען אַ קאָנטע, פֿרעגט ער מיך גלײַך אױב איך האָב אַ „הזמנה“ (אַ באַשטעלונג). זאָג איך נײן, פֿון וואַנען זאָל איך האָבן אַ באַשטעלונג אַז דער באַנק איז קײן מאָל נישט אָפֿן? לאָמיר איצט מאַכן אַ באַשטעלונג אָדער נאָך בעסער, אפֿשר קען ער מיך איצט אויפֿנעמען.

כאָטש ער זיצט דאָרט אויבן איינער אַליין און גײט אױס אַז עמעצער זאָל זיך ווענדן צו אים, זאָגט ער אַז פֿריִער פֿון אָקטאָבער איז ניט מעגלעך, אפֿשר בקשי (מיט שװעריקײט) סוף סעפּטעמבער. אָבער איך בלײַב נאָר ביז סוף יולי און דאַרף אױפֿשטעלן די קאָנטע אײדער איך פֿאָר אַװעק, װאָס זאָל איך טאָן? ער האָט אַ גרייטן ענטפֿער, „פֿאָר קײן נתּניה.“ און אין נתּניה, קען ער פֿאַרזיכערן אַז איך װעל קענען קריגן אַ הזמנה? נײן, פֿאַרזיכערן קען ער ניט. איך דאַרף צופֿאָרן און זען. סתּם פֿאָרן קײן נתּניה און פּטרן אַ טאָג האָט נישט קײן זין. עד־כּאַן הקפֿה א’.

קלינג איך אָן צו שושנהן, די אַדמיניסטראַטאָרשע פֿון אונדזער פּראָגראַם, און בעט בײַ איר זי זאָל מיר העלפֿן אויסזוכן אַ באַנק װאָס װעט מיך לאָזן עפֿענען אַ קאָנטע. קלינגט זי מיר צוריק מיט דער גוטער בשׂורה אַז זי האָט מיר געפֿונען אַ באַנק, דעם בנק ירושלים װאָס האָט אַ צװײַג אין תּל־אָבֿיבֿ. קלינג איך אָן אין די געצײלטע שעהען װען מע קען רעדן מיט אַ לעבעדיקן מענטשן און די פֿרױ זאָגט מיר, בכּבֿוד־גדול. איך װי אַן אױסלענדערין מעג עפֿענען דאָרטן אַ קאָנטע. ס’איז זײער פּשוט, איך דאַרף נאָר ברענגען אַ פּאַספּאָרט און 300,000 שקלים! אײן קלײניקײט. דאָס האָט דעם זומער באַטראָפֿן כּמעט 100,000 דאָלאַר! צי איז דאָ אַ צװײַג װוּ איך קען עפֿענען אַ קאָנטע אָן $300,000 שקלים? יאָ, נתּניה און אשדוד. עד־כּאַן הקפֿה ב’.

װאָס זשע טוט מען? בײַ דער אַרבעט האָב איך אַ יונגן קאָלעגע גאַבי װאָס האָט מיט אַ פּאָר יאָר צוריק געוווינט אַ זמן אין ישׁראל און האָט דעמאָלט געעפֿנט אַ קאָנטע. ברענגט ער די פֿרײדיקע בשׂורה אַז בײַ דער פּאָסט איז דאָ אַ באַנק — „בנק הדואר“ (פּאָסטבאַנק) הייסט עס — און מע קען דאָרטן עפֿענען אַ קאָנטע אָן אַרײַנצולײגן ראָטשילדס פֿאַרמעגן. מע דאַרף נאָר מאַכן אַ הזמנה און אַזאַ בנק הדואר געפֿינט זיך זײער נאָענט צו אונדזער אַרבעטפּלאַץ.

לאָז איך זיך פֿול מיט האָפֿענונג אין באַנק אַרײַן און זאָג אַ פּקידה (אָנגעשטעלטע) אַז איך װיל מאַכן אַ באַשטעלונג צו עפֿענען אַ קאָנטע. „נײן, אוממעגלעך, מע דאַרף עס טאָן דורכן עפּ“. אָבער איך בין דאָ, אַ לעבעדיקע, פֿאַר װאָס זאָל איך זיך ניט קענען פֿאַרשרײַבן דאָ אויפֿן אָרט? אַ נעכטיקער טאָג. װאָס איז זי שולדיק אַז איך לעב און געפֿין זיך אין געגנט? דאָס פֿאַרשרײַבן זיך בײַ אַ לעבעדיקן מענטשן איז נישט קיין ברירה. אַבי איך האָב געמײנט… עד־כּאַן הקפֿה ג’.

אױף מאָרגן קומט גאַבי צו גײן און זאָגט אַז ער האָט געפּרוּװט עפֿענען אַ קאָנטע בײַם בנק הדואר און אַ פֿאַרביסענע פּקידה האָט אים געזאָגט לא מיט אַן אלף. כּדי צו עפֿענען אַ קאָנטע מוז מען בלײַבן אין לאַנד כאָטש אַ יאָר. נאַט אײַך אַ נײַע גזירה. מאַכט ער אַ באַשטעלונג אין בנק הפּועלים. עד־כּאַן הקפֿה ד’.

מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער קומט גאַבי צו דער אַרבעט אַ שטראַלנדיקער און לאָזט װיסן אַז ער איז אַרײַן אין אַ צװײטן בנק הדואר און זײ האָבן אים אױפֿגענומען אָן אַ הזמנה און אים געענפֿנט אַ קאָנטע! קײן קלאָץ־קשיות װעגן װי לאַנג ער בלײַבט אין לאַנד האָט מען בײַ אים נישט געפֿרעגט. װעט ער מיר איבערגעבן זײַן הזמנה אין הפּועלים, און כּדי עס זאָל מיר גײן גלאַטיק װעט ער מיר באַגלײטן אין באַנק. אַ גאָלדענער בחור. עד־כּאַן הקפֿה ה’.

גײען מיר אַרײַן אין באַנק באַשיצט און באַפּאַנצערט פֿון אַ כּשרער עפּ־געמאַכטער הזמנה און מע נעמט אונדז אױף ווי אָנגעלייגטע געסט. אַלצדינג געענטפֿערט און אױסגעפֿילט בין איך אַהײם מיט אַ פּעקל פּאַפּירן און אַ רײ פּאַראָלן לאַנג ווי דער ייִדישער גלות. װי איך װעל אַ מאָל באַקומען דאָס געלט איז מיר לחלוטין נישט קלאָר אָבער דער פֿרײַנדלעכער פּקיד פֿאַרזיכערט מיך אַז ס׳איז נישט שװער. עד־כּאַן הקפֿה ו’.

שױן דאָ אין דער הײם שרײַבט מיר שושנה אַז איך זאָל אָנקלינגען אין באַנק זען צי דאָס געלט איז שױן אָנגעקומען. עפּעס זאָגט מיר אַז לײַכט װעט דאָס ניט זײַן, גאַרטל איך זיך אונטער און הייב אויף דעם טעלעפֿאָן. עס ענטפֿערט דאָס װאָס דער טאַטע מײַנער ע״ה פֿלעגט רופֿן אַ „גולם“. ער רעדט זײער זײער גיך און כאָטש איך האָב זיך אַ סך יאָרן געלערנט עבֿריתּ בין איך אין גאַנצן הילפֿלאָז קעגן דעם גולם. איך פֿאַרשטײ נישט די אַלע ברירות און אויף וואָס איך דאַרף געבן אַ קוועטש, נאָר אײנס איז מיר קלאָר, קײן לעבעדיקן מענטשן װעל איך ניט טרעפֿן. מיט אַ מאָל הער איך װי אַ פֿרױס קול זאָגט עפּעס אױף רוסיש, וואַקסט בײַ מיר די האָפֿענונג און איך טראַכט בײַ זיך, אױב אױף רוסיש װעט מען דאָס זיכער האָבן אױף ענגליש אויך. נאָכן רוסישן אָנזאָג קומט אַראַביש אָבער קײן ענגליש איז נישטאָ. װאָס זשע טוט מען?

פּרוּװ איך נאָך אַ מאָל אָנלײַן געפֿינען אַ נומער װוּ מע האַנדלט מיט ענגליש־רעדנדיקע. געפֿונען אַזאַ טעלעפֿאָן־נומער טראַכט איך, די ישועה איז שוין דאָ. זיכער װעט דער מענטש אָדער דער גולם רעדן ענגליש, אָבער נײן, ס’איז די זעלבע רעקאָרדירונג װאָס פֿריִער מיט עבֿריתּ, רוסיש און אַראַביש! ניטאָ קײן אַנדער ברירה װי צו געפֿינען אַ ישׂראלדיקן װאָס װעט מיר העלפֿן אָבער װי מאָדנע עס זאָל נישט קלינגען, נישטאָ צווישן מײַנע באַקאַנטע אין געגנט אַפֿילו קיין איין ישׂראלדיקער אויף אַ רפֿואה.

קלינג איך אָן אין בנק הפּועלים דאָ אין ניו־יאָרק זיי זאָלן מיר העלפֿן, כאָטש איך װײס גאַץ גוט אַז זײ האַנדלען נאָר מיט גרױסע אינװעסטיר־פֿירמעס און ניט מיט אַזעלעכע קלײנע מענטשעלעך װי איך. פּרובירן מעג מען אָבער. איך דאַרף נאָר אַ 5־10 מינוט פֿון עמעצנס צײַט, ס’איז באמת ניט אַזאַ גרױסע טירחה, און אפֿשר װיל עמעצער פֿאַרדינען אַ מיצװה פֿאַר די ימים־נוראָים. געקראָגן אַן אָנגעשטעלטע װאָס קען נישט קײן עבֿריתּ און מסתּמא אױך נישט קײן ייִדישע האָט זי מיט רחמים אױפֿגענומען מײַן בקשה און האָט טאַקע אויסגעזוכט עמעצן וואָס וועט מיר קענען העלפֿן: אריאלה, אַן אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקע. ביז איצט האָט אריאלה מסתּמא געמײנט אַז זי באַהערשט עבֿריתּ בשלמות, אָבער אױך זי האָט נישט אין גאַנצן פֿאַרשטאַנען דעם גולם און האָט מיר צוריקגעקלונגען שפּעטער מיט אַספֿן. ווען איך האָב דערהערט אַספֿס שװער אַקצענטירט ענגליש האָב איך זיך טאַקע מחיה געווען, ער איז טאַקע די רעכטע געדעכטע, אַן אמתער סאַברע װאָס איז אױפֿגעװאָקסן אין ישׂראל. זײ בײדע העלפֿן מיר זיך צוצוהערן צו די אַלע אונטערזאָגן („פּראָמפּטס“ בלע״ז) און אַלץ גײט כּשורה ביז װאַנען דער גולם זאָגט, „כּדי צו באַשטעטיקן אײַער אידענטיטעט װעלן מיר איצט שיקן אַ קאָד צו דעם טעלעפֿאָן װאָס ענדיקט זיך מיט די ציפֿערן אַזוי־און ־אַזוי“. עס װערט מיר פֿינצטער אין די אױגן. ניט מײַן טעלעפֿאָן; סע מוז זײַן גאַביס מאָבילקע. עס געדענקט זיך אַז צוליב עפּעס אַ סיבה האָב איך געדאַרפֿט אָנגעבן אַ נומער און מיר האָבן באַשלאָסן אַז ס’איז בעסער צו געבן זײַנעם. פּונקט פֿאַר וואָס קען איך זיך איצט ניט דערמאָנען.

„געדענקסט נישט, דער פּקיד האָט געזאָגט אַז מע מוז אָנגעבן אַ נומער פֿון אַ ישׂראלדיקן טעלעפֿאָן. אַזוי ווי דײַן נומער איז געווען אַן אַמעריקאַנער האָבן מיר באַשלאָסן אָנצוגעבן דעם נומער פֿון מײַן פּלאפון“, האָט גאַבי מיך באַלד דערמאָנט. װעגן שיקן אַ קאָד האָט קײנער דעמאָלט נישט דערמאָנט. נו גוט, װען קענען מיר אָנקלינגען אין באַנק? „מיר קענען נישט אָנקלינגען“, זאָגט מיר גאַבי, „װײַל מײַן טעלעפֿאָן אַרבעט נישט אין חוץ־לארץ“. ער דאַרף אַ נײַעם סים־קאַרטל צו קלינגען אין אויסלאַנד, נאָר טאָמער װעט ער דאָס קױפֿן װעט מען מסתּמא בײַטן זײַן נומער.

איז װאָס זשע טוט מען? אפֿשר שיקן דעם טעלעפֿאָן מיט אַ באַגלײבטן מענטשן קײן ישׂראל און האָפֿן אַז ער װעט קענען קריגן דעם קאָד? װאַרטן ביז איך װעל נאָך אַ מאָל זײַן אין ישׂראל און אַרײַנגײן אין באַנק און פֿאָדערן מײַן געלט? דאָס פֿריִערדיקע מאָל װאָס איך בין געװען אין ישׂראל איז געװען מיט עלף יאָר צוריק. אפֿשר זאָל איך טאַקע איצט באַשטעלן די הזמנה. ס’איז נישט צו פֿרי. עד־כּאַן הקפֿה ז’.

נו, דורכגעמאַכט אַלע זיבן הקפֿות, אָבער די סדרה האָט זיך נאָך אַלץ נישט געענדיקט. איך בלאָנקע נאָך אַלץ אַרום אינעם ווירטועלן מידבר און טראַכט װי גליקלעך משה נאַדירס ייִד איז געווען. יענער האָט כאָטש צוריקבאַקומען זײַן געלט. ער האָט כאָטש געהאַנדלט מיט לעבעדיקע מענטשן און האָט געקענט אויסלאָזן זײַן כּעס און זײַנע פֿרוסטרירונגען אויף מענטשן וואָס האָבן געהערט וואָס ער רעדט. אָבער גײ טענה זיך אויס מיט אַ גולם, מיט אַ רעקאָרדירטן אָנזאָג! גיי טענה זיך אויס מיט אַ רעקאָרדירטן אָנזאָג, אַ גולם! נאָך דעם װי מע האָט נאַדירס ייִד צוריקגעגעבן זײַן געלט זײַנען זײַנע לעצטע װערטער געװען: „פֿון דעמאָלט אָן האָב איך זיך געגעבן אַ שבֿועה, אַז מײַן פֿוס זאָל נישט אַריבערטרעטן דעם שװעל פֿון אַ באַנק. ס’איז רעגעלע באַנדיטן איז דאָס! קעשענע־גנבֿים! פּיק־פּאָקעטס! לאָזן זײ זיך אָנצינדן!“

אָבער װי קען זיך אָנצינדן אַ װירטועלער גולם? וווּ איז די באַפֿרידיקונג פֿון אויסלאָזן דעם כּעס אויף אַ גולם אַז דער גולם הערט ניט?

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.