פּאָפּולערער מיטל פֿון לערנען זיך ייִדיש, „ייִדישפּאָפּ“, איז שוין אין גאַנצן גרייטPopular online Yiddish learning tool, YiddishPOP, is now complete
ייִדיש־לערער נוצן די אַנימירטע קאַפּיטעלעך אין זײערע קורסן און עלטערן ניצן עס צו דערציִען זייערע קינדער אויף ייִדיש
דעם 3טן יוני 2024 האָט מען אַרױסגעלאָזט אױף דער אינטערנעץ די פֿינאַל־לעקציע פֿון ייִדישפּאָפּ — דער פּאָפּולערער ווידעאָ־סעריע ייִדיש־לעקציעס.
ייִדישפּאָפּ איז אַ פּעדאַגאָגיש װעבזײַטל װאָס שטעלט צו אַנימירטע װידעאָס, געניטונגען און פֿאַרשידענע מאַטעריאַלן װאָס זענען צוטריטלעך און צוציִיק פֿאַר אַלע עלטערס. זיי זענען אויך פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. דער װעבזײַט־קורס באַשטײט פֿון זעקס קאַפּיטלעך, װאָס יעדעס קאַפּיטל נעמט אַרײַן פֿינף פֿילמעלעך. יעדעס פֿילמעלע פֿירט אײַן נײַע װאָקאַבולאַר און גראַמאַטישע באַגריפֿן מיט אַ מעשׂהלע װעגן אַ מיידל, נעמי, און אַ ראָבאָט וואָס הייסט מאָבי.
במשך פֿונעם קורס פּרוּװן נעמי און מאָבי באַקן אַ קוגל, פּראַװען אַ פּיקניק, באַקענען זיך מיט אַנדערע פֿרײַנד, שפּילן זיך אין פּאַרק, שפּילן אױס „דער דיבוק“, באַשײדן מיסטעריעס, געבן אײנער דעם אַנדערן שלח־מנות, און לערנען זיך װעגן ייִדישע שרײַבער. דאָס ערשטע פֿילמעלע איז פּאַסיק פֿאַר רײנע אָנהײבער, בשעת אינעם לעצטן פֿילמעלע, װאָס הײסט „דו װעסט פֿאַרשטײן מער און מער…“ רעדט נעמי שױן גאַנץ פֿליסיק מיט אַ רײַכן װאָקאַבולאַר.
יעדעס פֿילמעלע ווערט אױך באַגלײט מיט נאָך צװײ פֿילמעלעך װאָס חזרן איבער דעם װאָקאַבולאַר און גראַמאַטיק; שרײַב־ און לײען־געניטונגען און װײַטערדיקע רעסורסן אױף ייִדיש און אױף ענגליש מיט אינטערעסאַנטע פֿאַקטן. למשל, אין אײנעם פֿון די ערשטע עפּיזאָדן, װען נעמי און מאָבי עסן אײַזקרעם, דערמאָנט מען אין די צוגאָב־מאַטעריאַלן אַז אױף ייִדיש זענען פֿאַראַן עטלעכע אַנדערע װערטער אױף אײַזקרעם: לאָדע און מאַראָזשענע.
ייִדישפּאָפּ איז געשאַפֿן געװאָרן לכּבֿוד ד״ר נעמי פּראַװער קאַדאַר ע״ה װאָס איז ניפֿטר געװאָרן אין 2010. נעמי קאַדאַר איז דאָס גאַנצע לעבן געװען אַ פּעדאַגאָג מיט אַ ליבשאַפֿט פֿאַר ייִדישער קולטור און שפּראַך. זי, אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה, איז געבױרן געװאָרן אין בראָנקס אין 1949 און זיך געלערנט אין שלום עליכם פֿאָלקשול 45. איר גאַנצער קאַריערע איז זי געװען אַן איבערגעגעבענע ייִדיש־לערערין װאָס האָט אײַנגעװאָרצלט בײַ אירע סטודענטן אַ ליבשאַפֿט צו דער שפּראַך און צו ייִדיש־קולטור. איר דיסערטאַציע האָט זי געשריבן וועגן קינדער־זשורנאַלן אויף ייִדיש אין מיטן 20סטן יאָרהונדערט.
אין 1999 האָט איר מאַן, ד״ר אַבֿרהם קאַדאַר, געגרינדעט אַ פֿירמע, ברײנפּאָפּ (BrainPOP), װאָס שטעלט צו ווירטועלע לערן־מאַטעריאַלן פֿאַר קינדער. נעמי האָט מיטגעהאָלפֿן דורכן אַנטװיקלען ברײנפּאָפּס פּראָגראַם צו לערנען קינדער ענגליש װי אַ צװײטע שפּראַך. נאָך דעם ווי זי איז ניפֿטר געװאָרן, האָט איר משפּחה פֿאַרלײגט די „נעמי־פֿונדאַציע“ און געשאַפֿן ייִדישפּאָפּ, װאָס ניצט די פּעדאַגאָגישע סטרוקטור װאָס נעמי האָט אַנטװיקלט כּדי צו פֿאַרשפּרײטן די ייִדישע שפּראַך װאָס זי האָט אַזױ ליב געהאַט.
די פּעדאַגאָגישע פֿילאָסאָפֿיע פֿון ייִדישפּאָפּ איז באַזירט אױף נעמי קאַדאַרס צוגאַנג אַז מע זאָל ברענגען דעם סטודענט נײַע גראַמאַטישע באַגריפֿן מיט אַ נײַעם וואָקאַבולאַר אויפֿן סמך פֿון דעם וואָס זיי ווייסן שוין. זי האָט אױך שטאַרק געהאַלטן פֿון נוצן מעשׂהלעך און פֿילמעלעך אַרײַנצוציִען די סטודענטן. די פֿילמעלעך און אַלע מאַטעריאַלן זענען אין גאַנצן אױף ייִדיש. מע האָט בכּיוון נישט איבערגעזעצט די ווערטער אויף ענגליש אָדער אַן אַנדער שפּראַך, כּדי די פּראָגראַם זאָל זײַן צוטריטלעך צו אַלעמען. די סיסטעם דאַרף דינען װי אַ טײל פֿון אַ קורס, נישט ווי אַ קורס פֿאַר זיך. פֿון דעסט װעגן איז זי גענוג פּשוט אַז אַן אײַנגעעקשנטער סטודענט װאָלט זיך געקענט אַלײן אַן עצה געבן.
ייִדישפּאָפּ איז אױך ספּעציעל מיט דעם װאָס עס מאָלט זיך אױס אַ װעלט װוּ יעדער רעדט ייִדיש; יעדער איז אײַנגעזאַפּט אין דער ייִדישער קולטור און די סעקולערע און רעליגיעזע עלעמענטן פֿון ייִדיש זענען נישט אָפּגעזונדערט אײנער פֿונעם צװײטן. דער קורס פֿאַרבינדט אױך דאָס ייִדיש פֿון אַ מאָל מיטן הײַנטיקן ייִדיש: נעמי באַשטעלט אַ פּיצע אױף ייִדיש, זי זינגט ייִדישע לידער, לײענט ייִדישע ביכער (למשל פֿון קאַדיע מאָלאָדאָװסקי), באַקט חלות, פּראַװעט ייִדישע יום־טובֿים און רעדט װעגן איר באָבע־זײדע.
דער לעצטער עפּיזאָד (https://yiddishpop.com/kapitl6/lektsye5) איז באַזונדערש זיס. דאָ באַקענט זיך נעמי מיט מאָביס אַ ראָבאָט־פֿרײַנד װאָס רעדט נאָך נישט קײן ייִדיש. זי מוטיקט דעם נײַעם ראָבאָט זיך צו לערנען ייִדיש און רעקאָמענדירט דעם בעסטן אופֿן זיך צו לערנען אַ שפּראַך:
„דער עיקר דאַרף מען זיך נישט שעמען. װען דו רעדסט, זאָלסטו נישט טראַכטן צו פֿיל צי דו רעדסט ריכטיק צי נישט. מע מוז נאָך נישט רעדן אַזױ געשמאַק — װיכטיק איז, מע זאָל זיך פֿאַרשטײן! עס װעט דיר זײער העלפֿן זיך צו חבֿרן מיט מענטשן — און ראָבאָטן — װאָס רעדן ייִדיש.“ נעמי דערציילט דערנאָך עטלעכע איבערלעבונגען אירע בײַם לערנען זיך פּיפּסיש (די ראָבאָט־שפּראַך).
דעם ייִדישפּאָפּ־קורס האָבן אַנטװיקלט אַ גילדענע קאָמאַנדע פֿון ייִדישיסטן און פּעדאַגאָגן. ברוכה לאַנג, אַ געניטע ייִדיש־לערערן (און די ערשטע לערערין פֿון דער שרײַבערין פֿון די שורות), האָט אָנגעפֿירט מיטן פּעדאַגאָגישן צד. דער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר און לעקסיקאָגראַף אליעזר ניבאָרסקי איז געװען דער שפּראַך־פּוסק. עדינה צימעט האָט געזען אַז די פּראָגראַם זאָל זײַן אין גײַסט פֿון נעמי קאַדאַרס פּעדאַגאָגישן צוגאַנג. דזשולי לאה שוגאַר, מיט דער הילף פֿון אַנדערע, האָט געשריבן די סקריפּטן. יאירה זינגער האָט צוגעשטעלט דאָס קול פֿון נעמי. טאַניאַ רױטמאַן, לי אשד, דזשעניפֿער באַטיניק און קריסטען טשיאַפּאָנע זענען געװען די הױפּט אַנימירערס. און יאַנקל־פּרץ בלום, דער ייִדיש־לערער, קאָמפּמיוטער־פּראָגראַמירער און בעל־לשון, האָט געדינט װי אַ שטיקל פּראָגראַם־אָנפֿירער און כּל־בוניק. ער האָט מער־װײניקער געבױט דאָס גאַנצע װעבזײַטל, קאָאָרדינירט די צוזאַמענאַרבעט, איבערגעקוקט יעדעס שטיקל אַרבעט און צוגעשטעלט װאָס עס האָט נאָר געפֿעלט.
במשך פֿון די יאָרן האָבן אַ סך אַנדערע מענטשן מיטגעאַרבעט, אַרײַנגערעכנט מאיה קאָװאַלסקי און לינדזי באָדנער פֿון דער נעמי־פֿונדאַציע. „די גאַנצע אַרבעט איז געװען אַ קאָלעקטיװע,“ האָט דזשולי שוגער געזאָגט. „קודם האָב איך געדאַרפֿט אָנבאָטן אַ פֿירלײג פֿאַרן פֿילמעלע, װאָס דער גאַנצער קאָלעקטיװ האָט געדאַרפֿט גוטהײסן. דערנאָך האָב איך אָנגעשריבן אַ מיני־סקריפּט. נאָך דעם װאָס מען האָט דאָס גוטגעהײסן, האָב איך אָנגעשריבן דעם גאַנצן סקריפּט, צוזאַמען מיט באַמערקונגען און אָנװײַזונגען פֿאַרן אַנימירער. סוף־כּל־סוף, האָט מען עס אַנימירט און צוגעשטעלט דעם אױדיאָ. אָבער אַ מאָל האָט עפּעס נישט געשטימט און דערנאָך האָב איך געדאַרפֿט װידער אָנהײבן. ס׳איז אױך געװען אַ שטיקל רעטעניש צונױפֿצושטעלן מעשׂיות מיטן נײטיקן װאָקאַבולאַר און גראַמאַטיק וואָס זענען אין דער זעלבער צײַט אױך זיס, קאָמיש, און נאַטירלעך!“
די השפּעה פֿון ייִדישפּאָפּ קען מען נישט אונטערשאַצן. אַ סך ייִדיש־לערער נוצן הײַנט ייִדישפּאָפּ װי אַ רעסורס אין זײערע קורסן. עדי מהלאל, װאָס לערנט ייִדיש אין מערילאַנדער אונװערסיטעט, נוצט דאָס וועבזײַטל שױן יאָרן לאַנג װי אַ טײל פֿון זײַנע לעקציעס „ווי אַ מין מחיהדיקער און באַלערעוודיקער דעסערט צו דער וואָך.“ זײַנע סטודענטן האָבן הנאה צו קוקן די הומאָריסטישע ווידעאָס און מאַכן צוזאַמען די געניטונגען. אַמאָל גיט ער זיי די שרײַב-געניטונגען ווי היימאַרבעט. „ייִדישפּאָפּ פֿאַרלײַכטערט אַ ביסל די אַטמאָספֿער אין קלאַס און העלפֿט די סטודענטן מיט זייער ייִדיש־לערנען,“ האָט מהלאל געזאָגט.
יאַנקל־פּרץ בלום באַזירט זײַנע ייִדיש־קורסן אין אַרבעטער־רינג, ייִװאָ, ייִדיש־פֿאַרם, ייִדיש זומער װײַמער און ייִדיש־אָרט, כּמעט אין גאַנצן אויף ייִדישפּאָפּ. ער לערנט מיט די סטודענטן פֿריִער דעם װאַקאַבולאַר און גראַמאַטיק פֿון יעדער לעקציע, און דערנאָך װײַזט ער זײ דאָס פֿילמעלע, און זײ חזרן דעם מאַטעריאַל איבער אין דער הײם.
פֿרעיגל גערצאָװסקי, אַ קולטור־טוער, ייִדישער שרײַבער און אַקטיװיסט האָט לאַנג געזוכט מאַטעריאַלן אױף דער אינטערנעץ זיך צו לערנען ייִדיש, אָבער ס׳איז געגאַנגען שווער: „װען איך האָב אַנטדעקט ייִדישפּאָפּ, איז עס תּיכּף געװאָרן מײַן באַליבטסטער רעזורס זיך צו לערנען ייִדיש. די לעקציעס זענען אַזױ דינאַמיש, קאָמיש און חנעװדיק, און מײַן באַליבטסטער פּערסאָנאַזש איז דער אומצװײיִקער ראָבאָט, מאָבי. ייִדישפּאָפּ איז געװען פֿאַר מיר אַ בריק צװישן זיך לערנען ייִדיש אַלײן אױף דער אינטערנעץ און אַרײַנגײן אין מײַן ערשטער ייִדיש־זומער־פּראָגראַם, װאָס האָט צום סוף דערפֿירט צו דעם װאָס איצט רעד איך פֿליסיק ייִדיש.“
לױט מײַן קוקװינקל, איז ייִדישפּאָפּ אַן אױסערגעװײנלעכער רעזורס פֿאַר עלטערן װאָס האָדעװען אױף די קינדער אױף ייִדיש. הײַנט צו טאָג זענען קינדער צוגעװױנט צו קוקן אױף דערציִערישע װידעאָס, און איידער מע האָט געשאַפֿן ייִדישפּאָפּ האָבן טאַקע געפֿעלט צוטריטלעכע װידעאָס פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע קינדער. די אַנימאַציע און די נאַראַטיװן זענען פּונקט צוגעפּאַסט, אַפֿילו פֿאַר צוויי־יאָריקע קינדערלעך, אָבער נישט אַזױ קינדעריש אַז עלטערע קינדער װילן נישט קוקן אױף דעם. די אַקטיװיטעטן און געניטונגען שטעלן אױך צו מאַטעריאַלן פֿאַר עלטערן װאָס זענען נישט אַלײן קיין פּעדאַגאָגן אָבער מוזן אַלײן דערציִען די קינדער אױף ייִדיש צוליב דעם דוחק אין ייִדיש־רעדנדיקע שולן פֿאַר קינדער.
עס קען אױך דינען װי אַ צװײטער קװאַל פֿון ייִדישע קולות און װאָקאַבולאַר, ספּעציעל פֿאַר די עלטערן װאָס האָבן נישט קײן אַנדערע משפּחה־מיטגלידער אָדער נאָענטע פֿרײַנד װאָס קענען אױך רעדן ייִדיש מיט די קינדער. מײַנע אײגענע קינדער (5 און 9 יאָר אַלט) האָבן שטאַרק הנאה פֿון ייִדישפּאָפּ, און איך קען הערן װידערקולן פֿון נעמיס שפּראַך אין זײער שפּראַך. יאַנקל־פּרץ בלום און דזשולי לאה שוגאַר, װאָס האָבן בײדע אױך צװײ יונגע קינדער, האָבן בײדע געזאָגט אַז ייִדיש איז אַ װיכטיקער טײל פֿון לעבן בײַ זײערע קינדער. יאַנקל־פּרץ האָט אָנגעװיזן אַז „ייִדישפּאָפּ װעט געהערן צו זײערע פֿריסטע זכרונות און אײַנדרוקן, און דאָס איז אויך דער פֿאַל פֿאַר אַ צאָל אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע קינדער אין זײער דור, אַזױ אַז ייִדישפּאָפּ שטעלט מיט זיך פֿאָר פֿאַר זײ אַ שטיקל בשותּפֿותדיקע קולטור.“
דער ערשטער עפּיזאָד ייִדישפּאָפּ איז אַרױס אין 2013 און ס׳האָט גענומען לאַנגע יאָרן אַרבעט ביז דער לעצטער עפּיזאָד זאָל אַרױס אין 2024. אָבער די האָרעװאַניע האָט זיך זיכער געלױנט: ייִדישפּאָפּ האָט שױן געהאָלפֿן צענדליקער ייִדיש־רעדנדיקע קינדער און הונדערטער ייִדיש־רעדנדיקע סטודענטן פֿאַרשטאַרקן זײער פֿאַרבינדונג צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, פּונקט װי די נעמי־פֿונדאַציע האָט געהאָפֿט. עס קומט די נעמי־פֿונדאַציע אַ ריזיקן ייִשר־כּוח פֿאַר זײער שטיץ פֿאַר דעם פּראָיעקט.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO