אַ זום־רעפֿעראַט וועגן דעם פּאָעט און איבערזעצער פֿונעם תּנ״ך אויף ייִדיש — יהואשZoom lecture about the poet and Yiddish translator of the Bible — Yehoash
מיט דער לעקציע, וואָס וועט פֿאָרקומען אויף ייִדיש, וועט אָנפֿירן די פּאַריזער ייִדיש־לערערין און ביבליאָטעקאַרין שרון בר־כּוכבא.

Graphic by Angelie Zaslavsky
זונטיק, דעם 23סטן אָקטאָבער, 2 אַ זייגער נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועט די ייִדיש־לערערין און ביבליאָטעקאַרין בײַם פּאַריזער ייִדיש־צענטער, שרון בר־כּוכבא, רעפֿערירן וועגן דעם גרויסן ייִדישן פּאָעט און איבערזעצער פֿונעם תּנ״ך אויף ייִדיש — יהואש. דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען אויף ייִדיש.
יהואש, וואָס זײַן געבוירענער נאָמען איז געווען שלמה בלומגאַרטען (1872 – 1927), איז געבוירן געוואָרן אינעם ליטווישן שטעטעלע ווערזשבאַלאָווע. אין 1914 איז ער געפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל אָבער דאָרט געוווינט בלויז איין יאָר. שוין דעמאָלט קראַנק אויף טובערקולאָז האָט ער זיך באַזעצט אין אַמעריקע.
צום מערסטן איז יהואש באַקאַנט ווי דער איבערזעצער פֿונעם תּנ״ך אויף אַ פּאָעטישן ייִדיש. ער איז אויך געווען אַ פֿײַנער פּאָעט און איבערזעצער פֿון אַ גאַנצער ריי שפּראַכן. ווי יואל מאַטוועיעוו האָט געשריבן, האָט יהואש זיך אָפֿט געשפּילט מיט ווערטער און געווען זייער פֿעיִק בײַ דעם. ווען זײַן עלטערע שוועסטער שיינע איז געשטאָרבן בײַ אַ יונגן עלטער, למשל, האָט ער איר געווידמעט איינס פֿון זײַנע ערשטע לידער מיטן נאָמען „דער בית־שני‟, וווּ דאָס לשון־קודשדיקע וואָרט „שני‟ איז מרמז אויפֿן שוועסטערס נאָמען.
כּדי זיך צו רעגיסטרירן אויף בר־כּוכבאס לעקציע, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
