ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין ביראָבידזשאַןA Yiddish festival in Birobidzhan
פֿונעם 7טן ביזן 10טן אָקטאָבער איז אין ביראָבידזשאַן פֿאָרגעקומען דער צווייטער אָרטיקער ייִדיש־פֿעסטיוואַל, וווּ איך האָב זיך אַקטיוו באַטייליקט ווי אַ לעקטאָר. אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 2021, איז די אונטערנעמונג געווען אַ סך ברייטער, נישט געקוקט אויף די געפֿערלעכע מלחמה־געשעענישן.
בסך־הכּל, זענען דורכגעפֿירט געוואָרן איבער הונדערט לעקציעס, לימודים, שמועסן, באַגעגענישן און מוזיקאַלישע אויפֿטריטן. דער פֿעסטיוואַל האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ קאָנצערט, וווּ אַ צאָל אָרטיקע מוזיקער זענען אויפֿגעטראָטן מיט לידער אויף ייִדיש, און זיך געשלאָסן מיט אַן אַנדער קאָנצערט אין דער שטאָטישער פֿילהאַרמאָניע – אַ פּרעכטיקן סאָוועטישן בנין פֿון 1984. די מאָסקווער זינגערין אַלאַ ריד איז אויפֿגעטראָטן אין אַ צאָל ערטער מיט אַ גאַנצער ריי ייִדישע לידער – אין אַ סטיל, וואָס דערמאָנט אין די שוועסטער בערי.
אַ קליינע אָבער פֿאָרט קאָנקרעטע השפּעה פֿון ייִדיש שפּירט זיך אין ביראָבידזשאַן אויף יעדן שריט, אָנהייבנדיק פֿונעם גרויסן וועג־צייכן בײַם אַרײַנפֿאָר. די גאַסן און אָפֿיציעלע אינסטאַנצן זענען באַצירט מיט שילדן אויף ייִדיש; אַ טייל פֿון זיי זענען אַלטע סאָוועטישע אויפֿשריפֿטן, און אַ סך זענען נײַע. די אָרטיקע ייִדישע קהילה הייסט „פֿרייד‟ און אין דער שיל, וואָס געפֿינט זיך בשכנות מיטן קהילה־בנין, זענען אויך פֿאַראַן שילדן און אויפֿשריפֿטן אויף ייִדיש. אינעם שיל־בנין געפֿינט זיך אויך אַ קליינער ייִדישער מוזיי.
מיט דער שיל פֿירט אָן דער יונגער ליובאַוויטשער רבֿ אפֿרים קאָלפּאַק. אַ געבוירענער אין כאַרקאָוו, איז ער אויפֿגעוואַקסן פֿרום אין דער הײַנטיקער פּאָסט־סאָוועטישער אוקראַיִנע. זײַן פֿרוי אידע איז אַ טאָכטער פֿונעם איצטיקן כאַבאַראָווסקער רבֿ. פֿון כאַבאַראָווסק איז אויפֿן פֿעסטיוואַל אָנגעקומען אַ גרופּע ייִדישע יונגע־לײַט, וואָס אינטערעסירן זיך מיט ייִדיש. דער וועג צווישן די דאָזיקע צוויי שטעט פֿאַרנעמט צוויי און אַ האַלב שעה.
קאָלפּאַק פֿאַרשטייט אַ ביסל ייִדיש און האַלט, אַז אַזעלכע פֿעסטיוואַלן, ווי דער הײַנטיקער, זענען זייער וויכטיק. „אָפּצוהיטן די ייִדישע שפּראַך איז די היסטאָרישע מיסיע פֿון אונדזער געגנט‟. אין דער שיל האָב איך באַמערקט אַן אינטערעסאַנטע זאַך. ס׳רובֿ מתפּללים פֿאַרשטייען נישט קיין ייִוואָ־ייִדיש, נאָר געדענקען אַ סך ווערטער און אויסדרוקן אויפֿן אוקראַיִנישן דיאַלעקט.
אינעם אויפֿבוי פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט האָבן די גרעסטע ראָלע געשפּילט ייִדן דווקא פֿון אוקראַיִנע. בעת מײַן ייִדיש־קלאַס אין דער שיל האָב איך צוערשט פֿאָרגעלייענט לייב קוויטקאָס ליד מיט דער ייִוואָ־הבֿרה און דערנאָך מיטן אוקראַיִנישן אַקצענט. דער עולם האָט גלײַך אָנגעהויבן צו פֿאַרשטיין און באַטאָנט, אַז אַזוי האָט מען גערעדט אין זייערע משפּחות. בדרך־כּלל, וווינען אין ביראָבידזשאַן, ווײַזט אויס, אַ פּאָר טויזנט ייִדן; קיינער ווייסט נישט פּינקטלעך, וויפֿל גענוי. דער רבֿ איז באַקאַנט מיט עטלעכע הונדערט.
אין דער שטאָטישער ביבליאָטעק, וווּ איך האָב פֿאָרגעלייענט מײַנע לידער און פּאָעטישע איבערזעצונגען, איז, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַראַן אַ גרויסער ייִדישער אָפּטייל, מיט וועלכן עס פֿירט אָן די ביבליאָטעקאַרין, פּאָעטעסע און איבערזעצערין אַנאַ אַקימענקאָ, די מחברטע פֿון פֿיר לידער־זאַמלונגען אויף רוסיש. אַנדערע אָרטיקע ייִדיש־טוערינס זענען טאַטיאַנאַ קאַדינסקאַיאַ, וואָס פֿירט אָן מיט דער וועכנטלעכער טעלעוויזיע־פּראָגראַם „ייִדישקייט‟, און אירינאַ נאַטאַפּאָוואַ, די מוזיקאַלישע אָנפֿירערין פֿונעם קינדערכאָר „אילנות‟, וואָס זינגט כּסדר לידער אויף ייִדיש. אַלע דערמאָנטע פּערזענלעכקייטן האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין די פֿעסטיוואַל־אונטערנעמונגען, וואָס זענען פֿאָרגעקומען סײַ אין ביראָבידזשאַן, סײַ אין פֿאַרשיידענע אַנדערע ערטער פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט.
די גרעסטע ביראָבידזשאַנער ייִדיש־אַקטיוויסטקע, וועלכע פֿאַרנעמט זיך כאָטש אַ ביסל אין פֿאַקטיש אַלע שטאָטישע און דערבײַיִקע אונטערנעמונגען אין שײַכות מיט ייִדיש, איז די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ. זי רעדאַקטירט ביכער אויף ייִדיש, וואָס גייען אין די לעצטע יאָרן כּסדר אַרויס אין דער שטאָט, אַרײַנגענומען איר אייגן ייִדיש לערנבוך פֿאַר אָנהייבער; פֿירט שפּראַך־לימודים, קאָנסולטירט די אַנדערע שפּראַך־טוער, וכּדומה. אויף דעם פֿעסטיוואַל האָבן סאַראַשעווסקאַיאַ און אַנדערע מיטאַרבעטער פֿון דער רעדאַקציע זיך געטראָפֿן מיט דער אָרטיקער יוגנט און דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון דער צײַטונג. וולאַדיסלאַוו צאַפּ, דער לאַנגיאָריקער קינסטלער פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, האָט דערציילט וועגן זײַן אַרבעט און געוויזן פֿאַרשיידענע טשיקאַווע היסטאָרישע אילוסטראַציעס.
אויף מײַנע לעקציעס – בסך־הכּל זעקס – האָט זיך סאַראַשעווסקאַיאַ כּסדר באַוויזן און אַלעמאָל צוגעגעבן עפּעס וויכטיקס. זי איז אויך אַ גרויסע קענערין פֿון דער שטאָט און ווייסט אַ סך וועגן דער געשיכטע פֿון ממש יעדן בנין. אויף יעדן שריט און טריט האָבן אין ביראָבידזשאַן געוווינט ייִדיש־שפּראַכיקע שרײַבער, דיכטער, זשורנאַליסטן און אַנדערע פּערזענלעכקייטן.
אין איינער פֿון מײַנע פֿעסטיוואַל־לעקציעס האָב איך דערציילט וועגן ייִדישע לידער פֿון פֿאַרשיידענע דיכטער, על־פּי־רובֿ פֿאַרבונדענע מיט ביראָבידזשאַן, וואָס זענען געווידמעט דער אוראַלער און ווײַט־מיזרחדיקער טײַגע. להיפּוך צום פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, זענען נישט אַלע ייִדן אַ שטאָטיש אָדער אַ שטעטלדיק פֿאָלק. צווישן די ערשטע חסידישע צדיקים זענען שוין געווען אַזעלכע, וואָס האָבן געוווינט אין מיטן וואַלד און געהאַלטן, אַז די פֿיזישע אַרבעט און די ווילדע נאַטור דערנעענטערן די נשמה צום רבונו־של־עולם.
מײַן שיעור וועגן רבי נחמנס „סיפּורי־מעשׂיות‟ אין דער סוכּה איז געווען געווידמעט אַן ענלעכער טעמע: די זוכענישן פֿון דער הייליקער שכינה אין דער ווילדער נאַטור פֿון דער וועלט. אַ טייל פֿון די טײַגע־לידער האָב איך אויך פֿאָרגעלייענט אין דער ביבליאָטעק פֿונעם שטעטל וואַלדהיים, דעם געוועזענעם ייִדישן קאָלווירט לעבן ביראָבידזשאַן.
אין דער אמתן, איז די ווילדע טײַגע מיט 100 יאָר צוריק געווען אויפֿן אָרט פֿונעם הײַנטיקן ביראָבידזשאַן; הײַנט איז עס זייער אַ ציוויליזירטע געגנט – אין אַ גרויסער מאָס, אַ דאַנק די ערשטע ייִדישע איבערוואַנדערער פֿון די 1930ער יאָרן. דאַכט זיך, אַז לעבן פּעטערבורג זענען פֿאַראַן נאָך גרויסע ווילדע וועלדער, ווי לעבן ביראָבידזשאַן. פֿונעם שפּיץ פֿון די דרײַ שטאָטישע בערגלעך – די סאָפּקעס, אַן אָפֿט וואָרט אין דער אָרטיקער ייִדישער ליטעראַטור – קאָן מען פֿון דער ווײַטנס טאַקע זען די עכטע טײַגע, וווּ מע קאָן זיך גרינג פֿאַרבלאָנדזשען און טרעפֿן פֿאַרשיידענע חיות, אַרײַנגערעכנט די זעלטענע טיגערס, וואָס ווערן באַשיצט על־פּי געזעץ.
דאָס איז געווען צום ערשטן מאָל וואָס איך באַזוך די שטאָט ביראָבידזשאַן און זי איז מיר טאַקע שטאַרק געפֿעלן געוואָרן: אַ שטילע, אַ היימישע און אַ פֿרײַנדלעכע.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor