רחל ראָזשאַנסקיס בוך „ייִדיש אין ישׂראל“ געווינט פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון דזשאָרדאַן שניצערRachel Rojanski’s book ‘Yiddish in Israel’ wins Jordan Schnitzer Book Award
אין איר בוך שטעלט ראָזשאַנסקי זיך אַנטקעגן דעם געדאַנק אַז די ישׂראלדיקע אינסטאַנצן האָבן אונטערדריקט און פֿאַרווערט ייִדיש צוליב אידעאָלאָגישע סיבות.
די וואָך איז דאָס בוך „ייִדיש אין ישׂראל: אַ געשיכטע“ פֿון רחל ראָזשאַנסקי געווען איינס פֿון אַכט ביכער וועלכע האָבן געוווּנען פּרעמיעס אויפֿן נאָמען פֿון דזשאָרדאַן שניצער. די פּרעמיעס ווערן אַרויסגעגעבן דורך דער אָנגעזעענער אַקאַדעמישער אָרגאַניזאַציע, „די אַסאָסיאַציע פֿון יודאַיִסטיק“, בעסער באַקאַנט ווי דער „איי־דזשיי־עס“.
ראָזשאַנסקי, וואָס איז אַ יודאַיִסטיק־פּראָפֿעסאָר אין „בראַון אוניווערסיטעט“, וועט באַקומען אַ פּריז פֿון $10,000.
אין איר בוך שטעלט די מחברטע זיך אַנטקעגן דעם פֿאַרשפּרייטן געדאַנק אַז די ישׂראלדיקע אינסטאַנצן האָבן אונטערדריקט און אַפֿילו פֿאַרווערט ייִדיש צוליב אידעאָלאָגישע סיבות. זי לייגט פֿאָר אַ גאָר אַנדערע אויסטײַטשונג פֿון דער באַציִונג צווישן די ייִדישע און העברעיִשע שפּראַכן און קולטורן אין מדינת־ישׂראל. אויפֿן סמך פֿון איר פּרטימדיקער פֿאָרשאַרבעט דערקלערט זי ווי אַזוי ייִדיש האָט זיך דווקא צעבליט אין די ערשטע יאָרצענדליק פֿון לאַנד.
אַחוץ איר בוך האָט ראָזשאַנסקי שוין געהאַלטן אַ צאָל רעפֿעראַטן און אָנגעשריבן אַרטיקלען וועגן דער אייגנאַרטיקער געשיכטע פֿון ייִדיש אין ישׂראל. אין אַן אַרטיקל וואָס זי האָט געשריבן פֿאַרן פֿאָרווערטס דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ, דערציילט זי די איבערראַשנדיקע געשיכטע ווי די העברעיִסטישע מפּאַ״י־פּאַרטיי האָט אַרויסגעגעבן נישט איינע, נאָר צוויי ייִדיש־שפּראַכיקע צײַטונגען.
ווי עס גיט איבער דער ייִדישער ביכער־צענטער, וואָס האָט אינטערוויויִרט ראָשאַנסקין אין 2013, איז זי געבוירן געוואָרן אין ישׂראל, אַ קינד פֿון צוויי ייִדיש־רעדנדיקע עולים. די מאַמע, וואָס איז געווען פֿון קאָוונע, איז געקומען קיין ארץ־ישׂראל אין 1936, און דער טאַטע, אַ פֿידלער פֿון ביאַליסטאָק, איז געווען טייל פֿון אַ סאָוועטישן אָרקעסטער איידער ער האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער רויטער אַרמיי און עולה געווען אין 1948. ווי אַ קינד אין צפֿון־תּל־אָבֿיבֿ האָט ראָזשאַנסקי אָפֿט געהערט ווי אירע שכנים רעדן ייִדיש, דײַטשיש, פּויליש און רומעניש.
אין דער מיטלשול האָט זי באַשלאָסן צו שרײַבן אַ פֿאָרשאַרבעט וועגן דעם ייִדישן אַרבעטער בונד און דעם ייִדיש־פּוילישן סאָציאַליסט שמואל זיגלבוים בעת אַ תּקופֿה ווען ישׂראלים האָבן פֿאַקטיש שוין געהאַט „אָפּגעמעקט“ דעם בונד פֿון דער געשיכטע. אין אוניווערסיטעט האָט זי שטודירט ייִדישע געשיכטע און ליטעראַטור און געשריבן איר דיסערטאַציע וועגן דער געשיכטע פֿון דער פּועלי־ציון באַוועגונג אין אַמעריקע.
צו זען דעם ווידעאָ־אינטערוויו מיט רחל ראָזשאַנסקי גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO