רעפֿעראַט: דאָס ייִדיש־לשון פֿון הרבֿ חיים יצחק בונין, פֿאָרשער פֿון חב״ד־חסידותLecture: The Yiddish used by Rabbi Chaim Yitzchak Bunin, researcher of Chabad Hasidism
בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט בונין אַרויסגעגעבן עטלעכע דערציילונגען אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט אַ זאַמלונג דערציילונגען, „חב״דיש“.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דאָנערשטיק, דעם 24סטן נאָוועמבער, וועט פֿיליפּ שוואַרץ, אַ דאָקטאָראַנט פֿון ייִדיש־שטודיעס בײַ דער פּױלישער װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע אין װאַרשע, אָפּהאַלטן אַ רעפֿעראַט אינעם בר־אילן אוניווערסיטעט וועגן דעם חב״דישן ייִדיש וואָס מע האָט גערעדט אין מיזרח־אייראָפּע.
די לעקציע, וואָס הייסט „די געאָפּאָעטיק פֿונעם חב״דישן ייִדיש: צווישן רײַסן און פּוילן“, וועט געפֿירט ווערן אויף ייִדיש און וועט פֿאָרקומען פֿון 12:00 ביז 13:30 אויפֿן דריטן שטאָק פֿונעם בנין מדעי יהדות 410 אינעם בר־אילן אוניווערסיטעט, רמת־גן.
אַ רעקאָרדירונג פֿון דער לעקציע וועט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן עטלעכע טעג נאָכן רעפֿעראַט אױפֿן פֿײסבוק־זײַטל פון דער „שנײַדערמאַן־קאַטעדרע פֿאַר ייִדישער קולטור און חסידיזם“. כּדי צו זען דערגיין צי די רעקאָרדירונג איז שוין גרייט, גיט אַ קוועטש דאָ.
אין זײַן לעקציע וועט שוואַרץ פֿאָקוסירן אויף חיים יצחק בונין (1875 ־ 1943), אַ פֿאָרשער פֿון חב״ד־חסידות אין פּוילן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות, וואָס האָט האָט געשריבן בעיקר אױף העברעיִש, נאָר אױך אַרױסגעגעבן עטלעכע דערציילונגען אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט דער זאַמלונג מעשׂיות, „חב״דיש“ (לאָדזש, 1938).
אויפֿן סמך פֿון דער פֿאָרשאַרבעט פֿון יונתן מאיר וועט שוואַרץ דיסקוטירן פֿאַר וואָס בונין איז אַריבער אויף ייִדיש, און צי דאָס איז אפֿשר געווען צוליב זײַן קאָלאַבאָראַציע מיטן ליובאַוויטשער רבין, יוסף־יצחק שניאורסאָן. ער וועט אויך געבן דוגמאָות פֿון בונינס לשון וואָס איז געווען אָנגעפּיקעוועט מיט ווערטער און אויסדרוקן סײַ פֿונעם ווײַסרוסישן דיאַלעקט, סײַ פֿון די ליובאַוויטשער און אַנדערע תּלמידי־חכמים.
במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָר האָט דער פֿאָרווערטס אַרויסגעלאָזט אַ צאָל ייִדישע אַרטיקלען פֿון שוואַרצן ווי, למשל, „איסלאַם, מחמד און מוסולמענער אין דער ייִדישער פּאָעזיע“ און „אלישע ראָדין – אַ פּאָעט אַ מורד־במלכות װאָס איז געגאַנגען אױף קידוש־הלשון“ — אַרטיקלען וואָס האָבן צוגעצויגן אַ סך לייענער.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
