Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

איך פֿאָרש דעם גורל פֿון מײַן זיידן און אַנדערע בעלגישע ייִדן אונטער די דײַטשן  Searching what happened to my grandfather and other Belgian Jews under the Nazis

דער זיידע איז געווען אַ פֿעיִקער גלעזער, און האָט געעפֿנט אַ קראָם פֿון שפּיגלען אין אַנטווערפּן. 

די  מאַמע האָט מיך לעצטנס געפֿרעגט צי איך געדענק ווען איר טאַטע – מײַן זיידע בנימין ע״ה – איז אָנגעקומען קיין אוישוויץ, ווײַל זי וויל אָנצינדן אַ נשמה-ליכט. האָב איך זיך דערמאָנט אַז אין חודש נאָוועמבער האָט מען אים טאַקע דעפּאָרטירט פֿון בעלגיע קיין אוישוויץ-בירקענאַו, און דאָס איז געשען מיט אַכציק יאָר צוריק.

יאָ, אַכציק יאָר זײַנען שוין פֿאַרבײַ זינט זומער-האַרבסט 1942, ווען מען האָט אומגעבראַכט דאָס רובֿ ייִדן פֿון אייראָפּע. די גענויע דאַטע פֿון מײַן זיידנס טויט איז נישט באַקאַנט, און דערפֿאַר האָבן מיר קיינמאָל נישט אָפּגעמערקט קיין אָפֿיציעלע יאָרצײַט.

דעם אמת געזאָגט, מער ווי פֿופֿציק יאָר האָט מען דאָס אויך נישט געוווּסט. אין מײַנע קינדעריאָרן האָט מען אין דער משפּחה דערציילט אַז דער זיידע בנימין איז פֿאַרשיקט געוואָרן פֿון אַנטווערפּן דורך דראַנסי, לעבן פּאַריז, קיין אוישוויץ, און צוליב דעם וואָס ער איז געווען קראַנק – אַ לעבן-געבליבענער חבֿר האָט דערציילט אַז ער האָט שוין געהאַט געשוואָלענע פֿיס – האָבן די דײַטשן אים באַלד דערהרגעט. ווי איינער פֿון די קדושים-אומגעקומענע האָט מען וועגן דעם זיידן געהערט אָן אַ שיעור האַגיאָגראַפֿיע – הייליקע לעגענדעס – אָבער נישט קיין ביאָגראַפֿיע. ווייסן וויסט מען בלויז אַז ער איז אומגעקומען אין חורבן, איינער פֿון די זעקס מיליאָן, און זײַן יאָרצײַט איז געווען עשׂרה בטבֿת – „יום הקדיש הכללי“. מער דאַרף מען נישט פֿרעגן ווײַל עס טוט וויי.

דאָס האָט מיך פֿאַרכאַפּט שוין מיט דרײַסיק יאָר צוריק: איך האָב דווקא יאָ געוואָלט וויסן דעם אמת, אַנשטאָט גלייבן די לעגענדעס. האָב איך אָנגעהויבן פֿאָרשן, און געפֿונען אַ בוך — La déportation des Juifs de Belgique (דער גירוש פֿון די ייִדן פֿון בעלגיע) — און צווישן אַלע נעמען געפֿונען אויך מײַן זיידנס: בנימין לאַופֿמאַן, געבוירן אין פֿראַטאַנאָווי דעם ערשטן מײַ 1902 און פֿאַרשיקט פֿונעם דורכגאַנגסלאַגער מאַלין (מעכעלען, Mechelen) מיטן טראַנספּאָרט נומער XVI. דאָס הייסט, מע ווייסט יאָ ווען דער טראַנספּאָרט איז אַרויס פֿון בעלגיע – דעם 31סטן אָקטאָבער 1942 – און מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן ווען די צוג איז אַרײַן אין אוישוויץ: די ערשטע טעג פֿון נאָוועמבער.

במשך פֿון די יאָרן האָב איך אַנטדעקט נאָך פּרטים: דער זיידע, וואָס איז אָנגעקומען קיין אַנטווערפּן אין יאָר 1931, חתונה געהאַט און געהאַט פֿיר קינדער, איז פֿאָרט געבליבן אַ פֿרעמדער, נישט קיין בעלגישער בירגער. אַזוי האָט מען אים אַרעסטירט שוין דעם 21סטן יוני 1942, צווישן די ערשטע ייִדן פֿון דער שטאָט; מען האָט זיי פֿאַרשיקט קיין צפֿון־פֿראַנקרײַך, אויף צוואַנגאַרבעט צו בויען דעם „אַטלאַנטישן מויער“ – די באַרימטע דײַטשישע פֿעסטונגען בײַם ברעג ים. צוזאַמען מיט די אַנדערע מענער איז ער פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין אַ לאַגער אין דאַן-קאַמיע (Dannes-Camiers), נישט ווײַט פֿון בולאָניע סור-מער, און דאָרטן האָבן זיי געאַרבעט ביז סוף אָקטאָבער, ווען מען האָט זיי צוריק געשיקט קיין בעלגיע, און ווײַטער – קיין אוישוויץ-בירקענאַו.

בני מערס זיידע בנימין מיט דער באָבע פֿייגע און די מומע פּעסעלע, אַנטווערפּן, אַרום 1935 Courtesy of Benny Majersdorf

די אַלע נײַע פּרטים האָבן מיך אַזוי דערשטוינט, אַז איך מיט מײַנע עלטערן האָבן מיר באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין פֿראַנקרײַך; תּיכף פֿון פֿליפֿעלד זײַנען מיר געפֿאָרן קיין דאַן, וואָס איז אַ דערפֿל אין נאָרמאַנדי: אַ מאַרקפּלאַץ מיט אַ קלויסטער און אַהאָטעל-דע-וויל (מאַגיסטראַט). עס איז דעמאָלט געווען אַ פֿאַרוואָלקנטער טאָג, און מען האָט נישט געזען קיין סך מענטשן אין דאָרף. אָבער ס׳איז דאָרט יאָ געזעסן אַן אַלטער מאַן, און מײַן מאַמע האָט זיך דערנענטערט צו אים און געפֿרעגט, צי ער האָט געקענט דעם אָרטיקן לאַגער. יאָ, האָט ער געענטפֿערט. ער איז געווען אַ קינד, אָבער ער געדענקט גוט די פֿאַרפּײַניקטע ייִדן אין לאַגער: זײַן פֿאָטער האָט אים אַהין גענומען כּדי העלפֿן זיי אַרײַנשמוגלערן ברויט. גאָרנישט איז געבליבן פֿון די באַראַקן, האָט ער געזאָגט, אָבער פֿון דעסט וועגן זײַנען מיר געפֿאָרן צום צמענטאַזש, און דאָרטן, צווישן די מצבֿות, געפֿונען עטלעכע ייִדישע קבֿרים און אַ דענקמאָל לזכר די אומגעקומענע ייִדן פֿונעם לאַגער. די גאַס וואָס פֿירט פֿון בית-עולם הייסט הײַנט „די ייִדישע מאַרטירן“.

נאָך דעם באַזוך אין דאַן זײַנען יאָרן פֿאַרבײַ, און איך האָב דאָס אַלץ כּמעט פֿאַרגעסן ביז מײַן מאַמע האָט מיך געשטעלט די פֿראַגע וועגן דעם זיידנס יאָרצײַט. דאַן האָב איך זיך געכאַפּט, אַז די אומבאַקאַנטע געשיכטע פֿון די ייִדן אין בעלגיע איז דווקא זייער אינטערעסאַנט: דאָס רובֿ ייִדן אין בעלגיע (93 פּראָצענט) זײַנען פֿאַר דער מלחמה געווען אימיגראַנטן, ייִדן פֿון פּוילן און פֿון רומעניע, און אין משך פֿון די געציילטע יאָרן האָבן זיי געבויט אַ נײַע היים – אין בריסל, אַנטווערפּן, לייעזש  און אַנדערע שטעט.

על-פּי-רובֿ זײַנען זיי געווען פּשוטע אַרבעטערס און בעלי-מלאכות: מײַן זיידע איז געווען אַ פֿעיִקער גלעזער, און האָט געעפֿנט אַ קראָם פֿון שפּיגלען אין אַנטווערפּן און בכּבֿודיק געהאָדעוועט זײַן משפּחה. די געשיכטע פֿון אָט די ייִדן אַנטהאַלט די ריזיקע דראַמע פֿון מענטשן וואָס האָבן איבערגעלאָזט טאַטע-מאַמע, די אַלטע היים און די אַלטע טראַדיציעס, און אָנגעהויבן פֿון ס׳נײַ אין מערבֿ־אייראָפּע. פֿון דעסטוועגן האָבן זיי געוואָלט בלײַבן אין קאָנטאַקט מיט ייִדיש, און אַמאָל אויך מיט ייִדישקייט. זייערע געשיכטעס געהערן אָן שום ספֿק צו דער „מיקראָ-געשיכטע“ פֿון די קליינע מענטשעלעך, וואָס איז הײַנט צו טאָג אַ וויכטיקער צווײַג פֿון דער געשיכטע-פֿאָרשונג. דאָס איז אויך מײַן באַליבטסטע טעמע, און פֿאַר וואָס טאַקע, האָב איך געטראַכט, נישט שרײַבן וועגן דעם?

האָב איך אָנגעהויבן ווידער פֿאָרשן, און דאָס מאָל תּיכף געפֿונען אויף יוטיוב אַ דאָקאָמענטאַר־פֿילם פֿון יאָר 1999, מיטן נאָמען „די אַנטלויפֿערס פֿון 16סטן טראַנספּאָרט“.

דער פֿילם איז נישט נאָר אַ געראָטענער און אַ רירנדיקער, נאָר אויך אַזאַ וואָס מע קאָן נישט פֿילמירן הײַנט. די מענטשן וועמען מע אינטערוויויִרט אין פֿילם זײַנען געווען יונגע לײַט אין 1942 (דערפֿאַר האָבן זיי געקאָנט אַנטלויפֿן, אַרויסשפּרינגען פֿון צוג), און הײַנט זענען זיי שוין מסתּמא אויף יענער וועלט. אין די סוף נײַנציקער יאָרן האָט דער רעזשיסער, לעאָ ווײַנבלום, זיי צוריקגעבראַכט קיין דאַן-קאַמיע און זיי פֿילמירט ווידער פֿאָרנדיק אין צוג. מע זעט דאָ באַשיימפּערלעך די השפּעה פֿון קלאָד לאַנצמאַנס דאָקומענטאַר־פֿילם „שואה“: דער עיקר זעט מען דאָ די לעבן-געבליבענע און מע הערט זייער גבֿית־עדות. הײַנט, ווען מע וואָלט געוואָלט מאַכן אַזאַ פֿילם, וואָלט מען זיכער באַנוצט פֿאַרשיידענע אַנימאַציעס כּדי צו „באַלעבן“ די טעמע.

אַזוי, למשל, דערציילן די מענטשן אין פֿילם – דאָס רובֿ מענער, און ס’רוב פֿון דער שטאָט ליעזש (Liège) – אַז נאָר ווען זיי זײַנען אָנגעקומען אין דאַן-קאַמיע און געזען די ייִדן פֿון אַנטווערפּן, האָבן זיי פֿאַרשטאַנען וואָס פֿאַר אַ לאַגער דאָס איז: נאָך אַ חודש זײַנען שוין די „ותּיקים“ געווען פֿאַרהונגערט און שוואַך.

מע דערציילט נישט אין פֿילם ווי אַזוי האָבן זיי גערעדט מיט די ייִדן פֿון אַנטווערפּן – מסתּמא גערעדט ייִדיש צווישן זיך, און עס אינטערעסירט מיך אויך די באַציִונגען צווישן די פֿרײַע און די פֿרומע און צווישן די יונגע און די אַלטע. נאָך אַלעמען, דער פֿילם ווערט דערציילט דווקא דורך די לעבן-געבליבענע פֿונעם 16סטן טראַנספּאָרט, און די געשיכטע פֿון דאָס רובֿ ייִדן – 702 מענער און 121 פֿרויען וואָס זײַנען אומגעקומען אין אוישוויץ – בלײַבט אויף אייביק אַ נישט־דערציילטע.

עס איז נאָך, בּכן, דאָ אַ סך וואָס צו פֿאָרשן און צו דערציילן. יעדער מענטש איז אַ וועלט פֿאַר זיך, און יעדע געשיכטע איז אַן אינטערעסאַנטע – עס ווענדט זיך נאָר ווי אַזוי מע דערציילט עס. דאָס איז אַ שווערע אויפֿגאַבע פֿון אונדעזר דור, און בפֿרט פֿון די וואָס ווילן איבערגעבן די געשיכטעס וועגן חורבן אויך הײַנט, ווען די לעבן-געבליבענע אַליין געדענקען ווייניק וואָס האָט פּאַסירט אין זייערע אומעטיקע קינדער-יאָרן.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.