Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וואָס קענען ייִדישיסטן זיך אָפּלערנען פֿון עספּעראַנטיסטן?What can Yiddishists learn from Esperantists?

לאַנג פֿאַר ייִוואָ, האָט לייזער זאַמענהאָף דערפֿונדן אַ פֿאָרעם פֿון דער ייִדישער כּלל־שפּראַך.

נישט לאַנג צוריק האָב איך געשריבן וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקן עספּעראַנטיסט, משה בראָנשטיין, וועלכער זעצט איבער לידער פֿון ייִדיש אויף עספּעראַנטאָ. איצט וויל איך דערקלערן, פֿאַרוואָס איך מיין, אַז פֿון די עספּעראַנטאָ־סבֿיבֿות קאָנען די הײַנטיקע ייִדישיסטן אָפּלערנען עפּעס וויכטיקס.

מיט 40 יאָר צוריק, אין 1982, איז צום ערשטן מאָל אַרויס לייזער (לודוויג) זאַמענהאָפֿס ייִדישע גראַמאַטיק אויפֿן אָריגינעלן רוסיש מיט אַ פּאַראַלעלער עספּעראַנטאָ־איבערזעצונג. זאַמענהאָף (1859 – 1917), דער שאַפֿער פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער שפּראַך עספּעראַנטאָ, איז אויך געווען אַן אייגנאַרטיקער ייִדישיסט. זײַן גראַמאַטיש ווערק האָט ער אָנגעשריבן אין 1879; דאָס איז געווען די ערשטע סיסטעמאַטישע לינגוויסטישע באַשרײַבונג פֿון ייִדיש, וואָס בלײַבט נאָך אַלץ באַלערנדיק. לאַנג פֿאַר דער גרינדונג פֿון ייִוואָ האָט ער פֿאַקטיש דערפֿונדן די כּלל־שפּראַך, אויפֿן סמך פֿון זײַן ליטווישן אַרויסרייד און דער גראַמאַטיק פֿונעם פּוילישן דיאַלעקט.

זאַמענהאָף האָט פֿאָרגעשלאָגן צו שרײַבן אויף ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות. אין 1909 האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן לאַטיניזאַציע־פֿאָרלייג אינעם ווילנער זשורנאַל „לעבן און וויסנשאַפֿט‟. עס קאָן זײַן, אַז די הײַנטיקע ייִוואָ־סיסטעם פֿון פֿאַרשרײַבן ייִדישע ווערטער מיט לאַטײַנישע אותיות שטאַמט טאַקע פֿון זאַמענהאָפֿן.

זײַן ייִדיש־אויסלייג פֿון ייִדיש איז ענלעך אויף עספּעראַנטאָ: אַנשטאָט אַזעלכע קאָמבינאַציעס פֿון אותיות, ווי sh, באַנוצט זיך זאַמענהאָף מיט אַ דיאַקריטישן צייכן: ś. אין אַזעלכע פֿאַלן, ווען אַ קאָנסאָנאַנט פֿאָרמירט אַ טראַף אָן קיין וואָקאַל, האָט ער פֿאָרגעלייגט צו באַצייכענען אים מיט ê. למשל, ער דערקלערט אין זײַן גראַמאַטיק, אַז „בריקן‟ דאַרף מען טראַנסקריבירן ווי brikên, אָבער „טשעפּען‟ – ווי ćepen. כּדי צו מאַכן אַן אונטערשייד צווישן געוויסע האָמאָנימען, האָט זאַמענהאָף איבערגעלאָזט דעם אַלטמאָדישן שטומען הא און צומאָל טאָפּלטע אותיות: śvehr מיינט בײַ אים דעם אַדיעקטיוו „שווער‟ און śverr – אַ שווער (קרובֿ). דיפֿטאָנגען פֿאַרשרײַבט ער מיטן אות j: צום בײַשפּיל, דערציילן – dercejlên.

גאַנצע ביכער זענען אַרויס לויט אַזאַ נוסח. דער מאָסקווער מלוכישער מוזיק־פֿאַרלאַנג האָט אין די 1930ער יאָרן אַרויסגעגעבן משה בערעגאָווסקיס ריזיקע פֿינף־בענדיקע זאַמלונג פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער, לאַטיניזירט לויט אַ וואַריאַנט פֿון זאַמענהאָפֿס סיסטעם נאָך נעענטער צום עספּעראַנטאָ־אויסלייג. דעם שטומען הא און ê האָבן די סאָוועטישע וויסנשאַפֿטלער אָבער אָפּגעוואָרפֿן.

אין זײַן גראַמאַטיק, האָט זאַמענהאָף געוויזן, אַז אויף ייִדיש קאָן מען שרײַבן לידער אין אַלע קלאַסישע פּאָעטישע מעטערס. אָט איז, למשל, זײַן בײַשפּיל פֿון אַנאַפּעסט:

איך פֿאַרגעס דײַנע צרות און גליקלעכערהייט

הייל די וווּנדן מיט לידער און ווײַן,

און דערצייל מײַנע קינדער אין נחת און פֿרייד,

ווי ס׳איז ביטער אַ יתום צו זײַן.

אין יענער תּקופֿה, ווען זאַמענהאָף האָט אָנגעשריבן די דאָזיקע פֿערזן, איז ער געווען פּראָ־ציוניסטיש געשטימט, איז דעריבער קלאָר אַז דאָ איז ער מרמז אויף זײַן בענקעניש נאָך ארץ־ישׂראל. אין 1887 איז אַרויס זײַן ערשטע עספּעראַנטאָ־גראַמאַטיק. דעמאָלט האָט ער זיך שוין קריטיש באַצויגן צו אַלע מינים נאַציאָנאַליזם, אַרײַנגערעכנט ציוניזם. אין 1901 איז אַרויס אויף רוסיש זײַן בראָשור וועגן הלליזם – אַן אַלגעמיינע עקומענישע פֿילאָסאָפֿיע מיט אַן אייגנאַרטיקן וואַריאַנט פֿון רעפֿאָרם־ייִדישקייט. דאָרט טרעט זאַמענהאָף אויף ווי אַ ראַדיקאַלער ייִדישיסט און דערקלערט מיט שאַרפֿע ווערטער, אַז דער איינציקער אופֿן, כּדי ייִדן זאָלן ווערן אַן עכט פֿאָלק, איז צו דערקלערן דעם „זשאַרגאָן‟ פֿאַר זייער נאַציאָנאַלער שפּראַך. אַנדערש בלײַבן די ייִדן, לויט זאַמענהאָפֿן, בלויז אַ רעליגיעזע גרופּע, נישט קיין פֿאָלק אינעם עטנישן זין. דעם ציוניסטישן געדאַנק אויפֿצולעבן העברעיִש האָט ער קריטיקירט ווי אַן אוטאָפּישע נאַרישקייט.

מע קאָן דאָך זאָגן דאָס זעלביקע וועגן עספּעראַנטאָ. דאָס דאָזיקע קינסטלעכע לשון, באַגרינדעט על־פּי־רובֿ אויף ראָמאַנישע שפּראַכן מיט אַ גרויסן צומיש פֿון גערמאַנישע און סלאַווישע, האָט אַן אויסגעשפּראָכענעם אוטאָפּישן טעם. אין זײַן עספּעראַנטאָ־ליד Preĝo sub la Verda Standardo („אַ תּפֿילה אונטער דער גרינער פֿאָן‟), שילדערט זאַמענהאָף אַ גליקלעכע וועלט, אין וועלכער ייִדן, קריסטן און מוסולמענער דאַוונען בשלום צוזאַמען. די גרינע פֿאָן סימבאָליזירט זײַן שפּראַך, וואָס פֿאַראייניקט אַלע מענטשן אויף דער וועלט.

זאַמענהאָפֿס אוטאָפּיע איז אָבער אַן אינטערנאַציאָנאַלע – און אין אַ געוויסער מאָס טאַקע אַ געראָטענע. הונדערטער טויזנטער מענטשן קענען הײַנט זײַן לשון: אין כינע, איראַן (כאָמייני אַליין האָט געשטיצט עספּעראַנטאָ), דרום־אַמעריקע, פֿאַרשיידענע אַזיאַטישע און, אַוודאי, מערבֿדיקע לענדער.

אַגבֿ, ייִדיש האָט איבערגעלאָזט אַ ממשותדיקן שפּור אויף זאַמענהאָפֿס אויסקלײַב פֿונעם שפּראַכלעכן מאַטעריאַל; אַ ריי גערמאַניש־שטאַמיקע עספּעראַנטאָ־ווערטער ווערן אַרויסגערעדט און גענוצט נישט ווי דײַטשישע, נאָר דווקא ווי ייִדישע.

צום ווייניקסטן אַ טויזנט מענטשן איבער דער וועלט זענען נאַטירלעכע עספּעראַנטאָ־רעדער, דערצויגן אין עספּעראַנטיסטישע משפּחות. אָט דאָס, די פּראַקטישע מעגלעכקייט צו דערציִען אַ קינד אויף אַ געוויסער שפּראַך אַפֿילו אָן קיין רעדער־סבֿיבֿה, קאָן זײַן גאַנץ באַלערנדיק פֿאַר די, וואָס שטרעבן צו דערציִען קינדער ווי ייִדיש־רעדער, נישט זײַענדיק פֿאַרבונדן מיט חסידישע צי וועלטלעכע ייִדישיסטישע קרײַזן.

ווי באַלד לייזער זאַמענהאָף האָט אַליין געהאַט אינטערסאַנטע ייִדיש־געדאַנקען, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז די אָרגאַניזאַטאָרישע אינפֿראַסטרוקטור אַרום זײַן לשון קאָן נאַטירלעך פּאַסן פֿאַר ייִדישיסטישע צוועקן. אין דער הײַנטיקער וועלט ציט ייִדיש צו כּלערליי ענטוזיאַסטן, לאַוו־דווקא ייִדן. די עספּעראַנטיסטן העלפֿן, געוויינטלעך, אַקטיוו און האַרציק איינער דעם צווייטן. ס’איז פֿאַראַן אַן אינטערנאַציאָנאַלע נעץ פֿון איבער 2,000 היימען – Pasporta Servo – וווּ אַ מענטש, וואָס רעדט כאָטש אַ ביסל אויף עספּעראַנטאָ, קאָן אײַנשטיין אומזיסט און פֿאַרברענגען מיט אַן עספּעראַנטאָ־רעדנדיקער משפּחה.

אויב עס טרעפֿן זיך נאָך הײַנט ייִדישיסטן, וואָס גלייבן אינעם סטערעאָטיפּ, אַז ייִדיש געהערט בלויז צו ייִדן, דאַרף זיי פּטור ווערן פֿון אַזאַ פֿאַלשער אמונה. אַ סך הײַנטיקע ייִדיש־טוער זענען נישט קיין ייִדן און זענען שוין לאַנג אָנגענומען בכּבֿוד־גדול אין ייִדישיסטישע קרײַזן. מע דאַרף אויך שטרעבן צו העלפֿן יעדן, וואָס וויל זיך אויסלערנען די שפּראַך – לכל־הפּחות, אויף דער אינטערנעץ.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.