טשיקאַוועסן: אונגעריש־ייִדישע גימנאַסטקע ווערט 102; 4,000־יאָריקע שטרויס־אייער אַנטדעקט אינעם נגבֿTidbits: Jewish gymnast Ágnes Keleti turns 102; 4,000-year old ostrich eggs found in the Negev
אַגנעש קעלעטי האָט געוווּנען פֿינעף אָלימפּישע מעדאַלן, דרײַ פֿון זיי — גאָלדענע.
Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!
If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.
Listen to the report here:
הערט די „טשיקאַוועסן“ אויף אוידיאָ דאָ:
די וואָך האָט די אַמאָליקע גימנאַסטקע אַגנעש קעלעטי, די עלטסטע פֿון אַלע אָלימפּיאַדן אויף דער וועלט, געפּראַוועט איר 102טן געבוירן־טאָג.
קעלעטי, אַ ייִדישע פֿרוי וואָס איר געבוירן־נאָמען איז געווען אַגנעש קלײַן, האָט געוווּנען פֿינעף אָלימפּישע מעדאַלן (דרײַ פֿון זיי — גאָלדענע) און איז אַ מאָל געווען דער וועלט־טשאַמפּיאָן פֿון גימנאַסטיק.
זי איז געבוירן געוואָרן אין 1921 אין בודאַפּעשט. איר טאַטע, וואָס האָט שטאַרק ליב געהאַט צו גיין אויף לאַנגע שפּאַצירן און צו רודערן אויפֿן דונײַ, האָט אָפֿט מיטגענומען זײַן טעכטערל אויף די עקסקורסיעס. זי האָט אַרויסגעוויזן אַ גרויסן טאַלאַנט סײַ בײַ גימנאַסטיק סײַ בײַם שפּילן טשעלאָ און האָט אַפֿילו אויפֿגעטראָטן אין דער מוזיק־אַקאַדעמיע אין בודאַפּעשט. אויסגעקליבן האָט זי אָבער גימנאַסטיק און אין 1938 האָט מען זי אַרײַנגענומען אין דער נאַציאָנאַלער מאַנשאַפֿט.
ווען די רעגירונג־אינסטאַנצן האָבן אָבער אויסגעפֿונען אַז זי איז אַ ייִדישע האָבן זיי זי אַרויסגענומען פֿון דער מאַנשאַפֿט. זי האָט זיך אײַנגעקויפֿט דאָקומענטן מיט אַ נישט־ייִדישער אידענטיטעט, פּיראָשקאַ יוהאַס און, ניצנדיק דעם דעקנאָמען, זיך געלערנט קירזשנערײַ. דערנאָך האָט זי באַקומען אַרבעט ווי אַ דינסטמיידל און אָפֿט שפּאַצירט דרײַ מײַל צום ברעג דונײַ, וווּ זי האָט שטילערהייט פּראַקטיצירט גימנאַסטיק. כאָטש זי האָט איבערגעלעבט די מלחמה איז איר טאַטע אומגעקומען אין קאָנצענטראַציע־לאַגער.
לכּבֿוד קעלעטיס געבוירן־טאָג איז די וואָך אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ קורצער ווידעאָ אויף אונגעריש וועגן איר לעבן, וואָס נעמט אַרײַן פֿאָטאָגראַפֿיעס און ווידעאָ־אָפּשניטן פֿון אירע יאָרן ווי אַ גימנאַסטקע.
To read the news about this in English, go here.
צו לייענען מער וועגן דעם אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
אַכט שטרויס־אייער, וואָס זענען צווישן 4,000 און 7,500 יאָר אַלט, זענען אַנטדעקט געוואָרן לעבן אַ פֿײַערגרוב, בעת אַן אַרכעאָלאָגישער אויסגראָבונג אין די פֿעלדער פֿון מושבֿ באר מילכּה, אינעם נגבֿ, אין דרום־ישׂראל.
„דאָס איז אַ וויכטיק געפֿינס וואָס קען — מיט דער הילף פֿון מאָדערנע וויסנשאַפֿטלעכע מיטלען — אונדז לערנען אַ סך וועגן די נאָמאַדן אין מידבר אין קדמונישע צײַטן,“ האָט דערקלערט לאָרען דייווייס, די אויסגראָבונג־דירעקטאָרין פֿון דער ישׂראלישער אינסטאַנץ פֿון אַנטיקוויטעטן.
אַחוץ די שטרויס־אייער האָט מען אַנטדעקט פֿאַרברענטע שטיינער; מכשירים געמאַכט פֿון פֿײַערשטיין און שערבלעך.
די אייער זענען געווען צעשטויסן אָבער האָבן זיך גוט אויפֿגעהיט. „מיר האָבן שוין געפֿונען שטרויס־אייער אויף אַנדערע אַרכעאָלאָגישע ערטער,“ האָט געזאָגט אַמיר גאָרזאַלטשאַני, אַן אַרכעאָלאָג בײַ דער אינסטאַנץ. „לויט די רמזים האָט מען זיי געניצט אויף לוויות, ווי לוקסוס־זאַכן און ווי פֿעלדפֿלעשער. און אַוודאי ווי שפּײַז: איין שטרויס־איי איז אַזוי נערעוודיק ווי 25 הינער־אייער.“
עס זענען דאָ באַווײַזן אַז מע האָט אויך געניצט שטרויס־אייער ווי דעקאָראַציעס, האָט גאָרזאַלטשאַני צוגעגעבן. „ס׳איז אינטערעסאַנט אַז מיר געפֿינען אַ סך שטרויס־אייער אָבער נישט די ביינער פֿון דעם גרויסן פֿויגל.“ ס׳קען זײַן אַז אין יענע צײַטן האָבן די מענטשן פּשוט מורא געהאַט צו טשעפּען דעם שטרויס, האָבן זיי בלויז גענומען זייערע אייער.
To read the news about this in English, go here.
צו לייענען מער וועגן דעם אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO