צוויי גרופּעס אַשכּנזים אין מיטל־עלטערTwo groups of Ashkenazi Jews in the Middle Ages
אַ גענעטישע פֿאָרשונג פֿון ציין אויסגעגראָבענע פֿון אַן אַלטן בית־עולם האָבן אַרויסגערופֿן אַ דיסקוסיע וועגן די אַמאָליקע ייִדן אין ערפֿורט, דײַטשלאַנד.
נישט לאַנג צוריק האָט אַ גרופּע וויסנשאַפֿטלער פֿאַרעפֿנטלעכט גאַנץ אינטערעסאַנטע רעזולטאַטן פֿון גענעטישע פֿאָרשונגען, לויט וועלכע די ייִדישע קהילה אין ערפֿורט, דײַטשלאַנד, איז אינעם 14טן יאָרהונדערט באַשטאַנען פֿון צוויי מינים ייִדן.
אינעם אַרטיקל, וואָס איז דערשינען אינעם אָנלײַן־זשורנאַל Cell.com, ווערן דערמאָנט די לינגוויסטישע שטעלונגען פֿון צוויי באַקאַנטע ייִדיש־פֿאָרשער, ד״ר הירשע־דוד כּ״ץ און ד״ר אַלכּסנדר ביידער, וואָס באַטאָנען, אַז אין דער מיטל־עלטער זענען שוין געווען צוויי ייִדישע דיאַלעקטן: דער מערבֿדיקער, נעענטער צו דײַטשיש, און דער מיזרחדיקער, מיט אַ שטאַרקער סלאַווישער השפּעה. דער הײַנטיקער ייִדיש, אַחוץ זעלטענע אויסנאַמען, שטאַמט פֿונעם מיזרחדיקן פּראָטאָ־דיאַלעקט.
אין דער פֿאָרשונג האָבן זיך באַטייליקט אַ ריי גענעטיקער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל, דײַטשלאַנד, שפּאַניע און האָלאַנד. אויפֿן סמך פֿון אַ פּסק־דין פֿונעם ישׂראלדיקן דיין הרבֿ זאבֿ ליטקע און מיט אַ דערלויבעניש פֿון דער ערפֿורטער ייִדישער קהילה, האָבן די געטעניקער אַנאַליזירט די ציינער פֿון 33 ייִדן, וואָס זענען באַערדיקט אויפֿן אַלטן ייִדישן בית־עולם. הרבֿ ליטקע, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין גענעטישע פֿאָרשונגען פֿון ייִדן, האָט אָבער מתּיר געווען צו פֿאָרשן בלויז די ציינער, וואָס זענען געלעגן אין די קבֿרים אָפּגעטיילט פֿונעם געביין.
צום ערשטן מאָל האָבן די וויסנשאַפֿטלער אויף אַ דירעקטן אופֿן אַרײַנגעקוקט אינעם אָפּשטאַם פֿון אַשכּנזים פֿון מיטל־עלטער. האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז איין גרופּע איז געווען אין אַ ממשותדיקער מאָס אויסגעמישט מיט מערבֿ־אייראָפּעער און איז געווען, בדרך־כּלל, ענלעך אויף די הײַנטיקע טערקישע ספֿרדים, און די אַנדערע האָט טיילווײַז געשטאַמט פֿון סלאַווישע גרים. אויב אַזוי, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז אינעם 14טן יאָרהונדערט זענען שוין געווען פֿאַראַן צוויי דיאַלעקטן פֿון ייִדיש.
ערפֿורט איז די הויפּטשטאָט פֿון טורינגיע – אַ צענטראַל־דײַטשישער שטאַט אויפֿן שטח פֿון אַן אינטענסיוון קאָנטאַקט פֿון דײַטשן און סלאַוון. הײַנט געפֿינט זיך די שטאָט בערך 70 מײַל פֿון דער טשעכישער גרענעץ. ייִדן האָבן זיך דאָרט באַוויזן אינעם 11טן יאָרהונדערט. די עלטסטע טיילן פֿון דער אַלטער ערפֿורטער שיל שטאַמען פֿונעם יאָר 1094. אין 1221 איז דאָרט אויסגעבראָכן אַ פּאָגראָם. דערנאָך האָט די קהילה רעלאַטיוו שטיל געבליט ביזן יאָר 1349, ווען די אַנטיסעמיטן האָבן באַשולדיקן די ייִדן אינעם פֿאַרשפּרייטן דעם פּעסט. אַ סך ייִדישע תּושבֿים זענען דעמאָלט אויסגעשאָכטן געוואָרן און דאָס רעשט – פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון דער שטאָט. צווישן די קרבנות איז געווען הרבֿ אַלכּסנדר הכּהן, דער מחבר פֿונעם „ספֿר האגודה‟ – איינע פֿון פֿריִיִקסטע פּראַקטישע הלכה־זאַמלונגען. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער האָט דער שטאָטס־ראַט ווידער דערלויבט ייִדן זיך צו באַזעצן אין דער שטאָט. הײַנט באַטרעפֿט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין ערפֿורט בערך 800 רעגיסטרירטע קהילה־מיטגלידער.
די גענעטישע פֿאָרשונג האָט אַרומגענומען דעם פּעריאָד פֿון 1270 ביז 1400. לויט דער שטודיע באַקומט זיך, אַז די הײַנטיקע אַשכּנזים האָבן אַ שײַכות צו ביידע היסטאָרישע גרופּעס. ווײַזט אויס, אַז במשך פֿון 700-600 יאָרן האָבן זיי זיך אויסגעמישט, בדרך־כּלל, בלויז צווישן זיך. די שפּעטיקע השפּעה פֿון גרים און אַנדערע ייִדן איז געווען אַ מינימאַלע.
אין מיטל־עלטער איז אָבער געווען אַן אַנדער מצבֿ. ייִדן פֿון מערבֿ־אייראָפּע זענען געווען גענעטיש אויסגעמישט מיט דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג; די פֿאָרשער באַמערקן אַ באַזונדערס גרויסע ענלעכקייט צו די איטאַליענער, וואָס שטימט מיט די היסטאָרישע דאָקומענטן, לויט וועלכע אין די ערשטע יאָרהונדערטער פֿון דער קריסטלעכער צײַטרעכענונג איז ייִדישקייט געווען אַ גענוג פּאָפּולערע, אַפֿילו אַ מיסיאָנערישע רעליגיע אין דער רוימישער אימפּעריע. דערנאָך, אינעם פֿערטן יאָרהונדערט, האָט די קריסטלעכע מאַכט שטרענג פֿאַרבאָטן די ייִדן צו פֿאַרשפּרייטן זייער גלויבן. די צווייטע גרופּע ווײַזט אַרויס אַ גרויס שײַכות צו דער באַפֿעלקערונג פֿון מיזרח־אייראָפּע.
להיפּוך צו מאַקס ווײַנרײַכס קלאַסישער טעאָריע, לויט וועלכער ייִדיש איז אויפֿגעקומען אין לאָטאַרינגיע, בײַ די ברעגן פֿונעם טײַך רײַן, האָבן הירשע־דוד כּ״ץ, ראָבערט קינג און אַ צאָל אַנדערע ייִדיש־פֿאָרשער באַמערקט, אַז אונדזער לשון איז אַ סך נעענטער צום בײַערישן דײַטש. דאָס שטימט אויך מיט דער ייִדישער פֿאָלקס־געשיכטע; אין דער רבנישער ליטעראַטור פֿון דער געוועזענער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע ווערט דערמאָנט, אַז די ערשטע אַשכּנזים האָבן בכּיוון פֿאַרייִדישט דווקא דאָס רעדעניש, דעם לאָקאַלן דיאַלעקט, פֿון בײַערן. כּ״ץ איז זיך משער, אַז דאָס היסטאָרישע וויגעלע פֿון ייִדיש איז רעגנסבורג – אַרום 140 מײַל אויף דרום פֿון ערפֿורט.
אַ ריי אַלט־ייִדישע כּתבֿ־ידן זענען אָנגעשריבן אויף אַ שפּראַך, וואָס קלינגט טאַקע נאָענט צו דײַטשישע דיאַלעקטן פֿון לאָטאַרינגיע. אַ הײַנטיקן ייִדיש־רעדער איז שווער אַזעלכע טעקסטן צו פֿאַרשטיין. פֿון דער צווייטער זײַט, איז אין 1613 דערשינען דער מעדיצינישער טראַקטאַט „ספֿר עץ החיים‟, וואָס ווײַזט קלאָר, אַז מיט 400 יאָר צוריק האָבן די פּוילישע ייִדן שוין גערעדט מער אָדער ווייניקער ווי הײַנט. זיכער איז די געשיכטע פֿון מיזרחדיקן ייִדיש אַ סך עלטער, הגם דאָס איז דער ערשטער באַקאַנטער אָפּגעהיטער דאָקומענט אויפֿן פּוילישן ייִדיש.
די ערפֿורטער שטודיע איז אַ ריין גענעטישע; אַחוץ דרײַ פֿאַררופֿונגען אויף כּ״ץ, ביידער און מאַקס ווײַנרײַך ווערט די ייִדישע שפּראַך דאָרט בכלל נישט דערמאָנט. די אויספֿירן לייגן זיך אָבער שטאַרק אויפֿן שׂכל. אויב איין גרופּע פֿריִיִקע אַשכּנזים האָט זיך אויסגעמישט מיט די מערבֿ־אייראָפּעער, האָבן זיי אָפּגעהיט פֿאַרשיידענע נעמען און ווערטער, וואָס שטאַמען פֿון אַלט־פֿראַנצויזיש און אַלט־איטאַליעניש. צום דאָזיקן שיכט געהערן, למשל, אַזעלכע ווערטער, ווי „בענטשן‟, „לייענען‟ און „טשאָלנט‟. אינעם 12טן יאָרהונדערט טרעפֿן זיך אין די אַשכּנזישע ספֿרים אויך פֿאַרשיידענע סלאַווישע ווערטער; קאָן זײַן, אַז זיי זענען געווען אין גאַנג צווישן דער צווייטער גרופּע.
להיפּוך צו עקסטרעמע – און פֿאַנטאַסטישע – השערות, אַז אַשכּנזים האָבן זיך מיט קיין אייראָפּעער ביז לעצטנס נישט געמישט אָדער אַז זיי שטאַמען דווקא פֿון כּוזרישע צי סלאַווישע גרים, באַקומט זיך, לויט דער איצטיקער שטודיע, אַ מער רעאַליסטיש בילד. במשך פֿון דער לאַנגער געשיכטע, האָבן ייִדן צוגעצויגן אַ נישקשהדיקע צאָל נאָכפֿאָלגער סײַ אינעם מערבֿדיקן, סײַ אינעם מיזרחדיקן חלק פֿון אייראָפּע. דער אײַנפֿלוס פֿון נאַטירלעכע ראָמאַניש־ און סלאַוויש־רעדער האָט, פֿאַרשטייט זיך, משפּיע געווען אויף זייער לשון. צום סוף האָבן ביידע גרופּעס, וואָס האָבן גערעדט אויף גערמאַנישע דיאַלעקטן, זיך אויסגעמישט צווישן זיך און דער מיזרחדיקער סלאַוויש־באַאײַנפֿלוסטער דיאַלעקט פֿון ייִדיש האָט געוווּנען.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO