Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צװישן שלום-עליכם און דער רוסישער קולטורThe complex relationship between Sholem Aleichem and Russian culture

הגם קריטיקער האָבן נישט געהאַלטן פֿון זײַן ראָמאַן „די בלוטיקע שפּאַס‟ איז ער פֿאַרבליבן אין רעפּערטואַר פֿון סאָװעטיש־ייִדישע טעאַטערס ביז די 1940ער.

אלכּסנדר פֿרענקעל, דער ראָש פֿונעם ייִדישן קהילה-צענטער אין סאַנקט-פּעטערבורג, האָט זיך לאַנגע יאָרן אָפּגעגעבן מיטן פֿאָרשן שלום-עליכמס לעבן און שאַפֿונג. זײַנע אַרטיקלען האָבן זיך באַװיזן אין פֿאַרשײדענע רוסישע פּעריאָדישע פּובליקאַציעס און איצט, סוף-כּל-סוף, זײַנען זײ צונױפֿגעבראַכט געװאָרן אין אַ זאַמלבוך, „דער אומבאַקאַנטער שלום-עליכם׃ נײַע איבערזעצונגען, פֿאָרשונגען און פּובליקאַציעס‟, װאָס איז אַרױס װי אַ בײַלאַגע צו דעם זשורנאַל „דאָס פֿאָלק פֿונעם בוך אין דער װעלט פֿון ביכער‟.

די הױפּטטעמע פֿון פֿרענקעלס פֿאָרשערישן אינטערעס איז שלום-עליכם און די רוסישע קולטור. דער דאָזיקער ענין האָט צװײ אַספּעקטן׃ שלום-עליכמס באַציִונגען מיט דער רוסישער קולטור און דער רוסישער אָפּרוף אויף שלום-עליכמס שאַפֿונג. בײדע אַספּעקטן װערן אינעם בוך פּרטימדיק באַהאַנדלט.

אין סאָװעטן-פֿאַרבאַנד איז שלום-עליכם אָנערקענט געװאָרן װי דער הויפּט־קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. צוליב דעם האָט ער זוכה געװען אַ װאָגיקע זעקס-בענדיקע אױסגאַבע פֿון זײַנע געזאַמלטע װערק אין דער רוסישער איבערזעצונג, װאָס איז אַרױס אין דרײַ פֿאַרשײדענע אױפֿלאַגעס מיטן סך-הכּלדיקן טיראַזש פֿון כּמעט אַ האַלב-מיליאָן עקזעמפּלאַרן. בײַ די רוסיש-רעדנדיקע לײענער, ייִדן און ניט-ייִדן, האָט די דאָזיקע אױסגאַבע געדינט װי אַ פֿענצטער אין דער װעלט פֿון ייִדישקײט.

פֿרענקעלס פֿאָרשונגען אַנטפּלעקן דעם קאָמפּליצירטן פּראָצעס פֿון אױספֿורעמען שלום-עליכמס סאָװעטישן „קאַנאָן‟ אױף ייִדיש און אױף רוסיש. געװיס זײַנען ניט אַלע פֿון שלום-עליכמס װערק געװען פּאָליטיש כּשר אינעם סאָװעטן-פֿאַרבאַנד. קודם-כּל גײט עס װעגן זײַנע ציוניסטישע סימפּאַטיעס. אַזױ למשל האָט מען באַזײַטיקט אַפֿילו דעם נאָמען פֿון טעאָדאָר הערצל פֿון זײַנע איבערגעזעצטע דערצײלונגען.

אָבער פֿרענקעל דערװײַזט, אַז װײַט ניט אַלע השערות װעגן דער סאָװעטישער צענזור זײַנען געװען באַרעכטיקט. אַ צאָל פֿאָרשער האָבן געהאַלטן, אַז דער ראָמאַן „די בלוטיקע שפּאַס‟ איז געװען פֿאַרװערט אין סאָװעטן-פֿאַרבאַנד, װײַל מען האָט אים געהאַלטן פֿאַר אַ „נאַציאָנאַליסטישן‟. װײַזט אױס, אַז „די בלוטיקע שפּאַס‟ איז טאַקע אַרױס אױף רוסיש אין 1929 און איז געװען גאַנץ פּאָפּולער. דאָס איז געװען די צײַט, דערקלערט פֿרענקעל, װען די סאָװעטישע פּראָפּאַגאַנדע האָט געפֿירט אַ קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם, און די פּובליקאַציע פֿון שלום-עליכמס ראָמאַן איז געװען צײַטיק.

אין די 1930ער יאָרן, װען די סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטור-פֿאָרשער האָבן זיך גענומען פֿאַר אױספֿורעמען דעם קאַנאָן פֿון שלום-עליכם װי אַ פֿאָלקשרײַבער, האָט „די בלוטיקע שפּאַס‟ מער ניט געטױגט, ניט פּאָליטיש און ניט קינסטלעריש. דװקא די עסטעטישע אָפּשאַצונג האָט דערבײַ געשפּילט די װיכטיקסטע ראָלע. ייִדישע קריטיקער, שמואל ניגער און בעל-מחשבֿות בתוכם, זײַנען געװען אײַנשטימיק, אַז „די בלוטיקע שפּאַס‟ געהערט ניט צו שלום-עליכמס מײַסטערװערק. דערפֿאַר טאַקע האָט מען דעם ראָמאַן ניט אַרײַנגענומען אין דער סאָװעטישער אױסגאַבע פֿון שלום-עליכמס װערק אױף ייִדיש, װאָס איז געװאָרן דער יסוד פֿאַר דער שפּעטערדיקער רוסישער אױסגאַבע.

ניט געקוקט אױף דעם איז „די בלוטיקע שפּאַס‟ און פֿאַרשײדענע אַדאַפּטאַציעס אירע אָבער פֿאַרבליבן אינעם רעפּערטואַר פֿון סאָװעטישע ייִדישע טעאַטערס ביז אין די 1940ער יאָרן. שפּעטער, װען מען האָט פּלאַנירט די רוסישע אױסגאַבע פֿון שלום-עליכם, האָט מען געטראַכט װעגן פּובליקירן „די בלוטיקע שפּאַס‟, אָבער דער דאָזיקער פּלאַן איז ניט מקוים געװאָרן. ערשט אין 1989-1988 איז דער ראָמאַן פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אינעם מאָסקװער זשורנאַל „סאָװעטיש הײמלאַנד‟ און אַרױס אױך אױף רוסיש אין דער רוסישער בײַלאַגע צו דעם זשורנאַל.

די געשיכטע פֿון „רוסישן‟ שלום-עליכם הײבט זיך אָן אײנצײַטיק מיט דער געשיכטע פֿון זײַן ליטעראַרישער טעטיקײט אױף ייִדיש. דער יונגער מחבר האָט געמאַכט עטלעכע פּרוּװן צו שרײַבן אױף רוסיש, אָבער זײ זײַנען אים ניט געלונגען. אַזױ װי אַנדערע רוסיש-ייִדישע שרײַבער איז ער ניט געװען בכּוח צו געפֿינען אַ פּאַסיקן אידיאָמאַטישן סטיל פֿאַרן איבערגעבן די לעבעדיקע רײד פֿון ייִדישע פּערסאָנאַזשן אױף רוסיש.

אָבער איבערזעצונגען זײַנען געװען אַן אַנדער זאַך. שלום-עליכם האָט געהײסן זײַן רוסישן איבערזעצער יולי פּינוס׃ „הקיצור — איר דאַרפֿט געדענקען, אַז איר זעצט מיך איבער פֿאַר די רוסן, פֿאַר ניט-ייִדן‟. ער האָט באַשטאַנען, דער איבערזעצער זאָל אױסמײַדן ייִדישע װערטער, װאָס קלינגען פֿרעמד פֿאַרן רוסישן אױער׃ תּפֿילין, מזוזה, מינחה וכּדומה. צװישן הײַנטיקע איבערזעצער פֿון ייִדיש איז אַזאַ מין צוגאַנג מער ניט פּאָפּולער. הײַנט סטאַרעט מען זיך, פֿאַרקערט, איבערצולאָזן ייִדישע װערטער און באַגריפֿן כּדי צו מאַכן דעם טעקסט װאָס מער ייִדישלעך.

פֿרענקעלס בוך איז כּולל אַן אינטערעסאַנטן רוסישן טעקסט פֿון שלום-עליכם, װאָס געפֿינט זיך אין שאול גינזבורגס אַרכיװ אין ירושלים. דאָס איז אַ שטיקל זכרונות װעגן דעם צוזאַמענפֿאָר פֿון דער ערשטער לעגאַלער רוסישער אָרגאַניזאַציע פֿאַר שטיצן דעם ייִדישן ייִשובֿ אין ארץ-ישׂראל. דאָס איז געשען אין 1890 אין אָדעס, װוּ שלום-עליכם האָט דעמאָלט געוווינט נאָך דעם, װי ער האָט פֿאַרלױרן זײַן פֿאַרמעגן איבער פֿינאַנציעלע ספּעקולאַציעס אױף דער קיִעװער בערזע. שלום-עליכם דערמאָנט זיך װאַרעם אָן זײַן יונגן חבֿר, דעם פּעטערבורגער יוריסט װאַסילי (זאבֿ-װאָלף) בערמאַן, װאָס איז געװען צװישן די דעלעגאַטן פֿונעם צוזאַמענפֿאָר.

מיט זײַן כאַראַקטעריסטישן הומאָר באַשרײַבט שלום-עליכם אַ טשיקאַװע מעשׂה. אינעם אײנציקן פֿרײַען טאָג האָבן זײ, ער און בערמאַן, באַשלאָסן צו מאַכן „אָפֿיציעלע װיזיטן‟ בײַ די ייִדישע גדולים פֿון אָדעס. זײ האָבן קודם-כּל באַזוכט דעם „זײדן‟ שלום-יעקבֿ אַבראַמאָװיטש, דערנאָך דעם ד״ר לעאָן פּינסקער, משה-לײב ליליענבלום, אחד-העם און אַנדערע. „עס איז שױן געװען נאָענט צו דער װעטשערע-צײַט, װען מיר האָבן זיך פּלוצעם דערמאָנט אָן הרבֿ ר‘ שמואל מאָהילעװער. ‚אַך, דער רבי‘, האָט זיך געכאַפּט בערמאַן. ‚מיר האָבן נאָך אַ האַלבע-שעה, לאָמיר זיך אַ פֿאָר טאָן צו זײַן הײליקײט, און צו מאַכן דאָס בקיצור, לאָמיר נעמען אַ דראָזשקע.‘‟

װען ר‘ מאָהילעװער האָט זײ דערזען דורכן פֿענצטער, איז ער געװאָרן אױפֿגערעגט. „עפּעס עקסטרע האָט זיך געטראָפֿן?‟ „גאָרניט עקסטרע‟, האָבן זײ געענטפֿערט, „מיר האָבן פּשוט געװאָלט אָפּגעבן כּבֿוד דעם רבֿ. דער רבֿ האָט געשמײכלט׃ „באמת האָב איך ניט דערװאַרט אַזאַ כּבֿוד פֿון אײַער צד. צוליב מיר האָט איר אַפֿילו מחלל-שבת געװען און זײַט צוגעפֿאָרן מיט אַ דראָזשקע…‟ בײדע געסט זײַנען רױט געװאָרן פֿון בושה, און שלום-עליכם האָט אױפֿריכטיק געזאָגט׃ „צו זאָגן דעם אמת, רבי, האָבן מיר אין גאַנצן פֿאַרגעסן, אַז הײַנט איז שבת‟. „גוט װאָס איר האָט ניט פֿאַרגעסן, אַז איר זײַט ייִדן‟ — האָט דער רובֿ גוטמוטיק געענטפֿערט מיט דעם זעלביקן שמײכל. „אַ שאָד נאָר, װאָס צוליב שבת קען איך אײַך ניט מכּבד זײַן מיט אַ גלעזל טײ.‟

שלום-עליכם פֿאַרבלײַבט פּאָפּולער אין מאַסן-קולטור — דער עיקר צוליב נײַע אױפֿפֿירונגען פֿון „פֿידלער אױפֿן דאַך‟. דער יונגער דור ייִדישע פֿאָרשער האָט אָבער, דאַכט זיך, אַ קנאַפּן אינטערעס צו זײַן שאַפֿונג און לעבן. לאָמיר האָפֿן, אַז פֿרענקעלס בוך װעט אױפֿװעקן דעם דאָזיקן אינטערעס בײַ די הײַנטיקע ליבהאָבער פֿון ייִדיש, בפֿרט אױב עמעצער װעט נעמען אױף זיך די טירחה פֿון איבערזעצן זײַנע שטודיעס אױף ענגליש און מאַכן זײ צוטריטלעך פֿאַרן ברײטן עולם.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version