Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי ישׂראלים האָבן באַטראַכט די קאָמאַנדירן פֿון וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנדHow Israelis perceived the commanders of the Warsaw Ghetto Uprising

אין ישׂראל זײַנען לעצטנס אַרויס צוויי ביכער וועגן די געטאָ־קעמפֿער צבֿיה לובעטקין, יצחק צוקערמאַן און מאַרעק עדעלמאַן

אַכציק יאָר נאָך דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ זײַנען אַרויס אין ישׂראל צוויי ביכער וועגן דרײַ פֿון זײַנע קאָמענדאַנטן: „כל השאר הוא אלמוות“ (Everything Else is Immortal) פֿון שרון גבֿע — אַ טאָפּלטע ביאָגראַפֿיע פֿון צבֿיה לובעטקין און יצחק צוקערמאַן, און האַנא קראַלס „להקדים את אלוהים“ (Shielding the Flame): שמועסן מיט מאַרעק עדעלמאַן.

אין ישׂראל איז דער אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ גאָר נישט קיין קלייניקייט: אין די ערשטע יאָרן פֿון דער מדינה איז ער געווען דער לעצטגילטיקער סימבאָל פֿון דער „גבֿורה“, וואָס מען האָט דאָ אַ סך מער אונטערגעשטראָכן ווי די שחיטה פֿון די זעקס מיליאָן, און אין דעם האָבן די צוויי פֿירער פֿונעם וואַרשעווער געטאָ אויפֿשטאַנד — לובעטקין און צוקערמאַן — אַליין אַ גרויסן חלק געהאַט. אַלע אין ישׂראל האָבן געקענט די צוויי העלדן.

אין די לעצטע פֿערציק יאָר זינט לובעטקינס און צוקערמאַנס טויט (אין 1978 און 1981), האָט מען אין ישׂראל אַנטפּלעקט די „גרויע“ גבֿורה פֿון יעדן לעבן געבליבענעם, ווי למשל דאָס טאָגטעגלעכע געראַנגל פֿון אַ מאַמע און אַ קינד – און נישט נאָר די קעמפֿערס. גלײַכצײַטיק האָט מען אָנגעהויבן פֿאַרגעסן לובעטקין און צוקערמאַן. די היסטאָריקערין שרון גבֿע, וואָס שרײַבט כּסדר וועגן אומבאַקאַנטע פֿרויען אין דער געשיכטע, פֿאָרשט דאָ אויס די צוויי אַמאָליקע באַרימטע העלדן דורך דעם הײַנטיקן קריטישן – אָדער „אַנטי-העלדישן“ – שפּאַקטיוו.

עס איז נישט צופֿעליק אַז די ביאָגראַפֿיע הייבט זיך אָן מיט לובעטקינס אָנקומען קיין ישׂראל, דעם 24סטן מײַ 1946. (צוקערמאַן איז געקומען אַ יאָר שפּעטער). ווי אַבֿרהם סוצקעווער האָט געשריבן אין זײַן ליד „שהחיינו“: “ווען כ’וואָלט אַצינד, נאך מײַן עקדה, / ניט מיטגעבוירן מיטן לאַנד […]”, זײַנען אויך לובעטקין און צוקערמאַן גלײַך ווי געבוירן געוואָרן אין ארץ-ישׂראל פֿונדאָסנײַ. אין ארץ-ישׂראל האָט מען זיי געקענט ווי חלוצים-ציוניסטן שוין אין דער צײַט פֿון חורבן. דער פּאָעט נתן אַלטערמאַן האָט אַפֿילו געשריבן אַ ליד וועגן צבֿיה, און אין חיפֿהער פּאָרט האָבן געוואַרט אויף זיי די אָנפֿירערס פֿון ייִשובֿ.

ביידע זײַנען געווען פֿאַרברענטע ציוניסטן און גערעדט אַ פּרעכטיקן עבֿרית. תיכּף זײַנען זיי אַרײַן אין קיבוץ יגור, צפֿון־ישׂראל, און דערנאָך געגרינדעט קיבוץ לוחמי הגטאות (קיבוץ לכּבֿוד די געטאָ־קעמפֿערס) – און גענומען אָנטייל אין בויען דאָס נײַע לאַנד. אמת, זיי האָבן אויך געגרינדעט דעם ערשטן חורבן-מוזיי, „בית לוחמי הגטאות“, און געווען פֿאַרנומען מיט דעם גלותדיקן עבֿר, אָבער בדרך-כּלל האָט מען זיי געזען כּמעט ווי זיי וואָלטן געקעמפֿט אין דעם פּלמ”ח (די עליטע מיליטערישע כּוחות פֿון דער „הגנה“), און די קאַמפֿן אין וואַרשעווער געטאָ זײַנען כּמעט געוואָרן אַ טייל פֿון דער געשיכטע פֿונעם אומאָפּהענגיקייט־קריג.

פֿון דער אַנדערער זײַט, שרײַבט שרון גבע, האָבן „די העלדישע טאַטן, דער רײַכער עבֿרית און דער רעטאָרישער טאַלאַנט – בכלל נישט געסטײַעט“. לובעטקין און צוקערמאַן האָבן זיך טאַקע געפֿילט ווי אין דער היים, אָבער אַ פֿרעמדקייט צווישן זיי און די סאַברעס איז געבליבן כּל-ימיהם. גבֿע דערציילט וועגן איין באַגעגעניש צווישן צוקערמאַן און יונגע ישׂראלים. „מיר זײַנען געבוירן געוואָרן אין קליינע שטעטלעך,“ האָט צוקערמאַן זיי געזאָגט „דאָס וואָרט ‘שטעטל’ באַטײַט פֿאַר אײַך עפּעס?“ ער האָט געוווּסט אַז זיי ווייסן גאָרנישט וועגן דעם. אין קיבוץ לוחמי הגטאות זײַנען ס’רובֿ חבֿרים געווען לעבן-געבליבענע, בשעת די סאַברעס האָבן „געוואָלט אַנטלויפֿן פֿונעם גלות, פֿון פֿאַראייביקן דעם חורבן, און נישט געוואָלט הערן קיין וואָרט ייִדיש“. די ביאָגראַפֿיע פֿון לובעטקין און צוקערמאַן, די סאַמע ישׂראלדיקע פֿיגורן צווישן די לעבן-געבליבענע, אַנטפּלעקט דווקא זייער גלותדיקן צד, און דערצו – די פּערמאַנענטע שפּאַנגונגען צווישן ייִדישלאַנד און ישׂראל.

דאָס צווייטע בוך, „להקדים את אלוהים“, איז אַ נייע איבערזעצונג פֿון האַנאַ קראַלס בוך וועגן מאַרעק עדעלמאַן, דעם וויצע-קאָמענדאַנט פֿונעם וואַרשעווער געטאָ אויפֿשטאַנד. (דאָס בוך איז באַגלייט מיט אַ שיינער, לאַנגער עפּילאָג פֿון די פֿאַרלעגערס פֿון בוך, יהודה און מולי מעלצער). דאָס בוך איז ערשט דערשינען אין פּוילן אין יאָר 1973, און אַכט יאָר שפּעטער אין ישׂראל אויף העברעיִש, ווי אויך אין אַ סך אַנדערע לשונות – און געמאַכט פֿון עדעלמאן אַ שם-דבֿר. ביז דעמאָלט איז ער געווען כּמעט אומבאַקאַנט אין ישׂראל. ער איז דאָך געווען אַ בונדיסט, וואָס איז דווקא יאָ געבליבן אין פּוילן נאָך דער מלחמה און גרינגעשעצט די ציוניסטישע אַני-מאַמינס.

„מײַן קינד“, האָט עדעלמאַן געזאָגט האַנאַ קראַלן. „די מענטשן וואָס זײַנען געגאַנגען צום אומשלאַגפּלאַץ זײַנען געגאַנגען מיט שטילקייט און ווירדע. גייען אַזוי איז אַ סך שווערער ווי שיסן… מיר האָבן געשאָסן ווײַל מען האָט געדאַרפֿט מאַניפֿעסטירן… מענטשן האָבן תּמיד געזען אין שיסעריי אַ סימן פֿון אַ העכערער העלדישקייט, האָבן מיר געשאָסן.“ ווײַטער זאָגט ער: „וועגן יאַנוש קאָרטשאַק האָט יעדער איינער געהערט, ווײַל ער איז געווען אַ העלד און געגאַנגען מיט די קינדער צום טויט. אָבער פּאָלאַ ליפֿשיץ, וואָס איז געגאַנגען מיט איר מאַמען, ווער האָט געהערט פֿון פּאָלאַ ליפֿשיץ?“

נאָך דער באַפֿרײַונג איז עדעלמאַן געלעגן אין בעט וואָכן לאַנג, ווײַל „קיינער וואַרט מער נישט אויף מיר, און ס’איז נישטאָ מער וואָס צו טאָן.“ דאַן האָט ער אָנגעהויבן שטודירן מעדיצין און געוואָרן אַ דאָקטער: „ווי אַ דאָקטער קאָן איך ווײַטער זײַן פֿאַראַנטוואָרטלעך אויף אַ מענטשנס לעבן“ האָט ער געזאָגט. עדעלמאַן האָט געאַרבעט אין לאָדזש און געווען איינער פֿון די באַגאַבסטע קאַרדיאָלאָגן פֿון פּוילן.

די צוויי ביכער באַצייכענען בכן צוויי מעגלעכקייטן פֿון ווײַטער לעבן נאָכן חורבן: לעבן ווי אָנגעזעענע העלדן אינעם קעמפֿנדיקן ישׂראל, אָדער אַ „ציוויליזירטע“ קאַריערע דווקא אין פּוילן. נישט געקוקט אויף די אַלע מחלוקתן, זײַנען די דרײַ געוועזענע קאָמאַנדירן געבליבן נאָענטע פֿרײַנט. לובעטקין און צוקערמאַן האָבן עדעלמאַן באַזוכט אין פּוילן, און ער האָט זיי באַזוכט אין קיבוץ, און איז גרייט געווען צו העלפֿן די קראַנקע צבֿיהן אין אירע לעצטע טעג. די חבֿרשאַפֿט ווערט באַשריבן אין ביידע ביכער, און מע קאָן עס זען הײַנט צו טאָג ווי אַ סימבאָל פֿון אַ דערנענטערונג צווישן אָט די צוויי אויסטײַטשן פֿון גבֿורה.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.