Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ נײַ בוך וואָס קען דינען ווי אַ וועגווײַזער פֿאַר ייִדיש־אַקטיוויסטןA new book that can serve as a guide for Yiddish activists

רבֿקה מאַרגאָליס ווײַזט, ווי מע קאָן איבערגעבן די שפּראַך פֿון דור צו דור מחוץ ייִדיש־שפּראַכיקע קהילות.

ד״ר רבֿקה מאַרגאָליס האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאָרשונג־בוך אויף ענגליש מיטן פּשוטן און אַ ביסל פּראָוואָקאַטיוון נאָמען „ייִדיש לעבט‟ (Yiddish Lives On). ס׳איז נישט קיין חידוש, אַז ייִדיש לעבט און בליט אין די הײַנטיקע חסידישע קהילות. די פֿאָרשערין שטעלט אָבער דעם טראָפּ אויף וועלטלעכע ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות און אַקטיוויסטישע סבֿיבֿות. הײַנט אַרבעט מאַרגאָליס, אַ קאַנאַדער, ווי אַ פּראָפֿעסאָרין אינעם מאָנאַש־אוניווערסיטעט אין מעלבורן, אויסטראַליע.

אינעם סאַמע אָנהייב פֿונעם בוך דערציילט מאַרגאָליס, אַז ווען זי האָט אין די 1980ער זיך געלערנט אין דער מאָנטרעאָלער מיטלשול אויפֿן נאָמען פֿון ח. נ. ביאַליק, האָט זי  נישט באַטראַכט ייִדיש־לימודים אין אַ וועלטלעכער שול ווי עפּעס אַ זעלטנקייט. שפּעטער, ווען זי האָט זיך פֿאַרנומען מיט ייִדיש־שטודיעס אינעם מאַק׳גיל־אוניווערסיטעט און געשריבן איר דאָקטאָראַט וועגן דער שפּראַך אינעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וווּ די פּראָפֿעסאָרן האָבן געפֿירט ס׳רובֿ לעקציעס אין איר געביט אויף ייִדיש, האָט זי אויך געמיינט, אַז דאָס איז אַ געוויינטלעכע, נאַטירלעכע זאַך.

במשך פֿון די יאָרן איז דער מצבֿ פֿון וועלטלעכן ייִדיש געוואָרן שוואַכער. וואָס שייך די חסידים, איז פּונקט פֿאַרקערט. זי גיט איבער, למשל, די השערה פֿונעם לינגוויסט דוד כּ״ץ, אַז אין יאָר 2075 וועט די צאָל חסידישע ייִדיש־רעדער דערגרייכן ביז 10 מיליאָן. דער מצבֿ פֿון וועלטלעכע ייִדישע סבֿיבֿות איז אַוודאי ווײַט נישט אַזוי סטאַביל. פֿון דעסט וועגן, ווײַזט מאַרגאָליס, אַז די הײַנטיקע ייִדישיסטן געפֿינען נײַע אופֿנים און שאַפֿן חידושדיקע „צווישן־ערטער‟, וווּ דאָס באַהערשן ייִדיש קאָן זיך ווײַטער ציִען פֿון דור צו דור – לאַוו־דווקא אינעם טאָג־טעגלעכן משפּחה־לעבן, נאָר ווי אַן אינטעגראַלער טייל פֿון אידענטיטעט און כּסדרדיקער באַטייליקונג אין פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען.

מאַרגאָליס שרײַבט, אַז די סאַמטאַרער זענען די „סאַמע איזאָלירטע‟ צווישן אַלע חסידים. דאָס איז, מיין איך, אַ טעות. אַדרבה, סאַטמאַר איז אַ סך אָפֿענער לגבי דער סעקולערער וועלט, ווי די סקווערער, מאָנסי־וויזשניצער, תּולדות־אַהרנער און אַ ריי אַנדערע גרויסע חסידישע גרופּעס. ס׳רובֿ קאָנטאַקטן צווישן דער חסידישער און וועלטלעכער ייִדיש־וועלט קומען פֿאָר, מסתּמא, דווקא צוליב די סאַטמאַרער. אַ חשובֿער בײַשפּיל פֿון אַזאַ קאָאָפּעראַציע איז דער חסידישער זשורנאַל „דער וועקער‟; מאַרגאָליס דערמאָנט אים טאַקע, נאָר אָן קיין שײַכות צו סאַטמאַר.

אין איר באַשרײַבונג פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּרעסע און ליטעראַטור דערמאָנט מאַרגאָליס דעם „ירושלימער אַלמאַנאַך‟ (דער לעצטער נומער איז אַרויס אין 2020), נאָר זאָגט גאָרנישט וועגן דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟; דעם יערלעכן אַלמאַנאַך „ביראָבידזשאַן‟ און דער וועבזײַט „ייִדיש בראַנזשע‟. דאָס קאָן זײַן אַ סימן פֿון אַן אַנדער שפּאַלט, אַחוץ די חסידים און וועלטלעכער ייִדישיסטן: צווישן די ענגליש־רעדנדיקע און פּאָסט־סאָוועטישע רוסיש־שפּראַכיקע ייִדישיסטן. ווי באַלד זי פֿאָקוסירט זיך אויף קאַנאַדע, דערמאָנט זי אָבער יאָ די מוזיקאַלישע פּראָיעקטן פֿון ד״ר אַנאַ שטערנשיס און פּסאָי קאָראָלענקאָ, וועלכע קומען ביידע פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

וואָס שייך די וועלטלעכע ייִדישע סבֿיבֿות אין קאַנאַדע, בפֿרט אין מאָנטרעאָל, איז דאָס בוך זייער אינטערעסאַנט און באַלערנדיק. דורך קאָנקרעטע בײַשפּילן דערקלערט מאַרגאָליס, ווי אַזוי געוויסע ייִדישיסטישע משפּחות האָבן מיט דערפֿאָלג דערצויגן ייִדיש־רעדנדיקע קינדער און אייניקלעך, וועלכע בלײַבן אָנגעזעענע אַקטיוויסטן פֿון דער שפּראַך. צום בײַשפּיל, דערציילט זי פּרטימדיק וועגן די קאַנאַדער ייִדישיסטישע משפּחה באָטוויניק און בערמאַן. די פֿאָרשערין שילדערט די שפּראַכלעכע סיטואַציע אינעם לאַנד און באַטאָנט, אַז דווקא אינעם פֿראַנצויזיש־רעדנדיקן קוועבעק, וווּ די נאַציאָנאַליסטן קוקן אַראָפּ אויף ענגליש, האָט זיך געשאַפֿן אַן אַטמאָספֿער, וווּ אַנדערע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ייִדיש, קאָנען אָפּגעשאַצט ווערן ווי אַן אוניקאַלע עטנישע ירושה.

זייער חידושדיק איז דער קורצער פֿאַרגלײַך־אַנאַליז פֿון ייִדיש און שאָטלענדיש־געליש. במשך פֿון יאָרן פֿאַרגלײַך איך פּערזענלעך די ייִדישיסטן און די אירלענדישע שפּראַך־אַקטיוויסטן. שאָטלענדיש־געליש שטאַמט אויך פֿון אירלענדיש; פֿאַקטיש איז דאָס אַ דיאַלעקט פֿונעם זעלבן לשון. אין קאַנאַדע ציט דאָס דאָזיקע לשון צו אַ ממשותדיקן יוגנטלעכן עולם. אַזוי ווי אינעם פֿאַל פֿון ייִדיש, איז דער קעלטישער שפּראַך־אַקטיוויזם אָפֿט פֿאַרבונדן מיט מוזיקאַלישער טעטיקייט. דאָס איז טאַקע אַן אינטערעסאַנטע טעמע, וואָס ס׳איז כּדאַי צו פֿאַרגלײַכן.

אין דער הקדמה ווערט געבראַכט אַ דיאַגראַם פֿון סאָציאָ־לינגוויסטישע „קאָנצענטרישע קרײַזן‟ פֿונעם שפּראַך־באַנוץ, לויט דעם סדר פֿון די קאַפּיטלען. די משפּחה און די קהילה שטייען, פֿאַרשטייט זיך, אינעם צענטער, אָבער די „נײַע טעכנאָלאָגיע‟, לויט מרגליותן, איז דער סאַמע אויסערלעכער קרײַז, אַפֿילו אין פֿאַרגלײַך מיט ליטעראַטור און מוזיק. בײַם יונגן דור איז אָבער די אינטערנעץ אָפֿט געוואָרן ממש ווי אַ צווייטע היים. שמועסן אין סאָציאַלע נעצן זענען פֿאַר אַ ממשותדיקן טייל פֿונעם עולם נאָך וויכטיקער, ווי די טאָג־טעגלעכע קאָמוניקאַציע מיט שכנים און מיטאַרבעטער.

צום גוטן צי צום שלעכטן, פֿאַרברענגען אַ סך מענטשן כּמעט יעדן טאָג שעהען לאַנג אויף פֿייסבוק. דערפֿאַר וואָלט איך געשטעלט די „נײַע טעכנאָלאָגיע‟ גלײַך נאָך דער קהילה, הגם דער סדר איז, פֿאַרשטייט זיך, רעלאַטיוו. דער לעצטער קאַפּיטל אינעם בוך – און, מעגלעך, דער סאַמע אַקטועלער – איז טאַקע געווידמעט דער „נײַער מעדיאַ און קינאָ‟. אַ באַזונדערס גרויסן טראָפּ שטעלט די פֿאָרשערין נישט אויף די אינטערנעץ־שמועסן, נאָר אויף אַזעלכע מאָדערנע פֿילמען און סעריאַלן, ווי Yidlife Crisis.

דער וויכטיקסטער אַספּעקט פֿונעם בוך איז דער פּרטימדיקער אַנאַליז פֿון דער פּראַקטישער שפּראַך־טעטיקייט. מאַרגאָליס ווײַזט, אַז מע קאָן פּאָפּולאַריזירן ייִדיש און איבערגעבן די שפּראַך צו די נײַע דורות אויף פֿאַרשיידענע שעפֿערישע אופֿנים, נישט זײַענדיק פֿיזיש פֿאַרבונדן מיט אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה. אירע געדאַנקען און באַמערקונגען קאָנען דינען ווי אַ מין וועגווײַזער פֿאַר די הײַנטיקע ייִדישיסטן, ווי אַ קוואַל פֿון אידעאָלאָגישע מחשבֿות און סטראַטעגיעס.

אַ וויכטיקע עצה גיט די מחברטע אינעם נאָכוואָרט: ייִדיש לעבט, כּל־זמן מע באַנוצט זיך אַקטיוו דערמיט אין פֿאַרשיידענע ספֿערעס. אויב אַפֿילו מע רעדט נישט אויף דער שפּראַך אויפֿן זעלבן שטענדיקן משפּחה־שטייגער, ווי אין פֿריִערדיקע דורות, קאָן זי נאָך אַלץ בלײַבן אַן עיקרדיקער טייל פֿונעם לעבן. און נאָך אַ זאַך: זי ציטירט ד״ר דזשעפֿרי שאַנדלער, אַז נאָך מיט 200 יאָר צוריק האָבן די משׂכּילים געטענהט, אַז „ייִדיש האַלט בײַם שטאַרבן‟. איז וואָס זשע? מע דאַרף פּשוט פֿאַרגעסן אין אַזעלכע קלאָגענישן און ענטוזיאַסטיש גיין ווײַטער.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.