סאָוועטישער ייִדיש ווי אַ חידושדיקער סוּווענירSoviet Yiddish as a souvenir novelty
אין ביראָבידזשאַן האָט מען לעצטנס אַרויסגעלאָזט די ערשטע סעריע לײַבלעך מיט אַ סאָוועטיש־ייִדישן אויסלייג
אין ביראָבידזשאַן האָט מען אַרויסגעלאָזט די ערשטע סעריע לײַבלעך („טי־שוירטס‟, אָדער ווי מע זאָגט אויפֿן סאָוועטישן ייִדיש: פֿוטבאָלקעס) מיט היסטאָרישע אויפֿשריפֿטן לויט דער סאָוועטישער ייִדיש־אָרטאָגראַפֿיע: „בא אונדז אפן ווײַטן מיזרעך‟. הגם אַזאַ אויסלייג פֿונעם לשון־קודשדיק וואָרט „מיזרח‟ זעט אויס אומטראַדיציאָנעל, איז דער אײַנפֿאַל צו שאַפֿן אַזעלכע העמדלעך צוערשט אויפֿגעקומען בײַם אָרטיקן ליובאַוויטשער רבֿ אפֿרים קאָלפּאַק. דער דאָזיקער נוסח רעפּרעזענטירט די אוניקאַלע ייִדישע געשיכטע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט.
די אויפֿשריפֿט שטאַמט פֿון דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟; ממילא, איז דאָס אַן אָרגאַנישער טייל פֿון איר געשיכטע. אין 1986 האָט אין דער צײַטונג אָנגעהויבן אַרבעטן דער קינסטלער וולאַדיסלאַוו צאַפּ. הײַנט איז ער דער קונסט־דירעקטאָר פֿונעם גאַנצן פֿאַרלאַג „ביראָבידזשאַן‟, וואָס גיט אויך אַרויס ביכער. אַ געבוירענער אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, אינעם שטעטל אָבלוטשיע, האָט ער פֿון קינדווײַז אָן פֿאַרשטאַנען ייִדיש, נאָר קיין עבֿרי נישט געקענט. האָט ער זיך אויסגעלערנט דעם ייִדישן אַלף־בית און געשאַפֿן אַן אייגענע סיסטעם פֿון קינסטלערישע שריפֿטן.
במשך פֿון די יאָרן האָט צאַפּ אָנגעזאַמלט אַ גרויסע קאָלעקציע אילוסטראַציעס: גראַפֿישע ווערק, כּסדר באַגלייט מיט אויפֿשריפֿטן אויף ייִדיש. נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט מען אין „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ במשך פֿון די 1990ער יאָרן נאָך אַלץ געהיט דעם סאָוועטישן אויסלייג. מצד דעם קוקווינקל פֿון די אָרטיקע ייִדישע זשורנאַליסטן, איז דאָס דווקא געווען אַן אַלטע טראַדיציע; פֿאַר זיי האָט די אויסלענדישע ייִוואָ־אָרטאָגראַפֿיע אויסגעזען פֿרעמד אָדער אַלטמאָדיש.
ווען די רעדאַקציע פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ איז געוואָרן ביסלעכווײַז קאָמפּיוטעריזירט, האָט צאַפּ ווײַטער, במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, געשאַפֿן אילוסטראַציעס אָן קיין הילף פֿון קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען, נאָר מיט קלאַסישע מאַטעריעלע קונסטמיטלען – בתוכם די, וואָס באַווײַזט זיך אויף די נײַע העמדלעך. יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, די שעף־רעדאַקטאָרין פֿון דער צײַטונג, באַטאָנט, אַז די אַלטע פּרעסע־אילוסטראַציעס שטעלן מיט זיך פֿאָר גאָר אַן אינטערעסאַנטע טעמע פֿאַר קינסטלערישע און היסטאָרישע פֿאָרשונגען.
צום בײַשפּיל, איינער פֿון די סאַמע ערשטע נומערן פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן”, דערשינען אין 1935, איז באַצירט מיט פּאָרטרעטן פֿון די אַקטיאָרן, וועלכע האָבן דעמאָלט געשפּילט אינעם ביראָבידזשאַנער מלוכישן ייִדישן טעאַטער („בירגאָסעט‟). דער דעמאָלטיקער קינסטלער־אילוסטראַטאָר, אַבֿרהם מילטשין, האָט זיך באַנוצט מיט דער זעלביקער טעכנאָלאָגיע, ווי וולאַדיסלאַוו צאַפּ מיט היפּשע 60 יאָר שפּעטער: לינאָ־גראַוויורן, אויסגעשניצטע לינאָלעום־סילועטן.
אַזעלכע צײַטונג־אילוסטראַציעס קאָנען דערציילן די פֿאָרשער אַ סך וויכטיקע פּרטים וועגן זייערע שאַפֿער און די רעפּרעזענטירטע פּערסאָנאַזשן. אין זײַן אַרבעט, האָט צאַפּ אַ סך אָפּגעלערנט פֿון זײַנע פֿאָרלויפֿער, די אַמאָליקע צײַטונג־אילוסטראַטאָרן. סאַראַשעווסקאַיאַ האַלט, אַז ס׳איז כּדאַי צו ווענדן דעם אויפֿמערק אויף די אילוסטראַציעס אין אַ היסטאָרישער ייִדישער צײַטונג, אַרײַנגערעכנט דעם „פֿאָרווערטס‟. זיי זענען דאָך אי קונסטווערק, אי דענקמעלער פֿון דער אַמאָליקער ליטעראַטור און פּרעסע.
צאַפּ דערמאָנט זיך, אַז הרבֿ קאָלפּאַק האָט אים אַמאָל פֿאַרבעטן אויפֿצוטרעטן אין דער שיל, צו דערציילן וועגן זײַן שאַפֿן און וועגן דער אַרבעט אין אַ ייִדישער צײַטונג. דער קינסטלער האָט מיטגענומען זײַן אַלבאָם מיט אַלטע אילוסטראַציעס. דער רבֿ האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז ווען ער האָט דערזען צאַפּס זאַמלונג פֿון האַנט־געשאַפֿענע צײַטונג־אילוסטראַציעס, האָבן זיי אויף אים געמאַכט גאָר אַ שטאַרקן רושם. לויט קאָלפּאַקס מיינונג, אַנטהאַלטן די בילדער אין זיך אַ גאַנצע וויזועלע געשיכטע; זיי זענען אַ מין קליינע גראַפֿישע ענציקלאָפּעדיע פֿון דער גאַנצער געגנט. אין דער סאָוועטישער אָרטאָגראַפֿיע שטעקט אויך אַ באַזונדערער חן. „דאָ שטעקט ביראָבידזשאַן אין אַלצדינג: אין עסטעטיק, שפּראַך און באַטײַטן‟.
הרבֿ קאָלפּאַק האָט צוגעגעבן, אַז דורך קינסטלערישע מיטלען איז מעגלעך איבערצוגעבן די אוניקאַלע סאָוועטיש־ייִדישע אַטמאָספֿער. ווען ער האָט דערזען די היסטאָרישע אילוסטראַציעס, איז אים אײַנגעפֿאַלן, אַז אַזעלכע ווערק קאָנען דינען ווי טוריסטישע סוּווענירן. ער האָפֿט, אַז די העמדלעך זענען בלויז דער ערשטער מוסטער פֿון ווײַטערדיקע סוּוועניר־סעריעס. אין „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ זענען במשך פֿון יאָרן דערשינען אַ סך קינסטלערישע אויפֿשריפֿטן אין שײַכות מיט פֿאַרשיידענע געשעענישן, ערטער און דאַטעס. אַזעלכע סימבאָלן קאָנען העלפֿן צו פּאָפּולאַריזירן ייִדיש און צו באַקענען די וועלט מיט דער אָרטיקער ייִדישער קהילה; די סוּווענירן פּלאַנירט מען צו פֿאַרקויפֿן אין דער קראָם פֿון דער שטאָטישער חב״ד־שיל „בית מנחם‟.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO