ווי אַ ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂה האָט אפֿשר משפּיע געווען אויף רבי נחמנעןHow an old Yiddish tale may have influenced Rebbe Nachman
די מעשׂה „בריעה וזימרה‟, וואָס הייבט זיך אָן פֿון ראָש־השנה, קאָן זײַן אַן אורקוואַל פֿון רבי נחמנס וווּנדער־מעשׂיות.
די אַלט־ייִדישע מעשׂה „בריעה וזימרה‟, וואָס הייבט זיך אָן פֿון ראָש־השנה, קאָן זײַן אַן אורקוואַל פֿון רבי נחמנס וווּנדער־מעשׂיות.
נישט לאַנג צוריק האָב איך אַנטדעקט, מעגלעך, איינעם פֿון די אורקוואַלן, אויף וועלכע רבי נחמן בראַצלעווער האָט געבויט זײַנע „סיפּורי־מעשׂיות‟: די אַלט־ייִדישע געשיכטע, וואָס הייסט „בריעה וזימרה‟. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז זי הייבט זיך אָן מיט אַ געשעעניש, וואָס איז געשען ראָש־השנה — דעם וויכטיקסטן יום־טובֿ פֿון רבי נחמנס חסידים. אויף וויפֿל איך ווייס, האָט קיין פֿאָרשער נאָך נישט אָנגעוויזן אויף אַזאַ מעגלעכער פֿאַרבינדונג.
אַגבֿ, ס׳איז אויך דאָ אַן ענגלישע ווערסיע פֿון „בריעה וזימרה‟, איבערגעזעצט פֿונעם באַקאַנטן ייִדיש־פֿאָרשער ד״ר דזשעראָלד פֿרייקס.
דער ספֿר „סיפּורי־מעשׂיות‟, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ציקל 13 פֿאַנטאַסטיש־מיסטישע געשיכטעס, איז צום ערשטן מאָל פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין 1816. פֿון וואַנען האָט רבי נחמן גענומען די סוזשעטן? ער אַליין האָט באַטאָנט, אַז די אַמאָליקע ייִדישע חכמים פֿלעגן איבערגעבן גרויסע סודות־התּורה דורך משלים. פֿון זײַנע אַנדערע ווערק ווייסן מיר, אַז ער האָט געמיינט רבי רבה בר בר חנהס ים־נסיעות און מיסטישע מעשׂיות פֿונעם זוהר. דערצו, האָט ער אויך געהאַלטן, אַז אין דער וועלט־מיטאָלאָגיע שטעקן טיפֿע קבלה־ענינים, הגם אָפֿט מאָל ווערן זיי דערציילט נישט לויטן ריכטיקן סדר. אַן עכטער צדיק איז בכּוח צו אַנטדעקן די אינערלעכע כּוונות פֿון אַלע וועלט־מעשׂיות און איבערצודערציילן זיי ווי עס דאַרף צו זײַן.
די מעשׂה „בריעה וזימרה‟, וועמעס מחבר איז אומבאַקאַנט, האָב איך צום ערשטן מאָל געלייענט אין די 1990ער יאָרן, אין מאַקס עריקס בוך „וועגן אַלט־ייִדישן ראָמאַן און נאָוועלע‟. מאַקס עריק (אמתער נאָמען: זלמן מערקין) איז געווען אַ פּראָמינענטער ייִדיש־פֿאָרשער. דעמאָלט האָב איך זיך אויך באַקענט מיט רבי נחמנס מעשׂיות און דערשפּירט דעם זעלבן פֿאָלקלאָריש־מיסטישן, יענוועלטישן טעם. ערשט לעצטנס האָב איך אָבער באַמערקט די בפֿירושע פֿאַרבונדונג מיט ראש־השנה.
אין דער מעשׂה גייט אַ רייד וועגן זימרה — אַ בחור אַ תּלמיד־חכם, וועלכער האָט זיך פֿאַרליבט אין בריעה — אַ טאָכטער פֿונעם כּהן־גדול מיטן אַשכּנזישן נאָמען פֿייגין. דער סוזשעט קומט פֿאָר בזמן־הבית, ווען אין ארץ־ישׂראל האָט געקיניגט דער חשמונאָיִשער מלך הורקנוס. אין דער זעלבער צײַט פֿיגורירט דער בייזער אַפּיפֿיור (פּויפּסט) פֿון רוים. אַ ריי קריטיקער מיינען, אַז דאָס איז סתּם אַ נאַיִווער אַנאַכראָניזם, נאָר איך מיין, אַז דער אומבאַקאַנטער מחבר האָט בכּיוון צונויפֿגעפֿלאָכטן די רעאַליסטישע און פֿאַנטאַסטישע עלעמענטן.
זימרהס ערשטע יאָרן ווי אַ תּלמיד־חכם הייבט זיך אָן מיט אַ משונהדיק געשעעניש. אַמאָל, ראָש־השנה, איז צום מלך הורקנוס געקומען אַ פֿרוי מיט צוויי זין. איינער פֿון זיי האָט געהאַט צוויי קעפּ און געפֿאָדערט, אַז ער מוז באַקומען אַ טאָפּלטן חלק פֿון זײַן פֿאָטערס ירושה. זימרה, דעם מלכס דיין, האָט געהייסן באַגיסן זײַן קאָפּ מיט הייס וואַסער; דער צווייטער קאָפּ האָט אַ געשריי געטאָן.
אַזוי אַרום האָט דער חכם איבערגעצײַגט דעם עולם, אַז דער צווייקעפּיקער פּאַרשוין ווערט פֿאָרט פֿאַררעכנט פֿאַר איין מענטש. וואָס איז דער יונגער תּלמיד־חכם געווען אויסן? ער האָט דאָך פּשוט איבערגעחזרט די באַקאַנטע מדרש־מעשׂה וועגן שלמה המלכן. ראָש־השנה איז דער טאָג, ווען דער רבונו־של־עולם מישפּט די גאָרע וועלט; דאָס אָפּשפּילן די ראָלע פֿונעם קליגסטן דיין אויף דער וועלט, דערצו אויף אַזאַ קאָמיש־גראָבן אופֿן, קלינגט גאַווהדיק.
זימרה איז אָבער באַגאַנגען אַ שרעקלעכן חטא. ער האָט איבערגערעדט בריעה, וועלכע איז אין אים געווען טראַגיש פֿאַרליבט, זיך מיט אים „טויזנט מאָל‟ צעקושן פֿאַרן אַוועקגיין פֿון איר, זײַן באַליבטער, כּדי דורכצופֿירן אַ סכּנותדיק־העלדישן טאַט, האָפֿנדיק זי צו קריגן. איר טאַטע האָט אַבסאָלוט פֿאַרווערט דעם שידוך. וויסנדיק, אַז זיי ווילן חתונה האָבן, האָט ער געהייסן דעם בחור דורכצופֿירן עפּעס, וואָס קלינגט זעלבסטמערדעריש, טויט־סכּנותדיק, מיינענדיק אים אומצוברענגען. זי האָט געמיינט, אַז איר באַליבטער וועט זיכער דערהרגעט ווערן, און צוליב דעם איז זי געשטאָרבן פֿון עגמת־נפֿש. זימרה האָט זיך אָבער אומגעקערט אַ לעבעדיקער… געווויר צו ווערן, אַז זײַן באַליבטע איז טויט! אַן אומערדיש פֿערד טראָגט אַוועק דעם פֿאַרביטערטן בחור אין אַ צווישן־וועלט, וווּ טויטע זעען אויס ווי לעבעדיקע. צום סוף, מוז זימרה אויך שטאַרבן, נאָר מלאָכים ברענגען אים אויף זײַן הימלישער חתונה מיט בריעה.
מאַקס עריק האָט געהאַלטן, אַז „בריעה וזימרה‟, וואָס איר ערשטער באַקאַנטער כּתבֿ־יד שטאַמט פֿון ווענעציע, 1585, האָט אַן אַפּיקורסישן טעם. איך טראַכט נישט אַזוי, נאָר ס׳איז מעגלעך, אַז געוויסע עלעמענטן פֿונעם דאָזיקן סוזשעט האָט רבי נחמן וואָלט געוואָלט מתקן זײַן – איבערשטעלן, לויט זײַן שיטה, אויפֿן ריכטיקן אופֿן. בײַ אים זוכט דער שני־למלך די פֿאַרלוירענע פּרינצעסין, מיינענדיק די הייליקע שכינה אַליין, צוליב זײַן ריינער ליבשאַפֿט צו איר טאַטן, דעם רבונו־של־עולם. דער שני־למלך ברענגט די שיינע פּרינצעסין צוריק אין אונדזער וועלט, הגם רבי נחמן זאָגט נישט אויס ווי אַזוי, איבערלאָזדיק די מעשׂה אומפֿאַרענדיקט. אַ ריי עלעמענטן זענען אָבער אין ביידע מעשׂיות גאַנץ ענלעך, בפֿרט די ראָמאַנטישע וואַנדערונג איבער „צווישן־וועלטן‟, זוכנדיק אַ הימליש מיידל.
בײַ רבי נחמנען זענען ראָש־השנה און דער עצם־ענין פֿון נסיעה, נע־ונד, ממש איין זאַך. דאָס מענטשלעכע לעבן איז, לויט אים, אַלעמאָל אַ מסוכּן וואָגלעניש, און די צײַט חזרט זיך איבער יעדעס יאָר, יעדן טאָג און יעדע רגע פֿון ס׳נײַ, גיבנדיק תּמיד אַ מעגלעכקייט תּשובֿה צו טאָן. להיפּוך, קלינגט זימרה ווי אַ מין פֿאַטאַליסט, וואָס גלייבט אין זײַן אייגענעם ווילן און דעם אייבערשטנס באַשטימטן גזר־דין. זײַן וועלט זעט אויס ווי אַ סטאַטיש בילד, ממילא מאַכט ער אַ טעות, דערפֿירנדיק דאָס באַליבטע מיידל ביזן טויט. צום סוף מוז ער נאָכפֿאָלגן איר גורל.
בײַ רבי נחמנען זענען די גרענעצן צווישן דעם עולם־הזה און עולם־הבא אַלעמאָל צעשווענקט. דערפֿאַר האַלטן געוויסע חסידים, אַז ס׳איז כּדאַי צו פֿאָרן הײַנט אויף ראָש־השנה קיין אומאַן, נישט געקוקט אויף דעם געפֿערלעכן מלחמה־מצבֿ. טויזנטער חסידים קלײַבן זיך איצט, ווי געוויינטלעך, צו פֿאַרברענגען דעם יום־טובֿ בײַ זײַן קבֿר. נאָך אַ בײַשפּיל: לויט דער פֿאַרשפּרייטער הלכה־דעה, איז אַ סכּנה צו וואַנדערן אַליין בײַנאַכט אין אַ וואַלד. רבי נחמן הייסט עס דווקא יאָ טאָן, כּדי זיך אויסצוגיסן דאָרט דאָס האַרץ פֿאַרן רבונו־של־עולם. דאָס לעבן איז „גאָר אַ שמאָלע בריק‟ צווישן די וועלטן; אָן סכּנות און נסיונות קאָן מען זיך סײַ־ווי־סײַ נישט באַגיין.
אַזוי צי אַנדערש, קענט איר געפֿינען רבי נחמנס „סיפּורי־מעשׂיות‟ און „בריעה וזימרה‟ אויף דער וועבזײַט פֿונעם ייִדישן בוך־צענטער אין אַמהערסט, און באַשליסן פֿאַר זיך אַליין, צי ס׳איז טאַקע פֿאַראַן אַ קלאָרע פֿאַרבינדונג צווישן די סוזשעטן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO